עסקן נמרץ האט געשריבן:יעצטיגער פלאן זאכן קענען זיך נאך טוישן,
שושן פורים 2:00 וועט זיין א לחיים אין די נארוואס גענדיגטער נייע זאל אין אוהעל נאר געליידנטע געסט,
די רבי וועט ארויסקומען אויבן אויפן פארטש מיטן ספר,
עס וועט נישט זיין קיין מוזיק טראק, עס וועט זיין אויסגעלייגט ספיקערס ביזן ביהמ"ד מוועט אלעס קענען מיטהאלטן אריינגערעכנט די לחיים,
די חופה וועט זיין אויפגעשטעלט אויף א פלעט טראק ווי ממש די מינימום וועט ווערן ארויפגעלאזט, די גבאי הבהמ"ד וועלן מכבד זיין צו האלטן,
פרויען וועלן זיין די זייט פון דורן און גארפילד אויף די זייט פון קאמיוטער לאט, די וועג וועט נעמען א גוטע שעה, וועט זיין צוגעגרייט מזונות און טרינקן לג בעומר סטייל,
פארן ביהמ"ד וועט זיין ברענטשעס פאר די קינדער אפציווארטן, די רבי ועעט זיך אפשטעלן רעדן צו די קינדער, זינגען,
די סטעפס וועט נאר זיין פאר עלטערע אידן מיט ס"ת אין די האנט, סוועט זיין א 15 מינוט אפשטעל אריינצוגיין, נאר פון די זייטיגע טירן,
אינוויניג וועט זיין אויסגעשטעלט אזוי ווי ש"ת, די רבי וועט אריינלייגן די ספר אין א קליינע ארון קודש אויף א סטעידש,
מנחה מיטן רבי'ן אין ביהמ"ד,
נאך מנחה וועט יעדער ארויסגיין מוועט אריינברענגן די בענק אין ציגרייטן צום טיש,
אין די צייט וועט מען זיך קענען וואשן צו א פולע סעודה, אהבת קדומים אין פאליש, אינגעלייט אין ביידע שטאקן פון כולל, בחורים אונטן איו האלוועי,
מברובירט נאך אויסצוארבעטן אז אין די שעה זאל זיין א געלעגענהייט פארן צוביר צו אריבערגיין דעם רבין זאגן מזל טוב,
בערך 7:00 וועט די רבי אריינקומען פירן שושן פירום טיש,
טרעפיק אין הארץ פון שטאט וועט ווערן אפגעשטעלט, וועט זיין אפען נאר פאר באסעס, מוועט פארקן ביי פ&ר, מוסדות, און ביהח"ם,
פון אלע עקן שטאט און פון די פארקינג לאטס וועט זיין באסעס,
גייט זיין מוזיק אויף די טראק און אויך ספיקערס און די שפילער (עכ"פ לויט די יעצטיגע פלאן)