בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

אחראי: יאנאש

נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 2:44 pm

בונים היכל לה' - נייע בתי מדרשים!

תגובהדורך נאפאליאן » זונטאג מאי 15, 2011 3:07 pm

עס עפענען זיך שולן חדשים לבקרים, און עס ווערט פארפאלקומט דעם רבה אמונתיך.

אלס אינטערעסאנטקייט וואלט שיין געוועהן ארומצוהענגלען איבער די נייע שולן וואס דערעפענען זיך תמיד, פון די נייערע אין וויליאמסבורג ממש לעצטענס ציילן זיך ווייניגסטנס צוויי, וואס איב באקאנט צוליב וואס עס איז געוועהן באריכטעט מיט שפאנונג ארום זיך.

א' א נייע סאטמארע שול אין ניי-וויליאמסבורג, חסידי מהר"א, עס רופט זיך ברך משה-סקילמאן, אדער סאטמאר-קלינטאן היל.

ב' כלל ישרא' שול אין אלט-וויליאמסבורג, נישט באקאנט אין פרטים.

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » זונטאג מאי 15, 2011 4:21 pm

שוין העכסט צייט כלל ישראל זאל האבן א שוהל...

אויף וועלכע גאס עפענט זיך עס?
שאלת חכם חצי נחמה

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג מאי 15, 2011 6:30 pm

וואס איז דאס כלל ישראל שול?
(אפשר אזא שטייגער ווי די ישיבה בית מדרש לתלמידים?...)

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » מאנטאג מאי 16, 2011 9:03 am

כהאב א חבר זיין טאטע האט א שול מיטן נאמען
שלום על ישראל

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג מאי 16, 2011 10:41 am

ווייסט איינער מער איבער דעם כלל ישראל שול? מי הוא זה? איפה הוא?
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מאי 17, 2011 10:59 am

קענטעלאופ האט געשריבן:כהאב א חבר זיין טאטע האט א שול מיטן נאמען
שלום על ישראל

יאך האב גראדע נישט קיין חבר וואס זיין פאטער האט אזא שול, אבער איך ווייס פון די שול צוזאגן, ויהי לפלא...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דינסטאג מאי 17, 2011 11:03 am

אין בארא פארק אויף פארט העמילטאן נישט ווייט פונעם שפיטאל איז דא א ביהמ"ד מיטן נאמען "ידידים שטיבל".

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך מאי 18, 2011 10:04 am

יישר כח פארן עפענען די אשכול.

עס איז באמת א תענוג אריינצוגיין אין דע נייע שולן, אזוי ווייט אז מען געוויינט זיך צו די נייע שולן איז באמת שווער אריינצוגיין אין די עלטערע.

אפשר וואלט איינער געקענט אראפלייגן א באזוך אין די שולן.

א קליינע ליסטע: סאטמאר מירטעל, וויזניץ 6 ליע, סאטמאר לי גארדענס, און סאטמאר ברך משה.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מאי 30, 2011 10:49 pm

היינט געהערט פון א נייע בית המדרש אויף פען סט. די גאנצע דאווענען גייט בנוסח שלמה קארלבאך. דער עולם זינגט צוזאמען יעדע שטיקל. באו בשלום לאזט מען זיך ארויס אין א טאנץ... ועוד ועוד...

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מאנטאג מאי 30, 2011 11:36 pm

וואו איז דאס? כ'העט דאס ווען באזוכט
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דינסטאג מאי 31, 2011 10:51 am

געלעגער דו רעדטס פון "דער שטיבל"?
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מאי 31, 2011 11:10 am

איך האב נישט געהערט מער. דאכט זיך אז ס'איז אויף פען ביי ווייט שטראסע

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דינסטאג מאי 31, 2011 11:23 am

איך ווייס נישט קיין פונקליכע אדרעסע בלויז אז עס איז ערגעץ אין די פען געגענט, אבער דאס ווייס איך יא אז לכבוד ל"ג בעומר איז געווען א גריל פאר אן הדלקה, ווארשיינליך רעד מיר פון די זעלבע זאך.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » דינסטאג מאי 31, 2011 3:54 pm

אמאל בין איך געפארן קיין קרית יואל שבת פאר סליחות - א' סליחות האב איך געזאגט אין א שול ווי מען האט געשפילט מיט פידלען

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך שלום אויש » מיטוואך פאברואר 04, 2015 7:43 pm

אין א צווייטע אשכול ווי מען רעדט פון בתי מדרשים וועלכע מען בויעט איבער פון אלט צו ניי, פון אמאל צו היינט, פון אומבאקוועם צו הערליך שיין האבן עטליכע דערמאנט אז עס וואלט געמעגט געעפנט ווערן אזא אשכול ווי מען זאל צינויפברענגען אונטער איין דאך אלע רענאוואציעס און קרן הבנינים וואס קומען פאר אין די צווייטע היים פון יעדן איד נעמליך די בתי מדרשים ווי אידישע קינדער פארוויילן דריי מאל א טאג צו מער טוענדיג אלע אידישע געברויכן ווי דאווענען צום אויבערשטן טוען מצות ומעשים טובים און פארשטייט זיך לימוד התורה וואס אין די היינטיגע עפאכע בויעט מען הערליכע היכלי התורה אין יעדן בית המדרש.

ווען א בית המדרש איז אנגענעם געבט עס אריין א געשמאק אינעם דאווענען און מען קען רוהיג דאנקען דעם אויבערשטן אויף אלע גוטס וואס ער טוט מיט אונז.

עס איז אויך א פארנעם ווי מען טוט דעם רצון השם יתברך פון "זה קלי ואנוהו" מיטן באצירן דעם אכסניא ווי די שכינה וויילט בזמן הזה און אזא אשכול דארף ארויפברענגען א שטאלץ ביי אינז אידן אז אנשטאט בויען נאך א רעסטוראנט און נאך א ריזן סופערמארקעט פארגעסן מיר נישט פון דעם וואס מיר זענען ארגינעל דא און מיר לייגן אריין גרויסע געלטער אויסצורישן די בתי כנסיות ובתי מדרשות.

אין די לעצטערע חדשים און יארן האט קהל יטב לב ד'סטאטמאר אין וויליאמסבורג געלאזט אין גאנג א היסטארישע קאמפיין פון איבערבויען דעם תורה צענטער וועלכע איז דאס שפיגעלע פון די ממלכת סאטמאר איבער די וועלט די אלטע בית המדרש אויף ראדני סטריט וואס איז נאך געווארן באנוצט דורך רבותינו הקדושים מרנן הבעל דברי יואל זיעועכי"א און בעל ברך משה זיעוכי"א און איז אלץ געווען די הארץ פון
יעדן סאטמארע חסיד.

די בית המדרש ווערט פונדאסניי איבערגעפלאנצט און הערליך אוועקגעשטעלט אלץ א באקוועמע מקום תורה ותפילה ממש נישט צום דערקענען.

סיי וועלכער פרישער אנטוויקלונג אין דעם קאמפיין אדער אנדערע בתי מדרשים וואס נעמען אונטער מערכות צו איבערבויען און פארשענערן ווערן פארבעטן דא צו מעלדן די נייעס און מיר זאלן גאר אינגיכן ווערן אוועקגעפירט מיט משיח צדקנו וואס ווי באקאנט וועלן אלע בתי מדרשים מיטפארן קיין ירשלים עיר הקודש זאל מיר הערן גאר בקרוב דעם קול שופר.
זה קלי ואנוהו!

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10097
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך פאברואר 04, 2015 7:49 pm

און וואס איז שלעכט מיט יענע אשכול?

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מיטוואך פאברואר 04, 2015 7:54 pm

מחותן האט געשריבן:און וואס איז שלעכט מיט יענע אשכול?

פארשטענדליך.
יענע אשכול איז די נייעס אלגעמיין אנבאלאנגט וויליאמסבורג, איז אנשטאט שרייבן ביי א בית המדרש וואס ווערט איבערגעבויעט אין מאנסי, אינעם מאנסי אשכול, אין אזוי ווייטער בכל מדינה ומדינה.
וועט אבער אזא אשכול זיין געווידמעט פאר אלעס ארום איבערבויען בתי מדרשים, און וועט אויך זיין סאך גרינגער ווען איינער וויל נאכזיכן ווי מען האט גערעדט פון א ספעציפישע בית המדרש וואס מען האט רענאווירט.
גענוג קלאר?

אוועטאר
שווייצע זייגער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 11:42 pm

תגובהדורך שווייצע זייגער » מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:05 pm

די וויענע קהלה בויעט שוין פאר די לעצטע דריי יאר, זייער גאנצע בית המדרש ווערט איבערגעבויעט, מען בויעט א נייע מקוה מיט הערליכע שטיבלעך פאר מנינים און ביזדערווייל דאוונט מען אין טרעילאר'ס אינדרויסן,
איך האב אין באזיץ אסאך פיקטשער'ס (איך דריי זיך דארט אסאך) און איך וועל פרובירן דא צו ברענגען ווען איך האב צייט בעזר השם.

להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:25 pm

שווייצע זייגער האט געשריבן:די וויענע קהלה בויעט שוין פאר די לעצטע דריי יאר, זייער גאנצע בית המדרש ווערט איבערגעבויעט, מען בויעט א נייע מקוה מיט הערליכע שטיבלעך פאר מנינים און ביזדערווייל דאוונט מען אין טרעילאר'ס אינדרויסן,
איך האב אין באזיץ אסאך פיקטשער'ס (איך דריי זיך דארט אסאך) און איך וועל פרובירן דא צו ברענגען ווען איך האב צייט בעזר השם.


וויען זאל מיר מוחל זיין אבער דאס אפשפארן לי עוועניא קאר. ווילסאן שוין פאר יארן לאנג איז נישט קיין שיינע זאך. מיט א קעריזש קענסטו זיך איבער דרייען אדער גיין אויף די גידיכטע לי טרעפיק.

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:28 pm

דאס איז עפעס וואס דו דארפסט אריינגעבן צו די וויענע אפיס און נישט סתם העצן אויף א פארום.
זיי זענען נאבעלע מענטשן און פארשטייען אנדערע.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8097
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:39 pm

להודיע, לי/ראובלינג מיינסטו.
לעצט פאראכטן דורך מיסטעריעז אום דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 12:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:46 pm

אלעס פיין און וואויל אבער די אשכל באלאנגט נישט ביי די נייעס אפטיילונג, ביטע מפנה זיין

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8097
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:50 pm

גיי שוין גיי האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער די אשכל באלאנגט נישט ביי די נייעס אפטיילונג, ביטע מפנה זיין

פארוואס עפעס נישט?
און ס'שוין דא איינס אזא אשכול ביי די נייעס, 500 בעדפארד רענאוואציעס
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:57 pm

נו אנשטאט פולע באזונדערע אשכולות פאר ראדני/בעדפארד/וויען און פרישע צו יעדע נייע קרן הבנין איז פראקטישער און באקוועמער איין אשכול בכלליות,

ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

תגובהדורך ניקעל » מיטוואך פאברואר 04, 2015 9:47 pm

קראלי בית מדרש מאכט יעצט רענאוואציעס פאר פרישע קלענערע שטיבלעך 


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט