טמאו את היכל... מירון גייט אריבער צו די מדנ"י באהערדע

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:28 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן: קוק למשל קבר רחל איז א געהעריגע היימישער בא'טעמ'טע פלאץ, אהן קיין שום שפיהר פון פרייע חלילה.
מען דארף אויך פאררעכטן די מצב וואס האט ביז יעצט געהרשט אין מירון, די חילול הקודש פון די אלע נישט ציוויליזרטע פארושינען וואס ההצקענען און הוליענען ביי הייליגען קבר, און שלאפן ביים ציון, און באדערען יעדער איינער וואס קומט ערנסט דאווענען.

איר זענט אבוויעסלי שוין נישט געווען אין מירון א לאנגע צייט. איך האב מיטגעהאלטן מער ווי איין מאל ווי די וועכטער וועקן אויף איינער וואס האט זיך אראפגעלייגט שלאפן - נישט אין די מערה נאר אין די שטיבלעך אויפ'ן כהנים פארטש! סך הכל לאזן זיי שלאפן מיט די קאפ אויף די האנט זיצנדיג. טאקע א שרעקליכע עולה.
איר לייגט אראפ דעם מקום אזויווי ס'האט אויסגעקוקט פאר צען-צוואנציג יאר צוריק, נישט היינט צוטאגס

א ודאי, די וועכטער זענען נאר דא זייט די ועדת החמישה איז אריין אין בילד.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 8:23 am

די איזראעילי באהערדע וויל פארבויען מיט בעטאן דעם קבר פון דן בן יעקב משבטי קה וואס איז אונטער זייער קאנטראל, 'צוליב טרעספעסינג...'
ווער ווייסט וואס קען געשען אין מירון אויב איינער וועט קומען נישט אין זייערע שעות.

(גראדע האלט איך אז נישט דארט איז דער ציון פון דן בן יעקב, אבער די פוינט איז די זעלבע.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט