טמאו את היכל... מירון גייט אריבער צו די מדנ"י באהערדע

אחראי: יאנאש

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

טמאו את היכל... מירון גייט אריבער צו די מדנ"י באהערדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

ליינט די פרטי המציאות איבער די שוד והרס ביים תנא אלוקי רשב"י

https://drive.google.com/open?id=0B3ueQ ... E1ZUpaMURR

018741.jpg
018741.jpg (82.94 KiB) געזען 8386 מאל
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

העבודות בשטח ה אייר תשעז.jpg
העבודות בשטח ה אייר תשעז.jpg (161.26 KiB) געזען 8375 מאל
אטעטשמענטס
העבודות בשטח א אייר תשעז (1).jpg
העבודות בשטח א אייר תשעז (1).jpg (150.62 KiB) געזען 8375 מאל
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דארף מען בעטן, אז די רבבות העולים על הציון הקדוש, זאלן בעטן דער צדיק זאל אליינ'ס מגין זיין אויף זיך
וכדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

02456.jpg
02456.jpg (122.01 KiB) געזען 8366 מאל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך וויל נישט מאכען קיין גרויסע שעריריה, אבער אויב איך מעג אויף א פאבליק פארום אפס קצהו ארויסברענגען א ענין וואס שטערט מיר היבש שטארק.

דיסקלעימער: די ציונים זענען רשעים און האבען פיינט יעדן ערליכען איד און ווילען חרוב מאכען פאר יעדע פרייז יעדע חרדישע איד אויב קענען זיי ווען און מיר האבען זיי פיינט ווייל דאס זאגט די תורה אז רשעים און אפיקורסים דארף מען פיינט האבען.

יעצט צום ענין, מירון איז א הייליג פלאץ וואס ערליכע אידען האבען זיך אייביג אנגעשטרענגט צו גיין און טויזענטע אידען אויב נישט מיליאנען זענען שוין געשטאנען אויף דעם הייליג מקום און זיך אויסגעגאסען זייערע הערצער ביי דעם ציון הקדוש און מען איז געהאלפען געווארען מיט ישועות ורפואות און אלע זמנים.

אבער, ווער עס קען אביסעל דאס שטעטל ווייסט אז דאס איז א ראן דאון פלעיס וואס יעדער היימלאזער מענטש געפינט זיך דארט דאס ארט עס איז מיאוס און עקלדיג די אטמאספערע וואס מאנכע כווילנישזאגעוואס האבען געמאכט פון דעם פלאץ, און אז יודען קומען דארט פון די גאנצע וועלט קען מען נישט מסכום זיין דאס צו מאכען פאר א נארמאל פלאץ? קען מען נישט דארט מאכען אפאר נארמאלע שיינע האטעלן? קען מען נישט האבען דארט קיין נארמאלע כשרע רעסטאראנטען? אלעס מיז זיין חזעריי? מיט כאלערעס אויסגעמישט?

וואס גייט געשעהן אויב איינער וואס ווייסט וויאזוי צו ראנען א שטאט זאל ראנען דעם שטעטל? איי עס גייט ציהען פריצות? איינס, עס ציהט ממילא - צו מען וויל צו נישט און צווייטענס) מאך דריי האטעלן מיט די רבנות הכשר דריי אן א הכשר און דריי מיט די בדץ הכשר.

די רויבעריי פון די דארטיגע פרייזען וועלן היבש נאכלאזען (ווי יענע עדווערטייזמענט פאר אכצען אלפים - הייוועי ראבערי) און יודען וועלן טרעפן א געשמאק ארט ווען מען שטרענגט זיך שוין יא אן מיט אזא נסיעה אויף אזוי ווייט.

איך בין אין שטיצע פון מאכען מירון א שיינע באטעמטע שטאט וואס זאלען האבען אלע געשמאקע צוגעהערן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

דער פלאן פינעם מד"י
https://drive.google.com/open?id=0B3ueQ ... IyLWEybHNN

מטעמים האט געשריבן:

איך בין אין שטיצע פון מאכען מירון א שיינע באטעמטע שטאט וואס זאלען האבען אלע געשמאקע צוגעהערן.
ע"כ דעת בעל הבית...

מכאן ואילך דברי גדולי תורה
https://drive.google.com/open?id=0B3ueQ ... pqT2hFME1j

בני הרה"ק מ'בריסק
https://drive.google.com/open?id=0B3ueQ ... pfRW9XUUFB
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

זעקת אש קודש.pdf
(45.16 KiB) געווארן דאונלאודעד 241 מאל

חיל_ורעדה_בענין_הפקעה_במירון.pdf
(65.97 KiB) געווארן דאונלאודעד 263 מאל
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מטעמים, אין קורצן, זיי ווילן נישט פלעין מאכן מירון פאר א נארמאלע פלאץ, זיי ווילן עס פארוואנדלען פאר אן אינטערנאציאנאלע קאבּאלא צענטער און טוריזם אטראקציע פאר די צענדליגע טויזנטער גוים און גויטעס וואס שטודירן עס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

אין די מעלות איז איינמאל געווען זייער אן אינטערעסאנטע ארטיקל איבער דעם ענין ווי זיי האבן פארציילט פאקטן אז אסאך חברה פון די מדינה האבן שוין געוואלט עס טון און ווער ס'האט נאר פראבירט האט געכאפט א מיסע מעשינע אדער האט מען עם איינגעזעצט אין חד גדיא.
רבי שמעון היט אפ זיין פלאץ און אונז פארשטייען נישט פארוואס ער דארף האבן אזויפיל משגעים ארום זיך, כדי הוא רבי שמעון לסמוך עליו
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

וועל איך צו לייגן מיינע פאר סענט

די אלע משוגעים (ווי מטעמים רופט זיי) און היימלאזע מענטשן וואס דרייען זיך דארט אויפן בארג, היטן אפ דאס פלאץ, אז די פרייע חאליגאנעס זאלן זיך פילן אומבאקוועם זיך צו באקוועם מאכן דארט.

והשנית מאכן דארט האטעלן, גייט דאס מאכן אויסקוקן ערגער ווי מערת פריצים רח"ל, וואס דאס איז קלאר זייער ציל, און אויב ביז יעצט פרובירן זיין צו מאכן דארט א שרעקליכע תערובות, וועט דאס דאמעלט'ס זיין פיל ארגער

הרב מטעמים איך זעה אז איר זענט נישט קיין א"י געבוירענער, און מן הסתם נישט געווען קיינמאל אין מירון (איך רעדט נישט פון געווען ווי א גאסט, נאר פארוויילן דארט אביסל) ווייל ווען יא, וואלסטו אליין פארשטאנען אז דיין געשרייבאכטס איז נישט ריכטיג.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

כא כא כא האט געשריבן:אין די מעלות איז איינמאל געווען זייער אן אינטערעסאנטע ארטיקל איבער דעם ענין ווי זיי האבן פארציילט פאקטן אז אסאך חברה פון די מדינה האבן שוין געוואלט עס טון און ווער ס'האט נאר פראבירט האט געכאפט א מיסע מעשינע אדער האט מען עם איינגעזעצט אין חד גדיא.
רבי שמעון היט אפ זיין פלאץ און אונז פארשטייען נישט פארוואס ער דארף האבן אזויפיל משגעים ארום זיך, כדי הוא רבי שמעון לסמוך עליו

כ"ש וכ"ש אז רבי שמעון גייט זיך אננעמען פאר די וואס נעמען זיך אן פאר זיין כבוד, און וועט משפיע זיין פאר די אלע וואס וועלן זיך מוסר נפש זיין פאר זיין ציון הקדוש השפעות ישועות און רפואות.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

די וואס זענען מטמא מירון און ברענגען א שרעקליכע אטמאספיר, איז נישט מער ווי היימישע אמעריקאנע אידן, וואס קומען פאמיליעס אויף פאמיליעס, מיט זייערער טמאנע סמארטפאנס וואס איז ביי קיין היימישע איד אין אר"י איז נישטא, און מיט זייערע פריצות'דיגע מלבושים וואס ביז עטליכע יאהרן צוריק איז נישט געווען במציאות צווישן ערליכע אידן אין אר"י און ליידער אזוי אראפ בדרגה צוליב די אמעריקאנע קולטור.
אין די מדינה זעהט וירא כי טוב, מאכט מען דאס טאקע מיט די גאנצע באקוועמלעכקייטן.
לאו עכברא גנב, חורא גנב.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

נעה, די אלע שלעכטע אמעריקאנע מנהגים האבן זיך די איזראעליס שוין אפגעלערענט ווען זיי זענען אהער געקומען נאך געלט

טאקע א ערענסטע חורא...

(בלויז א ווערטל)
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

אבן יקרה האט געשריבן:די וואס זענען מטמא מירון און ברענגען א שרעקליכע אטמאספיר, איז נישט מער ווי היימישע אמעריקאנע אידן, וואס קומען פאמיליעס אויף פאמיליעס, מיט זייערער טמאנע סמארטפאנס וואס איז ביי קיין היימישע איד אין אר"י איז נישטא, און מיט זייערע פריצות'דיגע מלבושים וואס ביז עטליכע יאהרן צוריק איז נישט געווען במציאות צווישן ערליכע אידן אין אר"י און ליידער אזוי אראפ בדרגה צוליב די אמעריקאנע קולטור.
אין די מדינה זעהט וירא כי טוב, מאכט מען דאס טאקע מיט די גאנצע באקוועמלעכקייטן.
לאו עכברא גנב, חורא גנב.

זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן, די פאקט איז אז די חסידישע אמעריקאנע יודן גייען פיל מער איידל אנגעטון ווי אפי׳ די תושבי מאה שערים - ווער רעדט נאך פון די ספרדישע.

און ווער רעדט נאך פון אויפפירונג. זעראו באשיידענקייט, פעריאד!

מיר האט אן ארץ ישראל׳דיגע, ברוינע, ספרדישע שנה ראשונה יונגערמאן אנגעשריגן ביים ציון ווען איך האב פראבירט צו קאנטעקטן מיין בני בית נאכן וויילן אינעם מערה א שעה. איך ווייס נישט וויאזוי עס צו שרייבן מער קלין, אבער דער צדיק וקדוש איז געגאנגען האנט און האנט מיט איר, זי אויסקוקנדיג ווי דעם פרעזידענט׳ס ׳יודישע׳ טאכטער ווען זי גייט אין ׳שול׳.

איך פארשטיי יעדער האט זיינע פריאריטעטן, אבער קום דו נישט דא אהער באזאלצן יושבי חוץ לארץ מיט פרעכע פאלטשקייטן פאר דיין קנאות אגענדע.

איך שרייב עכט נישט מער דא, אבער די תגובה האט מיך
ארויסגענומען פון די דישעס.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יואב בן צרויה האט געשריבן:

נישט פארגעסן די קליינע ווערטער.... :lol:
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

ס'דא עפעס וואס טייל פון די אמעריקאנע געסט ברענגן אהן, טאקע נאר א טייל, אבער א מיעוט וואס מאכט אהן א טימעל און א רעש, און זענען מבאיש ריח אין די אויגען פון תושבי אר"י אז אזוי זענען אלע חו"ל'דיגע.
למשל, ארויס נעמען אן סמארטפון, ביי די בני אר"י איז דאס ממש אן אפגעפרעגטע זאך, ווער עס מוז עס האבן שעמט זיך מיט דעם און באהאלט עס, און כ"ש ער נעמט עס נישט ארויס ביים ציון אין מירון, אדער, רעדן הויעך און שרייען און אפילו עסן און טרינקען אין גאס [יא, אידן קומען אפיציעל צי ר' שמעון, און זיי גייען מיט זייער... אין גאס און ציזאמען פרעסן זיי ברבים, ווען איך וואלט ווען געהאט א אייפון וואלט איך שוין גענומען א פיקטשור פון דעם), און נאך, אין אר"י ווען מען וועט זעהן איינער טוט דאס,] וויסט מען אז דאס איז נישט פון אינזערע, א היימישע חסידי'שע איד טוט דאס נישט, אבער ביי די בני חו"ל קען מען זעהן אידן מיט שיינע געקרייזעלטע פאות וואס טוען כנ"ל.

#א פאקט

ובנוגע די הפקעה איז דאס טאקע א שוידערליכע זאך, איך מיין אבער אז די אלע וואס איז געווען בידם צי מאכן סדר פון די פלאץ, און האבן ציגעלאזט אז די פלאץ זאל אזוי אויסזעהן, ווען אלע צעדרייטע נאנאחניקעס אנשטאט גיין אין בית משוגעים מאכן זיי דארט זייערע פארריקטע טענץ און עסן און שלאפן אין די הייליגע מערה, ווי די מערה האט ליידער אויסגעזעהן ווי א ציזאמקום פון ציגאנער ה"י, וואס פארשטייט זיך אז דאס הייסט נישט אפגעהיטן בקדושה, זיי דארפן אויך אפגעבן א דין וחשבון.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

יואב בן צרויה האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:די וואס זענען מטמא מירון און ברענגען א שרעקליכע אטמאספיר, איז נישט מער ווי היימישע אמעריקאנע אידן, וואס קומען פאמיליעס אויף פאמיליעס, מיט זייערער טמאנע סמארטפאנס וואס איז ביי קיין היימישע איד אין אר"י איז נישטא, און מיט זייערע פריצות'דיגע מלבושים וואס ביז עטליכע יאהרן צוריק איז נישט געווען במציאות צווישן ערליכע אידן אין אר"י און ליידער אזוי אראפ בדרגה צוליב די אמעריקאנע קולטור.
אין די מדינה זעהט וירא כי טוב, מאכט מען דאס טאקע מיט די גאנצע באקוועמלעכקייטן.
לאו עכברא גנב, חורא גנב.

זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן, די פאקט איז אז די חסידישע אמעריקאנע יודן גייען פיל מער איידל אנגעטון ווי אפי׳ די תושבי מאה שערים ??? - ווער רעדט נאך פון די ספרדישעמען רעדט טאקע נישט פון זיי, וואס זיי אלע דוקא גייען נישט בפא"נ, ואכמ"ל.

און ווער רעדט נאך פון אויפפירונג. זעראו באשיידענקייט, שקר וכזב און מוציא ש"ר ווי עס דארף צי זיין, נישט קיין קולות אין גאס, נישט קיין פרעסערייען אין רעסטאראנט,
און כ"ש נישט אין גאס, וכן הלאה
פעריאד!

מיר האט אן ארץ ישראל׳דיגע, ברוינע, ספרדישע שנה ראשונה יונגערמאן אנגעשריגן ביים ציון ווען איך האב פראבירט צו קאנטעקטן מיין בני בית נאכן וויילן אינעם מערה א שעה. איך ווייס נישט וויאזוי עס צו שרייבן מער קלין, אבער דער צדיק וקדוש איז געגאנגען האנט און האנט מיט איר, זי אויסקוקנדיג ווי דעם פרעזידענט׳ס ׳יודישע׳ טאכטער ווען זי גייט אין ׳שול׳.

איך פארשטיי יעדער האט זיינע פריאריטעטן, אבער קום דו נישט דא אהער באזאלצן יושבי חוץ לארץ מיט פרעכע פאלטשקייטן פאר דיין קנאות אגענדע.

איך שרייב עכט נישט מער דא, אבער די תגובה האט מיך
ארויסגענומען פון די דישעס.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

איך דערמאנמיך א ווערטל וואס אלס אינגל האט מען געזאגט ביי אונץ, ווען ס'איז געווען די הפגנות וועגן חילולי שבת אויף די בר אילן גאס.

"אז די פאליציי קומט, זענען זיי רשעים, מחללי שבת, אז זיי קומען נישט - זענען זיי רשעים ארורים..." [און פאר דעם וואס פארשטייט נישט, אז די פאליציי קומט נישט, איז די הפגנה גארנישט עקזעסטירט, נישט טשיקאוו...]

דאס זעלבע דא. אז מ'מאכט נישט גענוג די צוגאנגס צו מירון, שרייט מען גיוואלד, די מדינה, די רשעים זענען זיי, זיי ווילן נישט מ'זאל קענען קומען גרינג צו דאווענען ביי הייליגע תנא רשב"י. אז זיי מאכן יא, רשעים ארורים זענען זי, ס'וועט נישט זיין וועמען צו באשולדיגן...
איך געדענק גוט, אז כל מה שעשו די מלכות הרשעה, איז צוליב זיי, און אויף זייערע צוועקן מעביר זיין על הדת, גארנישט וועגן ערליכע אידן. אבער אויף די שרייערס, די ביטערע ליצנות גיוואלד צעטלעך, קוקן אזוי אויס.
מ'לאכט אונץ אהפ די אמעריקאנע תמימות'דיגע אין פנים אריין. וואס די גרויסע חורבן וואס די ציונים מאכן? זיי ברענגען טוריסטן צו מירון.... ווער זענען די טוריסטן? סאטמארע אידן. נאר וואס דען? ווער קומט שוין צו מירון מיט די מאסן? ווער זוכט צו דינגען יעדען פרייע בעט אין די געגנט אויף שווערע געלטער? ווער וועט זיין די ערשטע וואס וועלן לויפן צו האטעלן דארטן טאמער ס'וועט זיך בויען? די סאטמארע חסידים אויף די מאסן. אבער די ציונים די רשעים, זייערע פלענער איז צו ברענגען וואס מער טוריסטן קיין מירון....
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

דו רעדסט הוידל בוידל... איך ווייס נישט וואו סאטמאר קומט דא אריין... וויי איז אונז אויב טוריסטן קומט דארט אן מיט די ערגסטע תועבות... מען וועט זיך נישט קענען דרייען דארט.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

פארוואס זאל א טוריסט וועלן קומען דארט?
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

לחם לשובע האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:די וואס זענען מטמא מירון און ברענגען א שרעקליכע אטמאספיר, איז נישט מער ווי היימישע אמעריקאנע אידן, וואס קומען פאמיליעס אויף פאמיליעס, מיט זייערער טמאנע סמארטפאנס וואס איז ביי קיין היימישע איד אין אר"י איז נישטא, און מיט זייערע פריצות'דיגע מלבושים וואס ביז עטליכע יאהרן צוריק איז נישט געווען במציאות צווישן ערליכע אידן אין אר"י און ליידער אזוי אראפ בדרגה צוליב די אמעריקאנע קולטור.
אין די מדינה זעהט וירא כי טוב, מאכט מען דאס טאקע מיט די גאנצע באקוועמלעכקייטן.
לאו עכברא גנב, חורא גנב.

זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן, די פאקט איז אז די חסידישע אמעריקאנע יודן גייען פיל מער איידל אנגעטון ווי אפי׳ די תושבי מאה שערים ??? - ווער רעדט נאך פון די ספרדישעמען רעדט טאקע נישט פון זיי, וואס זיי אלע דוקא גייען נישט בפא"נ, ואכמ"ל.

און ווער רעדט נאך פון אויפפירונג. זעראו באשיידענקייט, שקר וכזב און מוציא ש"ר ווי עס דארף צי זיין, נישט קיין קולות אין גאס, נישט קיין פרעסערייען אין רעסטאראנט,
און כ"ש נישט אין גאס, וכן הלאה
פעריאד!

מיר האט אן ארץ ישראל׳דיגע, ברוינע, ספרדישע שנה ראשונה יונגערמאן אנגעשריגן ביים ציון ווען איך האב פראבירט צו קאנטעקטן מיין בני בית נאכן וויילן אינעם מערה א שעה. איך ווייס נישט וויאזוי עס צו שרייבן מער קלין, אבער דער צדיק וקדוש איז געגאנגען האנט און האנט מיט איר, זי אויסקוקנדיג ווי דעם פרעזידענט׳ס ׳יודישע׳ טאכטער ווען זי גייט אין ׳שול׳.

איך פארשטיי יעדער האט זיינע פריאריטעטן, אבער קום דו נישט דא אהער באזאלצן יושבי חוץ לארץ מיט פרעכע פאלטשקייטן פאר דיין קנאות אגענדע.

איך שרייב עכט נישט מער דא, אבער די תגובה האט מיך
ארויסגענומען פון די דישעס.

אין מירון איז שוין פאראן א שרעקליכע תערובות ל״ג בעומר מער פון הונדערט יאר - נישט אומזיסט האט מרן הגה״ק מהרי״צ דושינסקיא נישט געלאזט גיין קיין שום דושינסקיא איד ל״ג בעומר קיין מירון יהי׳ מי שיה׳ - ס׳איז א עקל און א גרויל. וועמען פאפט איר?

די אמעריקאנער אינגעלייט איז דער פראבלעם? זענט איר ביים זינען?

ביז ס׳איז נישט געווען קיין מהדרין וועג האט מען ממש נישט געקענט גיין צו די מערה בלי גוזמא.

איך רעד נאר פון היסטארישע, נישט איבער די טמא׳נע פלענער פון די מדינה צו מאכן חפירות.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

מצלמה האט געשריבן:

גערעכט ביסטו, הונדערט פראצענט.
ס'נישט נאר אז ס'איז געווען שרעקליכע תערובות, ס'איז געווען מחולות פון אינגע ציוניסטישע ארגאניזאציעס, מיט כל טומאות שבעולם.
יעדע ל"ג בעומר פון ניי, ס'איז געווען שרעקליך. און טאקע ווי די זאגסט, אסאך אסאך פון די ערליכע היימישע אידן, זענען נישט געפארן ל"ג בעומר אהין, צוליב דעם.
דאס האט ב"ה אינגאנצן בטל געווארן אין די לעצטע דרייסיג יאהר.
אבער ביי די טאג טעגליך, איז מירון אלעמאל געווען גאנץ א ריינע פלאץ, בפרט אין די לעצטע דרייסיג יאהר, זייט אז מיט מסירות נפש דיגע אידן האט מען געבויעט ריכטיג די מחיצות, סיי אין די חצר און סיי אין די מערה אליין, ביז ר' אלעזר'ס ציון, וואס ביז דעמלאטס איז געווען ממש בתערובת רח"ל, ס'איז נישט גרינג אדורך געפירט. אבער ב"ה נאך דעם, האט די הייליגע פלאץ באקומען איהרע ערליכע אטמאספיר, [אויסער ביי די ספרדישע, אבער אויך ביי זיי איז שוין געווען פוחת והולך] ביז ס'איז געקומען ריבוי עם פון אמעריקאנערס, געבערנגט מיט זיך נייע סארט תהלוכות, עסן און טרינגן און שפאצירן גייען און די גאנצע ארום גאנצע פאמיליעס, דאס האט געברענגט די חורבן.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מלויפט דא פון איין עקסטרעם צו די אנדערע
די פלאץ דארף א תיקון און די ציונים ווילן עס פארוואנדלען אין אינטערנעשעינאל קאבאלא טוריסט ארט, יא סקען זיין אז די אמעריקאנע יודעלעך וואס זענען מסיים זוהר יעדער יאר און אלץ באלוינונג באקומען זיי א פרעזענליכע איינלאדענונג פון רעב שמעון (ציניש גערעדט) וועלן פון יעצט און ווייטער האבן פייוו סטאר סערוויס פארשטייט זיך מיט הכשר בד״ץ אבער די איבריגע 355 טעג פון יאר וועט דאס פלאץ אויסקוקען ווי ראקעפעלער סענטער
מאיז נישט ברייט און אפען מיינדעד ווען מזאגט מעה סאיז גארנישט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

זייט ווען פארן גוים קיין צפון זיי גייען זיר קיינמאל נישט שלעפן ביז אהין א וועג פון 3 שעה
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מקווה איד האט געשריבן:זייט ווען פארן גוים קיין צפון זיי גייען זיר קיינמאל נישט שלעפן ביז אהין א וועג פון 3 שעה

זיי גייען קיין צפת טברי', וועלן זיי שוין און איינוועגס מאכן א סטאפ אין די מיסטיק קאבאליסטיק מירון.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”