ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

ענערגיע
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 02, 2021 1:51 am

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך ענערגיע » מאנטאג נובעמבער 22, 2021 7:41 pm

:lol: :lol: :lol: :lol:
סארקאסטיש האט געשריבן:
הייליגע טאטע האט געשריבן:איז דא א בילד ווי אזוי די ביהמ"ד גייט אויסקוקן?

עס איז אזויווי די זאלסט פרעגען 1998 וויאזי די 2022 אדדעסי גייט אויסקוקען.....

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך סראלי » מאנטאג נובעמבער 22, 2021 9:22 pm

עולם האמת האט געשריבן:
איך הער נישט האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:ווען איז די רעדע פון א חנוכת הבית - שייך פאר 5 יאר ?
ווי אויך - וואסערע קאסט דארף אזא אונטערנעמונג אריינצוען? (נייע שיל אין ניי סקווער ציט אריין אין שרעקעדיגע ציפערן)

גערעדט נעכטן בין הדברים אז עס וועט בקרוב געלאזט ווערן און גאנג א הינדערט מיליאן דאלאר קאמפיין צו פינאנצירן דעם פאריעקט אינאיינעם מיטנדי אנדערע אנגייענע פאריעקטן



זייער נישט רעאליסטיש, יעדער איז שוין אויסגעמאלקן
און בכלל איז די אנטווינקלונג זייער א ווילדע און אומסטאבילע מאוו

וויפיל מעלאנעס האט מען געפלאשט אין גארפיעלד?


זייער רעאליסטיש זיך צו קאנצעטרירן אויף א צענטראלער בנין הקהילה אינדערצייט וואס די מצב פון די מוסדות איז ב״ה פינאנציעל סטאביל.

זיי שוין אהערגעשטעלט פאר די מוסדות דערווייל:

ת״ת לארקין
ת״ת-מקוה טהרה בנין
מיידל שולע
נייע מיידל שולע געביידע וואס בויעט זיך
פרישער ישיבה קטנה קאמפלעקס (פארגעסן די נאמען פון די געגנט)
עטליכע שטאק פאר די ישיבה קטנה אין בית כהנא-חברון געגנט וואס ווערט איצט פארטיג.

ווען די מוסדות איז סטאביל ברוחניות ובגשמיות קען מען זיך און מענטשן פארשטייען אז מ׳דארף זיך שטארק קאנצענטרירן אויף קהלי׳שע געברויכן ספעציעל ווען ס׳איז א גרויסער צורך פאר די קהילה.

-
דא גייט ווערן אונטערגענומען א היסטארישער קאמפיין וואס וועט צילן אויפצוטרייבן שטיצע פון תלמידי חסידי סאטמאר פון איבער די וועלט. א קאמפיין פיל גרעסער ווי די ישיבה גדולה געביידע אין קווינס און די אהל רחל שול צוזאמען. דא גייט געבויעט ווערן א קאמפלעקס איינס אין די וועלט. זיי גייען נעמען געלט פון לאקאלע איינוואוינער (וואס דארפן דאס שטארק) און פון די אלוועלטליכע חסידים. מ׳גייט פיין שפילן די געפילן איבער די היסטארישקייט און די נחיצות פון דעם תורה ועבודה פעסטונג. לבי אומר לי אז זיי גייען שיין מצליח זיין
ישראל אשר בך אתפאר

הייליגע טאטע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך הייליגע טאטע » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 5:28 pm

סארקאסטיש האט געשריבן:
הייליגע טאטע האט געשריבן:איז דא א בילד ווי אזוי די ביהמ"ד גייט אויסקוקן?

עס איז אזויווי די זאלסט פרעגען 1998 וויאזי די 2022 אדדעסי גייט אויסקוקען.....

איך האב געמיינט צו פרעגן צו איינער האט א פיקטשער ווי אזוי עס גייט אויסקוקן פון אינדרויסן איך האב געהערט אז עס איז שוין דא א פיקטשער

קרייסלער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 2:33 pm

"מיינסט עס ערנסט?! ר' יחזקאל בראך'ס שטח?! דאס איז דאך א היסטארישע אנטוויקלונג!" אט דאס איז געווען די ערשטע רעאקציע דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג ווען מיין ידיד האט מיר פארציילט איבער די נייעס וואס צירקולירן ארום אז קהילת מהרי"י אין קרית יואל האט אונטערגעשריבן א מקח אויף 'עפעס' א פארעסט שטח.

"וואס איז די 'היסטארישקייט' דערונטער?" פרעגט ער מיר דער גרינער. גיי זיי מסביר פאר דעם אורח וואס האט נארוואס געלאנדעט דאהי פון ירושלים דאמעריטשקע צוליב די דארטיגע הויכע פרייזן.

לאמיר דיר אביסל מסביר זיין. די היסטארישקייט איז הן מצד דעם מוכר און הן מצד דעם לוקח. דער שטח ביים ווינקל פון פארעסט/מאונטען האט א לאנגע געשיכטע אונטער זיך. און דער ק"ק האט אויך א פארצווייגטע השתלשלות איבער די פריוון אויפצושטעלן דעם בית גדול וקדוש.

ווען מ'האט געבויעט דעם הייליגן שטאט קרית יואל זענען די עסקנים אליינס געווען סקעפטיש ווי ווייט עס וועט פארווירקליכט ווערן רצון קדשו פון רביה"ק זי"ע און וויפיל אידן וועלן וואוינען אין דעם שטאט, ווען עס איז געקומען צו קויפן שטחים פאר רעזערוו אין פאל מ'וועט ברויכן נאך דירות האט מען געקויפט גאנץ געצוימט, געצוימט מיינט מיט די היינטיגע השגות און פאקטן, אבער דאן אין די פאזע פון חלום איז דאס געווען גענוג.

דער שטח אויף פארעסט איז געשטאנען אויף סעיל צוזאמען מיט די סאטמאר דרייוו גאס אין די צייט ווען די שטאט איז נאך געווען באמצע היצירה, הרה"ח ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה וואס איז דאן געווען דער עומד בראש האט נישט געהאלטן פאר וויכטיג עס אפצוקויפן זאגנדיג "הלואי זאלן מיר קענען ערפילן די שטחים וואס מיר האבן שוין". אבער יבלחט"א הרה"ח ר' חיים הערש ליימזידער הי"ו דער פאקטישער בויער פונעם שטעטל האט גע'חלומ'ט זיסער... און ער איז אליינס געגאנגען צוזאמען מיט הרה"ח ר' משה'לע גליק און אפגעקויפט די 50 עיקער פון סאטמאר דרייוו פאר די סומע פון 195 טויזענט, אבער די איבריגע 25 עיקער פון פארעסט/מאונטען האבן זיי זיך שוין אויך נישט ערלויבט טראץ די ביליגע פרייז פון 100 אלפים.

אז נישט די שטעטל האט מען עס פארקויפט פאר א צווייטן, און דאס איז געווען עפעס א רייכע שמייליגע גרופע וואס האבן ארויפגעבויעט א 'תיפלה', זינט דאן האט דער שטח באקומען דער צונאמען 'די תיפלה'. זיי פלעגן זיך אלס צוזאמקומען בפרט שבת און זונטאג און ס'איז נישט געווען קיין בא'טעמ'טע עסק. אויך האבן דארט געוואוינט חברה וואס פלעגן שווימען אין די פארעסט לעיק ממש אין די בעקיארד פון די אידישע הייזער.

אנפאנג תש"ס איז 'די תיפלה' אריבער צו די בעלות פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל בראך הי"ו און זיין שותף הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו מער באקאנט אלס ר' משה מאנרא פאר זיינע געטרייע פעולות לטובת דעם שטעטל. פון דאן האט זיך צוביסלעך געטוישט די נאמען אלס 'ר' יחזקאל בראך'ס לאט'.

ר' יחזקאל האט גלייך אנגעהויבן ארבייטן אז דער נייער שטח זיינע וואס איז ביז דאן געווען אונטער די יוריסדיקציע פונעם טאון אוו מאנרא זאל אריינקומען אין די ווילעדזש גרעניצן צוליב די שווערערע זאנינג געזעצן וואס האבן אים ערלויבט ממש איינצעלנע דירות פער עיקער, ווידעראום די ווילעדזש באהערדע האבן זיך נישט אזוי צוגעכאפט דערצו.

אין די זעלבע צייט האט זיך אנגעהויבן פארמירן די קהילה פון חסידי מהרי"י אין שטאט, זיי האבן זיך צוזאמגעשטעלט מיט ר' יחזקאל בראך אויף איין בלאט, ס'איז נישט אינטערעסאנט די פרטים, שפאצירט אריין אין איינע פון די קר"י אשכולות און שטעלט אייך פאר אז מ'ציעט ארויף עטליכע טענער העכער...

גלייך ווען די קהילה איז איינגעפעדעמט געווארן האבן זיי אנגעהויבן מיטן טראכטן גרויס, אנגעהויבן פון דעם 5 גארפיעלד שטח פאר 20 אינגעלייט און דעם ריזיגן לארקין געביידע פאר 30 קינדער... היינט ווען מ'קוקט צוריק איז דאס שווער צו פארשטיין. איינע פון די פלענער איז געווען דאס בויען א בית גדול ומפואר אויף דעם פארעסט שטח. די בעה"ב פון דעם שטח האבן נישט ארויסגעלייגט דעם פראפערטי פאר סעיל בכלל, נישט וויסנדיג די עכטע שוויות ווילאנג די זאונינג איז נישט אויסגעקלארט.

פעסט פארווערד עטליכע יאר, די ווילעדזש/ועד הקרי' איז אויסגעלאפן פון שטח צו בויען האט מען געוואלט אנעקסירן נאך שטחים אריין צו די ווילעדזש גרעניצן, האט מען אריינגעגעבן א פארלאנג צו אנעקסירן שטחים, און דאס האט אויך אריינגענומען דעם אלטן פארלאזטן פארעסט שטח, מער איבער די אנעקסעישאן און אלעס ארום עיין באשכול המיוחד לכך.

קהילת מהרי"י איז שוין געווען אויסגעוואקסן פון 5 גארפיעלד פון דעם טאג וואס מ'האט עס געענדיגט בויען האט מען בערך אין שנות הע' אקטיוו געזוכט א שטח וואו צו בויען דעם נייעם ביהמ"ד, צוליב וואס דער שטח פון ר' יחזקאל איז שוין געווארן פארוויקלט מיט מערערע אחראים און שותפי שותפים איז נישט במציאות געווען עס צו באקומען, זענען זיי ארויס אויף די יארכע און געפינען א כמו-פאסיגע שטח אויף עיקערס דארט ווי הרה"ח ר' אברהם לעפקאוויטש האט געוואוינט, ווען מ'האט אריינגעגעבן א ביד זענען אריינגעקומען עטליכע דעוועלאפערס און ארויפגעצויגן די פרייז ביז קרוב צו אכצן מיליאן טאלער א זאך וואס איז נישט ווערט געווען פאר די קהילה נעמנדיג אין באטראכט אז ס'האט עטליכע חסרונות און ס'וואלט נישט סערווירט אזא גרויסע פראצענט איינוואוינער, ווען די פארעסט שטח האט שוין אויך אנגעהויבן בויען דירות איז ארויסבויען גארפיעלד געבליבן די לעצטע אפציע.

נאך צוויי דריי יאר פון פלאנירן האט מען אנגעהויבן די פאקטישע גאר טייערע ארבייט, עס האט אריינגענומען אויסקויפן די דערנעבנדיגע הויז, שטחים פאר פארקינג, און די קאמפליצירטע געשעפט פון בויען נעבן א האלצערנע סטראקטשור וואס וועט שפעטער אראפקומען ביי פאזע 2. צוביסלעך האט זיך געהויבן שטאק נאך שטאק לשמחת לב חברי קהילת מהרי"י, לכאורה איז שוין אריין אין דעם בנין א גוטע 4-5 מיליאן דאללער, עס האט אויסגעקוקט אז פה תשב עד ביאת הגואל.

און יעצט - זאג איך פאר מיין ידיד - און דו קומסטו מיר פארציילן אזוי תמימות'דיג איבער דעם היסטארישן מקח וועגן 'עפעס' א שטח אויף פארעסט צווישן זקנים און קארלין
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 2:56 pm

קרייסלער האט געשריבן:"
אויך האבן דארט געוואוינט חברה וואס פלעגן שווימען אין די פארעסט לעיק ממש אין די בעקיארד פון די אידישע הייזער.

איר מישט יוצרות, די זענען געווען די אלט געזעסענע פארעסט איינוואוינער, די זעקס הייזקעלעך [באנגעלאוס] וואס זענען הערשט לעצטנס אנעקסירט געווארן, איינס שטייט נאך במלוא הודה והדרה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
Borrower
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך Borrower » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 3:11 pm

קרייסלער האט געשריבן:
אנפאנג תש"ס איז 'די תיפלה' אריבער צו די בעלות פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל בראך הי"ו און זיין שותף הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו מער באקאנט אלס ר' משה מאנרא פאר זיינע געטרייע פעולות לטובת דעם שטעטל. פון דאן האט זיך צוביסלעך געטוישט די נאמען אלס 'ר' יחזקאל בראך'ס לאט'.


אנפאנג ס האט 'די תיפלה' געסוויטשט בעלות ??? נישט פריער ?

באזעסען
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך באזעסען » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 3:16 pm

קרייסלער האט געשריבן:"

זייער זייער שיין געשריבן די רייכע היסטאריע!..
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..

קלאנג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך קלאנג » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 3:40 pm

אין איינוועגס איז דאס א גרויסע געווינס פאר אלע איינוואינער פון שטעטל אז די שטח וועט נישט ווערן "אנגעלייגט" מיט הונדרעטע, צו גאר טויזענטע, דירות וואס מ'וואלט דארט אריינגעשטיפט

אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 4:34 pm

קלאנג האט געשריבן:אין איינוועגס איז דאס א גרויסע געווינס פאר אלע איינוואינער פון שטעטל אז די שטח וועט נישט ווערן "אנגעלייגט" מיט הונדרעטע, צו גאר טויזענטע, דירות וואס מ'וואלט דארט אריינגעשטיפט

לא זכיתי להבין.
באחדות: איינס פאר מיר, און איינס פאר דיר.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך סראלי » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 4:54 pm

קלאנג האט געשריבן:אין איינוועגס איז דאס א גרויסע געווינס פאר אלע איינוואינער פון שטעטל אז די שטח וועט נישט ווערן "אנגעלייגט" מיט הונדרעטע, צו גאר טויזענטע, דירות וואס מ'וואלט דארט אריינגעשטיפט


זאגסט דאך אזוי גוט
ישראל אשר בך אתפאר

רויט
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך רויט » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 5:24 pm

קרייסלער האט געשריבן:ר' יחזקאל האט גלייך אנגעהויבן ארבייטן אז דער נייער שטח זיינע וואס איז ביז דאן געווען אונטער די יוריסדיקציע פונעם טאון אוו מאנרא זאל אריינקומען אין די ווילעדזש גרעניצן צוליב די שווערערע זאנינג געזעצן וואס האבן אים ערלויבט ממש איינצעלנע דירות פער עיקער, ווידעראום די ווילעדזש באהערדע האבן זיך נישט אזוי צוגעכאפט דערצו.

לידיעה בעלמא, די תנאי פון די בעה"ב מסכים זיין צו אנעקסירן די פראפערטי איז געווען אז מען זאל קענען בויען דירות פון 4 שטאק האלץ, + בוידעם+ ביעסמענט, און די זאונינג איז דאן געווען 3 שטאק האלץ + בוידעם + ביעסמענט.
אשר ע"כ איז עס נישט געווען דעמאלטס בכדי שיעשו.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך סראלי » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 8:48 pm

קרייסלער האט געשריבן:"מיינסט עס ערנסט?! ר' יחזקאל בראך'ס שטח?! דאס איז דאך א היסטארישע אנטוויקלונג!" אט דאס איז געווען די ערשטע רעאקציע דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג ווען מיין ידיד האט מיר פארציילט איבער די נייעס וואס צירקולירן ארום אז קהילת מהרי"י אין קרית יואל האט אונטערגעשריבן א מקח אויף 'עפעס' א פארעסט שטח.

"וואס איז די 'היסטארישקייט' דערונטער?" פרעגט ער מיר דער גרינער. גיי זיי מסביר פאר דעם אורח וואס האט נארוואס געלאנדעט דאהי פון ירושלים דאמעריטשקע צוליב די דארטיגע הויכע פרייזן.

לאמיר דיר אביסל מסביר זיין. די היסטארישקייט איז הן מצד דעם מוכר און הן מצד דעם לוקח. דער שטח ביים ווינקל פון פארעסט/מאונטען האט א לאנגע געשיכטע אונטער זיך. און דער ק"ק האט אויך א פארצווייגטע השתלשלות איבער די פריוון אויפצושטעלן דעם בית גדול וקדוש.

ווען מ'האט געבויעט דעם הייליגן שטאט קרית יואל זענען די עסקנים אליינס געווען סקעפטיש ווי ווייט עס וועט פארווירקליכט ווערן רצון קדשו פון רביה"ק זי"ע און וויפיל אידן וועלן וואוינען אין דעם שטאט, ווען עס איז געקומען צו קויפן שטחים פאר רעזערוו אין פאל מ'וועט ברויכן נאך דירות האט מען געקויפט גאנץ געצוימט, געצוימט מיינט מיט די היינטיגע השגות און פאקטן, אבער דאן אין די פאזע פון חלום איז דאס געווען גענוג.

דער שטח אויף פארעסט איז געשטאנען אויף סעיל צוזאמען מיט די סאטמאר דרייוו גאס אין די צייט ווען די שטאט איז נאך געווען באמצע היצירה, הרה"ח ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה וואס איז דאן געווען דער עומד בראש האט נישט געהאלטן פאר וויכטיג עס אפצוקויפן זאגנדיג "הלואי זאלן מיר קענען ערפילן די שטחים וואס מיר האבן שוין". אבער יבלחט"א הרה"ח ר' חיים הערש ליימזידער הי"ו דער פאקטישער בויער פונעם שטעטל האט גע'חלומ'ט זיסער... און ער איז אליינס געגאנגען צוזאמען מיט הרה"ח ר' משה'לע גליק און אפגעקויפט די 50 עיקער פון סאטמאר דרייוו פאר די סומע פון 195 טויזענט, אבער די איבריגע 25 עיקער פון פארעסט/מאונטען האבן זיי זיך שוין אויך נישט ערלויבט טראץ די ביליגע פרייז פון 100 אלפים.

אז נישט די שטעטל האט מען עס פארקויפט פאר א צווייטן, און דאס איז געווען עפעס א רייכע שמייליגע גרופע וואס האבן ארויפגעבויעט א 'תיפלה', זינט דאן האט דער שטח באקומען דער צונאמען 'די תיפלה'. זיי פלעגן זיך אלס צוזאמקומען בפרט שבת און זונטאג און ס'איז נישט געווען קיין בא'טעמ'טע עסק. אויך האבן דארט געוואוינט חברה וואס פלעגן שווימען אין די פארעסט לעיק ממש אין די בעקיארד פון די אידישע הייזער.

אנפאנג תש"ס איז 'די תיפלה' אריבער צו די בעלות פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל בראך הי"ו און זיין שותף הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו מער באקאנט אלס ר' משה מאנרא פאר זיינע געטרייע פעולות לטובת דעם שטעטל. פון דאן האט זיך צוביסלעך געטוישט די נאמען אלס 'ר' יחזקאל בראך'ס לאט'.

ר' יחזקאל האט גלייך אנגעהויבן ארבייטן אז דער נייער שטח זיינע וואס איז ביז דאן געווען אונטער די יוריסדיקציע פונעם טאון אוו מאנרא זאל אריינקומען אין די ווילעדזש גרעניצן צוליב די שווערערע זאנינג געזעצן וואס האבן אים ערלויבט ממש איינצעלנע דירות פער עיקער, ווידעראום די ווילעדזש באהערדע האבן זיך נישט אזוי צוגעכאפט דערצו.

אין די זעלבע צייט האט זיך אנגעהויבן פארמירן די קהילה פון חסידי מהרי"י אין שטאט, זיי האבן זיך צוזאמגעשטעלט מיט ר' יחזקאל בראך אויף איין בלאט, ס'איז נישט אינטערעסאנט די פרטים, שפאצירט אריין אין איינע פון די קר"י אשכולות און שטעלט אייך פאר אז מ'ציעט ארויף עטליכע טענער העכער...

גלייך ווען די קהילה איז איינגעפעדעמט געווארן האבן זיי אנגעהויבן מיטן טראכטן גרויס, אנגעהויבן פון דעם 5 גארפיעלד שטח פאר 20 אינגעלייט און דעם ריזיגן לארקין געביידע פאר 30 קינדער... היינט ווען מ'קוקט צוריק איז דאס שווער צו פארשטיין. איינע פון די פלענער איז געווען דאס בויען א בית גדול ומפואר אויף דעם פארעסט שטח. די בעה"ב פון דעם שטח האבן נישט ארויסגעלייגט דעם פראפערטי פאר סעיל בכלל, נישט וויסנדיג די עכטע שוויות ווילאנג די זאונינג איז נישט אויסגעקלארט.

פעסט פארווערד עטליכע יאר, די ווילעדזש/ועד הקרי' איז אויסגעלאפן פון שטח צו בויען האט מען געוואלט אנעקסירן נאך שטחים אריין צו די ווילעדזש גרעניצן, האט מען אריינגעגעבן א פארלאנג צו אנעקסירן שטחים, און דאס האט אויך אריינגענומען דעם אלטן פארלאזטן פארעסט שטח, מער איבער די אנעקסעישאן און אלעס ארום עיין באשכול המיוחד לכך.

קהילת מהרי"י איז שוין געווען אויסגעוואקסן פון 5 גארפיעלד פון דעם טאג וואס מ'האט עס געענדיגט בויען האט מען בערך אין שנות הע' אקטיוו געזוכט א שטח וואו צו בויען דעם נייעם ביהמ"ד, צוליב וואס דער שטח פון ר' יחזקאל איז שוין געווארן פארוויקלט מיט מערערע אחראים און שותפי שותפים איז נישט במציאות געווען עס צו באקומען, זענען זיי ארויס אויף די יארכע און געפינען א כמו-פאסיגע שטח אויף עיקערס דארט ווי הרה"ח ר' אברהם לעפקאוויטש האט געוואוינט, ווען מ'האט אריינגעגעבן א ביד זענען אריינגעקומען עטליכע דעוועלאפערס און ארויפגעצויגן די פרייז ביז קרוב צו אכצן מיליאן טאלער א זאך וואס איז נישט ווערט געווען פאר די קהילה נעמנדיג אין באטראכט אז ס'האט עטליכע חסרונות און ס'וואלט נישט סערווירט אזא גרויסע פראצענט איינוואוינער, ווען די פארעסט שטח האט שוין אויך אנגעהויבן בויען דירות איז ארויסבויען גארפיעלד געבליבן די לעצטע אפציע.

נאך צוויי דריי יאר פון פלאנירן האט מען אנגעהויבן די פאקטישע גאר טייערע ארבייט, עס האט אריינגענומען אויסקויפן די דערנעבנדיגע הויז, שטחים פאר פארקינג, און די קאמפליצירטע געשעפט פון בויען נעבן א האלצערנע סטראקטשור וואס וועט שפעטער אראפקומען ביי פאזע 2. צוביסלעך האט זיך געהויבן שטאק נאך שטאק לשמחת לב חברי קהילת מהרי"י, לכאורה איז שוין אריין אין דעם בנין א גוטע 4-5 מיליאן דאללער, עס האט אויסגעקוקט אז פה תשב עד ביאת הגואל.

און יעצט - זאג איך פאר מיין ידיד - און דו קומסטו מיר פארציילן אזוי תמימות'דיג איבער דעם היסטארישן מקח וועגן 'עפעס' א שטח אויף פארעסט צווישן זקנים און קארלין


וויפיל דירות קומען ארויף נעבן דעם פריש אפגעקויפטע שטח?
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
Borrower
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך Borrower » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 7:03 am

קלאנג האט געשריבן:אין איינוועגס איז דאס א גרויסע געווינס פאר אלע איינוואינער פון שטעטל אז די שטח וועט נישט ווערן "אנגעלייגט" מיט הונדרעטע, צו גאר טויזענטע, דירות וואס מ'וואלט דארט אריינגעשטיפט

כ'הער ..
הערט זיך ווי איר פארמאגט א קליינע משפחה.

monroe10950
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך monroe10950 » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 12:05 pm

וויפיל פארקינג ערטער גייט מען אריינרוקן אויף דעם שטח?
א סערטיפייד אידיאט הייסט אין אונזער שפראך 'אינטערסאנטער מענטש'. טאקע אינטערסאנט. (על פי יצחק קלאהר)

קלאנג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך קלאנג » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 1:09 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:אין איינוועגס איז דאס א גרויסע געווינס פאר אלע איינוואינער פון שטעטל אז די שטח וועט נישט ווערן "אנגעלייגט" מיט הונדרעטע, צו גאר טויזענטע, דירות וואס מ'וואלט דארט אריינגעשטיפט

לא זכיתי להבין.

די שטח איז אין הארץ פון שטעטל און טאמער וואלט די פלאץ צוגעברענגט נאך טויזענטער איינוואינער וואלט די טרעפיק שווער אפעקטירט געווארן. טראכט אריין, יעדע קינד קומט מיט א באס, יעדע דעליווערי, יעדע ארבעט וואס דארף געטון ווערן אינדערהיים ברענגט נאך קארס. דער עולם וועט זיך יעצט בע"כ מער אויסשפרייטן.

אוועטאר
Borrower
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך Borrower » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 1:54 pm

קלאנג האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:אין איינוועגס איז דאס א גרויסע געווינס פאר אלע איינוואינער פון שטעטל אז די שטח וועט נישט ווערן "אנגעלייגט" מיט הונדרעטע, צו גאר טויזענטע, דירות וואס מ'וואלט דארט אריינגעשטיפט

לא זכיתי להבין.

די שטח איז אין הארץ פון שטעטל און טאמער וואלט די פלאץ צוגעברענגט נאך טויזענטער איינוואינער וואלט די טרעפיק שווער אפעקטירט געווארן. טראכט אריין, יעדע קינד קומט מיט א באס, יעדע דעליווערי, יעדע ארבעט וואס דארף געטון ווערן אינדערהיים ברענגט נאך קארס. דער עולם וועט זיך יעצט בע"כ מער אויסשפרייטן.

קענסטעך בארואיגן - 2.7 אקער לאנד - 20 פאמליעס פער עיקר. טויזנטער דירות ???

אוועטאר
שלג כצמר
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך שלג כצמר » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 2:06 pm

קלאנג האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:אין איינוועגס איז דאס א גרויסע געווינס פאר אלע איינוואינער פון שטעטל אז די שטח וועט נישט ווערן "אנגעלייגט" מיט הונדרעטע, צו גאר טויזענטע, דירות וואס מ'וואלט דארט אריינגעשטיפט

לא זכיתי להבין.

די שטח איז אין הארץ פון שטעטל און טאמער וואלט די פלאץ צוגעברענגט נאך טויזענטער איינוואינער וואלט די טרעפיק שווער אפעקטירט געווארן. טראכט אריין, יעדע קינד קומט מיט א באס, יעדע דעליווערי, יעדע ארבעט וואס דארף געטון ווערן אינדערהיים ברענגט נאך קארס. דער עולם וועט זיך יעצט בע"כ מער אויסשפרייטן.

ופשוט הוא, וק"ל...

אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 2:21 pm

קלאנג האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:אין איינוועגס איז דאס א גרויסע געווינס פאר אלע איינוואינער פון שטעטל אז די שטח וועט נישט ווערן "אנגעלייגט" מיט הונדרעטע, צו גאר טויזענטע, דירות וואס מ'וואלט דארט אריינגעשטיפט

לא זכיתי להבין.

די שטח איז אין הארץ פון שטעטל און טאמער וואלט די פלאץ צוגעברענגט נאך טויזענטער איינוואינער וואלט די טרעפיק שווער אפעקטירט געווארן. טראכט אריין, יעדע קינד קומט מיט א באס, יעדע דעליווערי, יעדע ארבעט וואס דארף געטון ווערן אינדערהיים ברענגט נאך קארס. דער עולם וועט זיך יעצט בע"כ מער אויסשפרייטן.

א ביהמ"ד ברענגט אויך א גרויסע טרעפיק, און אפשר נאך א שטערקערע.
באחדות: איינס פאר מיר, און איינס פאר דיר.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך סראלי » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 2:33 pm

monroe10950 האט געשריבן:וויפיל פארקינג ערטער גייט מען אריינרוקן אויף דעם שטח?


ס׳וועט זיין בהרחוה. מ׳דארף גארנישט אריינריקן
ישראל אשר בך אתפאר

קלאנג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך קלאנג » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 3:15 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:אין איינוועגס איז דאס א גרויסע געווינס פאר אלע איינוואינער פון שטעטל אז די שטח וועט נישט ווערן "אנגעלייגט" מיט הונדרעטע, צו גאר טויזענטע, דירות וואס מ'וואלט דארט אריינגעשטיפט

לא זכיתי להבין.

די שטח איז אין הארץ פון שטעטל און טאמער וואלט די פלאץ צוגעברענגט נאך טויזענטער איינוואינער וואלט די טרעפיק שווער אפעקטירט געווארן. טראכט אריין, יעדע קינד קומט מיט א באס, יעדע דעליווערי, יעדע ארבעט וואס דארף געטון ווערן אינדערהיים ברענגט נאך קארס. דער עולם וועט זיך יעצט בע"כ מער אויסשפרייטן.

א ביהמ"ד ברענגט אויך א גרויסע טרעפיק, און אפשר נאך א שטערקערע.

בית מדרש האט דאך סייווי געדארפט זיין נישט ווייט פון דארט

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 4:45 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:אין איינוועגס איז דאס א גרויסע געווינס פאר אלע איינוואינער פון שטעטל אז די שטח וועט נישט ווערן "אנגעלייגט" מיט הונדרעטע, צו גאר טויזענטע, דירות וואס מ'וואלט דארט אריינגעשטיפט

לא זכיתי להבין.

די שטח איז אין הארץ פון שטעטל און טאמער וואלט די פלאץ צוגעברענגט נאך טויזענטער איינוואינער וואלט די טרעפיק שווער אפעקטירט געווארן. טראכט אריין, יעדע קינד קומט מיט א באס, יעדע דעליווערי, יעדע ארבעט וואס דארף געטון ווערן אינדערהיים ברענגט נאך קארס. דער עולם וועט זיך יעצט בע"כ מער אויסשפרייטן.

א ביהמ"ד ברענגט אויך א גרויסע טרעפיק, און אפשר נאך א שטערקערע.

מ'וועט לייגן א רויט לייט (האפנטליך נישט קיין סטאפ סיין)
איך וואלט געראטן מ'זאל מאכן דעם עפענונג צום ביהמ"ד פון מאונטעין, מ'זאל נישט אריינפארן פון פארעסט רד.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 5:46 pm

מי יודע האט געשריבן:מ'וועט לייגן א רויט לייט (האפנטליך נישט קיין סטאפ סיין)
איך וואלט געראטן מ'זאל מאכן דעם עפענונג צום ביהמ"ד פון מאונטעין, מ'זאל נישט אריינפארן פון פארעסט רד.

די לאט טרעפט זיך נישט מיט מאונטעין.
באחדות: איינס פאר מיר, און איינס פאר דיר.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך סראלי » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 6:12 pm

מאכט נישט קיין חילוק, סתם נייגעריג.

ווי גרויס איז דער שטח אויף וואס די ביהמ״ד הגדול דק״ק מהר״א זיצט?
ישראל אשר בך אתפאר

Loyel
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 12:50 am

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך Loyel » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 6:27 pm

Borrower האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:אין איינוועגס איז דאס א גרויסע געווינס פאר אלע איינוואינער פון שטעטל אז די שטח וועט נישט ווערן "אנגעלייגט" מיט הונדרעטע, צו גאר טויזענטע, דירות וואס מ'וואלט דארט אריינגעשטיפט

לא זכיתי להבין.

די שטח איז אין הארץ פון שטעטל און טאמער וואלט די פלאץ צוגעברענגט נאך טויזענטער איינוואינער וואלט די טרעפיק שווער אפעקטירט געווארן. טראכט אריין, יעדע קינד קומט מיט א באס, יעדע דעליווערי, יעדע ארבעט וואס דארף געטון ווערן אינדערהיים ברענגט נאך קארס. דער עולם וועט זיך יעצט בע"כ מער אויסשפרייטן.

קענסטעך בארואיגן - 2.7 אקער לאנד - 20 פאמליעס פער עיקר. טויזנטער דירות ???

FYI the Lizensk buildings (3, 5, 70 are less then a acre each proerty

and have more than double than 20 apt

טראכט נאר אביסל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:35 pm

Re: ביהמ"ד הגדול החדש דקיט"ל [מהרי"י] בקרית יואל

תגובהדורך טראכט נאר אביסל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 8:20 pm

עס איז נישט געווען ממש א תיפלה, און דאס איז געווען מער צו עצי תמרים נישט צו פארעסט
און דארט ווי עס איז געווען שטייט שוין פרישע דירות פון די יעצטיגע נייע דעוועלאפמענט
וואס פרעגסטו? טראכט נאר אביסל!


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט