וואוילע שעפעלע האט געשריבן:מאדנע ווי מ'זוכט זיך די לעצטערע יארן צוריק צו גיין צו די בלוטיגע ערד פון וואו אונזערע עלטערן זענען אנטלאפן.
די שנאת ישראל אין יענע לענדער איז נאך היינט גאר גרויס
די אונגארישע שנאה איז א גרויס חלק דערפון געבוירן געווארן ביים קריג ווען עס איז געווען פאפולער, אידן האבן געוואוינט אין אונגארן הונדערטער יארן און זעלטן זיך אנגעטראפן מיט אזא העסליכע שנאה, מען האט געלעבט אין גאר גוטע באציהונגען מיט די שכנים, גארנישט ערגער ווי היינט אין אמעריקע אדער ענגלאנד (ענגלאנד אגב, האט אויך בלוטיגע ערד, קוק אביסל היסטאריע). די שנאת ישראל בשעת'ן חורבן אייראפע איז געווען א ביטערע גזירה אן קיין הסבר, היינט צוטאגס איז דאס נישט דא.
ריכטיג, עס איז דא לענדער א שטייגער ווי אוקריינע אדער פוילן ווי די שנאת ישראל איז נאך היפש הויך, אבער אין אנדערע לענדער איז דאס אויף א רואיגע מצב אזוי ווי איבעראל, אין אפילו אין די פיינטליכע לענדער לעבן אידן אויך גאנץ רואיג.
בכל אופן שהוא, יעדע נארמאלע אויסוואל איז בעסער ווי אין די מדינה וואס שוימט מיט שנאת החרדים, און ארבעט אויף יעדן מעגליכן וועג אויסצו'שמד'ן כלל ישראל.
איך האף אז די נייעס איז ריכטיג און קראנט.