מיין מיינונג בנוגע נאכשרייען חרד"קים
אחראי: יאנאש
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 364
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm
לייבל שטילער האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:לייבל שטילער האט געשריבן:טישטוך האט געשריבן:לייבל שטילער האט געשריבן:בין איך נישט קיין סאטמארע און נישט קיין ציוני, פיהל איך אבער אז נאכשרייען וועם אימער איז אפגעפרעגט מטעם אנושיות און יהדות, עס כאפט פשוט אן עקל. זהו דעתי הרגשתי. האם יש משהו בה?
לא, אין משהו בה, ווען א יודיש קינד איז עובר אויף סיי ועלכער הלכה אין שו"ע אז מען מחויב מוחה צו זיין, פארשטייט זיך אויף אן איידעלע וועג, אויב יענער קומט לקנטר דאס מיינט צו אויפרעגן די וואס זענען יא נזהר אין די הלכה אין וואס ער איז עובר דארף מען אויסדרוקליך מוחה זייו, און אזא פאל ווי ביי די חרדקים וועלכע קומען אין היימישן געגנט לקנטר, און זי זענען נישט קיין תינוקות שנשבו קומענדיג פון היימישע שטובער, מוז מען מוחה זיין און שיסן גארביזש בעגס, אבער דאס לאז איך פאר די ירושלימער קינדער אויסצופירן...
חיוב מחאה מיינט נישט נאכשרייען אין די גאסען.פון וואו נעם איך עס? ווייל אין הל' חזרת הש"ץ שטייט אז ווער ס'רעדט ביי הויעכע שמו"ע "גוערין בו" איז משמע אז ביי אלע אנדערע זאכן שרייט מען נישט - כאטש וואס חיוב מחאה איז אויף יעדע עבירה- ודוק!
לייבעלע, ס'איז אמאל געווען א גרויסע קעניג, ער האט געהייסן דוד המלך, שוין געהערט פון אים? ער האט מחבר געווען א ספר וואס געפינט זיך היינט צוטאג אין יעדע יודישע שטוב, קנאים מיט אגודאים צוגלייך, און דארט שטייט נישט מער און נישט ווייניגער אזוי:הלוא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט, תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי.
קוק אריין אין מצודותמשנאיך - המשניאים מצותיך בעיני הבריות בדברי רשע כאלה. ובתקוממיך - בהאנשים הרשעים האלה הקמים עליך להכחיש את ההשגחה. אתקוטט - אעשה עמהם מריבה וקטטה:
קוק אריין אין מלבי"ם (ער איז נישט געווען א סאטמארער)הלא משנאיך ה' אשנא, ובמתקוממיך - שהם המתקוממים להכחיש אלהותך ועושים להכעיס, אתקוטט - וזה סימן האוהב ששונא את שונאי אוהבו כאלו הם שונאיו:
יא, יא, אבער דורך נאכשרייען מענטשן אין די גאסען, אפשטעלן באסעס, ווארפן זאכן און פארברענען דאמפסטערס פארשעמט מען סה"כ זיך אליין.און חוץ פון דעם זענען אלע דיינע מקורות נאר גילטיג ווען זיי קומען אריין להכעיס נישט ווען זיי בלאנדזען, וק"ל
הודעת בעל דין.... היות וואו זיי קומען אריין יא אויף להכעיס, ממילא איז יא גילטיג די אלע זאכן!
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
משהזוךמיר האט געשריבן:לייבל שטילער האט געשריבן:כ'האב געמיינט צו זאגן אז ווען מפירט זיך אויף ווי חיות ווערט מען אליינס פארשעמט נישט די חרד"ק ווערט.
ווען מ'פירט זיך אויף ווי די תורה פארלאנגט הייסט דאס ביי דיר זיך אויפגעפירט ווי חיות?
און אויב די תורה פארלאנגט אז מען זאל זיך אויפפירן וואו חיות, האב איך נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם, אפילו אויב מיין כבוד וועט ווערן געטשעפעט, און כ'וועל ווערן פארשעמט.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אולי האט געשריבן:oko האט געשריבן:ס'איז גארנישט קיין עבירלה, דא איז די שמועס פון א שעת שמד וואס איז שולט בתוקפה. וואס א חלק פון פריי מאכן דעם ציבור.
ווען זיי ווילן עוקר זיין אלעס - לכו ונחכחידם מגוי, ח"ו.
ער זעט נישט דער שמד, און דאס אז ער האט א ברירה. לענ"ד דארף מען מער לערנען די קינדער ביטחון, וואס פעלט זייער. אין נישט אויסניצען דער חייל
אז ער זעהט נישט, איז נישטא וואס צו טוהן, ער דארף צו-ווארטן ביז ער אליין וועט זוכה זיין עס צו שפירן אויף די אייגענע.
(הגם ל"ע ס'וועט שוין זיין צו שפעט, ווייל ער האט געשפעט פון אלעם. אמר להד'ם.)
אויב ס'העלפט אים נישט דאס וואס ס'פאלן צענדיגלע קרבנות ווי גדולי הרבנים פון די ספרדים, זענען מעיד מכלי ראשון.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 364
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm
איז אזוי, די תורה פארלאנגט נישט אז א מענטש זאל זיך אויפפירן ווי א חיה, איבעית אימא קרא ואיבעית אימא סברא.
סייג לחכמה שתיקה....
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 364
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 364
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm
בתגובה לר' לייבל שטילער
א. וואס איר זאגט "די תורה פארלאנגט נישט אז א מענטש זאל זיך אויפפירן ווי א חיה", די תשובה אויף דעם איז, אז די תורה הקדושה איז די מכריע ביי אונז וואס מיינט אויפפירן ווי א חיה, ממילא ברגע וואס מען טוט וואס די תורה הייסט ווערט דאס די נארמאלסטע און די בעסטע זאך אויף די וועלט.
עי' משנה סוכה פרק ד' משנה ט' שֶׁפַּעַם אַחַת נִסֵּךְ אֶחָד עַל גַּבֵּי רַגְלָיו, וּרְגָמוּהוּ כָל הָעָם בְּאֶתְרוֹגֵיהֶן, דאס איז מענטשליך אדער אויפגעפירט ווי חיות?
ב. איר שרייבט "נאכשרייען מענטשן אין גאס איז א זאך וואס א מענטש האט געזאלט נישט קענען טוען!"
עי' תוספות קידושין דף לב ע"ב ד"ה זקן אשמאי. פי' בקונטרס אשמאי רשע ועם הארץ וקשה דהיכי קאמר איסי בן יהודה דשיבה משמע אפילו זקן אשמאי "והלא מצוה אפילו להכותו לבזותו לזלזלו"
ג. איר פרעגט "פ"וו זעהט מען נישט אז די גדולי ישראל אליין זאלן נאכשרייען די חרדקי"ם אין די גאסן"
וואס שטייט אין חומש פרשת שופטים? שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך זאגט רש"י שופטים, דיינין הפוסקים את הדין. ושוטרים. הרודין את העם אחר מצותן, שמכין וכופתין במקל וברצועה עד שיקבל עליו את דין השופט.
לשיטתך, פארוואס גייט נישט דער שופט אליין שמייסן? יא, אזוי איז עס אלץ געווען, עס איז דא שופטים און עס איז דא שוטרים.

- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am
טישטוך האט געשריבן:נאר וואס דען? די אוכלי נבילות וטריפות זענען לכאורה דעספערט פאר א מנין, וואס? זיי קומען אין היימישן געגנט אין באגלייטונג פון צענדליגע פארשטעלטע פאליציאנטן פאר גארנישט, הא? עס איז נישטא קיין מנינים אנדרויסן פון מאה שערים? וואס האקסטו אין קאפ?
אסאך קומען זיך צו רייצען און אסאך וואונען אין די געגענט און קיינער פון די זענען נישט קיין אוכלי נבלות און טריפות ווען איז דאך נישט דא קיין פראבלעם מיט גיוס
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 364
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm
- בערעלע קבצן
- שר מאה
- תגובות: 110
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm
ישראלי האט געשריבן:אין ארץ ישראל זאגט מען מיט א ביטערע לאך, אז אויב די אלע עצרות מיט מלחמות און אלעס, וואלט מען געמאכט אנקעגן די וואס טראגן די שמוציגע סעלפאונ'ס, די אייפונים, און נישט נאר אנקעגן די וואס טראגן די שמוציגע מאנדירן, אלעס וואלט געווען אנדערש...
איך וויל אויך "זאגן מיט א ביטערע לאך" איך בין דאך אין ארץ ישראל און "אין ארץ ישראל זאגט מען מיט א ביטערע לאך" ...
אבער קודם וויל איך וויסן:
איז נישט געוועהן א ריזן "עצרת כלל ישראל" אין אמעריקא?
איז נישט דא "טעג" "משומר" "גדר" אין אמעריקע, וואס יעדער טאטע מוז א באשטעטיגונג פון הנ"ל אז זייער סעלפאן (טלפון נייד) איז געפילטערט?
איז נישט דא א תקנה ביי רוב היימישע קהילות אין אמעריקע, אז מען טאר נישט ארויסנעמען א סמארטפאן אינעם גאנצן בנין, און ווען איינער פאלגט נישט ווערט פארשריגן אזש די פאליציי גיט דאס רעכט, כהאי עובדא דסאטמאר מאנסי. (אין ארץ ישראל, וואלטן די פאליציאנטן ארעסטירט די גבאים און וועלט וואלט זיך איבערגעקערט, ליידער)
זענען די מנהיגים, דרשנים, מחנכים, וכו' נישט עוסק אין כסדר מעורר זיין איבער אפילו א כשר'ע סעלפאן, וכש"כ נישט געפילטערט מיט די גרעסטע שארפקייט?
איין מינוט פאר איך גיי "זאגן מיט א ביטערע לאך" נאך עפעס:
וואס פונקט וואלט אנדערש אויס געזעהן ווען מען לאזט נאך און קיינעם באדערט נישט מיליטער און מסיתים צו מיליטער, און אין אמעריקע נעמט מען זיך "אנקעגן די וואס טראגן די שמוציגע סעלפאונ'ס, די אייפונים,"אלעס וואלט געווען אנדערש
קענט איר ביטער ערקלערן?
נאך א וויכטיגע ידיעה,
יא, מען לאכט אין ארץ ישראל, און ס'איז ביטער.אין ארץ ישראל זאגט מען מיט א ביטערע לאך
ווער לאכט?
די וואס לייקענען אלעס ארום גיוס והמסתעף...
די וואס לייקענען אז די מפקחים/ום פון די גנים לאזן נישט לערנען מיט די קליינע קינדער בריאת העולם!.. און הייסן אראפ נעמען פון די טאוולען פון יום אחד יום שני וכו' וואס האט דער באשעפער באשאפן יעדן טאג...
די וואס לייקענען אז ס'איז דא א סיסטעמאטישן מהלך פון די לעצטע פאר יאר (און ליידער הולך ומתגבר מיום ליום) צו גענצליך רעפארמירן דעם חינוך פון היימישן חרידישן ציבור מיט די הילף און קאאפעריציע פון 'אויסגעשטיגענע' פון די אקאדעמיעס און אוניווערזיטעטן וואס זענען געגאנגען 'בלויז' פאר פרנסה... און מישן זיך אריין מיט עזות און חוצפה ווער, וואס, און וועם... ויש להאריך.
מען לאכט, אין ארץ ישראל.
ביטער, אין ארץ ישראל.
(אין לשון קודש הייסט "ישראלי" א איד.