געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:26 am

אסיפה אין מאנסי היינט
צוגעלייגטע
IMG_20190809_002419.jpg
IMG_20190809_002419.jpg (175.55 KiB) געזעהן 2162 מאל
IMG_20190809_002425.jpg
IMG_20190809_002425.jpg (206.09 KiB) געזעהן 2162 מאל
IMG_20190809_002429.jpg
IMG_20190809_002429.jpg (198.8 KiB) געזעהן 2162 מאל

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

קול החינוך פלוג בלעטל פעלטש ד''ק פון רבינו הק' זי''ע

תגובהדורך אורח הכבוד » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 9:54 am

ארגינעלע דרשה
unnamed (2).png
unnamed (2).png (266.7 KiB) געזעהן 2153 מאל
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:46 pm

image (1).png
image (1).png (373.41 KiB) געזעהן 1671 מאל

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:37 am

אידן שיקט אריין פון די סייט
https://www.voice.pearlsny.org/
אדער ביי טעקסט
שעקט די ווארט LETTER צו 917-920-2444
אדער שרייבט אינטער און בית המדרש


ווייסט איינע אויב סאיז דא א פעקס אן דימענד ווי מקען טארויס נעמען די בריוו און נאכן אינטערשרייבן צוריק שיקן?
צוגעלייגטע
Capture696.JPG
Capture696.JPG (128.61 KiB) געזעהן 1669 מאל

אביונה
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:48 am

וואו זענען די חתימות פונם בארא פארקער-פלעטבוש'ער אידנטוהם???
עס וואוינען דאך דארט פיל מער ראשי משפחות ווי אין וומבס"ג קרית יואל אינאיינעם??

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

תגובהדורך הרב דפה » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:57 am

אביונה האט געשריבן:וואו זענען די חתימות פונם בארא פארקער-פלעטבוש'ער אידנטוהם???
עס וואוינען דאך דארט פיל מער ראשי משפחות ווי אין וומבס"ג קרית יואל אינאיינעם??

אוודאי.
נעכטן איז מען געזיצן אין שומר שבת א אנצן טאג אין עס איז אריינגעקומען שווערע טויזענטער חתימות.
אין די קומעדיגע וואך גייט מע ווייטטער זיצן אין אלע געגענטער.

programmer
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:34 am

תגובהדורך programmer » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:03 am

ggg האט געשריבן:אידן שיקט אריין פון די סייט
https://www.voice.pearlsny.org/
אדער ביי טעקסט
שעקט די ווארט LETTER צו 917-920-2444
אדער שרייבט אינטער און בית המדרש


ווייסט איינע אויב סאיז דא א פעקס אן דימענד ווי מקען טארויס נעמען די בריוו און נאכן אינטערשרייבן צוריק שיקן?

מען קען אריינשיקן דורך די אוטאמאטישע טעלעפאן סיסטעם. רופט די טעקסט נאמבער און דריקט אפשן 1

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:55 am

Capture.PNG
Capture.PNG (10.37 KiB) געזעהן 1419 מאל

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:54 pm

programmer האט געשריבן:
ggg האט געשריבן:אידן שיקט אריין פון די סייט
https://www.voice.pearlsny.org/
אדער ביי טעקסט
שעקט די ווארט LETTER צו 917-920-2444
אדער שרייבט אינטער און בית המדרש


ווייסט איינע אויב סאיז דא א פעקס אן דימענד ווי מקען טארויס נעמען די בריוו און נאכן אינטערשרייבן צוריק שיקן?

מען קען אריינשיקן דורך די אוטאמאטישע טעלעפאן סיסטעם. רופט די טעקסט נאמבער און דריקט אפשן 1

נאמבער 8

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

וויכטיג

תגובהדורך eller » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:01 pm

קען מיר איינער ביטע שיקן די נומבער פון די עסקנים וואס נעמען קעיר פון די חתימות
למצוה גדולה יחשב
א דאנק
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 8:59 am

unnamed.png
unnamed.png (17.97 KiB) געזעהן 1049 מאל

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

"נארמאלע" שיטות

תגובהדורך נו שוין » זונטאג אוגוסט 18, 2019 1:23 am

נארמאלע שיטות איז זייער אנגענומענע און באקוועמע מהלך וואס רוב מענטשן גלייכן צו נעמען, זיי באקומען גרינג חבירים, און אוודאי צוקריגט מען זיך נישט מיט אלטע חברים, דאס לעבן פארט רוהיג אז סאיז דא מענטשן וואס טראכטן פאר זיי און נעמען קער פון זייערע פראבלעמן, דער נושא האט אסאך צווייגליך, אבער לאמיר נעמען א משל די לעצטערע שערוריות, וואקסינס אדער גזירת החינוך, רוב מנין האט איין מהלך וואס יעדער שטימט מער ווייניגער צו און מהאט א רוהיג לעבן צו דער זייט, דהיינו ממוז נעמען שאטס און סקומט א גזירת החינוך.

אבער אין די ענין פון חינוך איז געשען עפעס אויסער ארדענדליך, סאיז געווען א אנגענומענע "נארמאלע" מהלך וויאזוי אנצוקוקן די גאנצע גזירה און אויפאיינמאל איז געווארן א צומישעניש, דאס וואס סאיז געווען "נארמאל" פאר א חודש צוריק איז געווארן יעצט "סיקריקיש".

לאמיר אביסל בעסער מסביר זיין, פאר קנאפע 3 וואכן צוריק איידער סאיז געווען א רעדע פון א מעגליגע פארהאנדלונג אין חינוך, איז געווען חס מלהזכיר אז מזאל ארויפרוקן די ענגליש צו 2 שעה, ווער סהאט נאר פראבירט צו רעדן פון אזא געדאנק איז אראפגעריסן געווארן אלס א שטיצער פון די טרויעריגע בארימטע ארגעניזאציעס.

איז געקומען א חשובע טייל פון רבנים און האבן איינגעזעהן אז ממוז זיך יא צושטעלן צום אריגינעלן מסורה, דהיינו מזאל צוריקשטעלן די 2 שעה ענגליש מיט א בעסערע קעריקולעם, כל הכבוד להם אז זיי האבן פארשטאנן די נחיצות, אבער דא איז געשען א אינטערעסאנטע זאך

די אנדערע רבנים וואס האבן נישט געשפרינגן צו די החלטה זענען אראפגעריסן געווארן אלס סיקיריקים, די זעלבע אראפרייסער האבן געהאלטן א נישטיגע חודש צוריק אז מטאר נישט נאכגעבן גארנישט פאר די שונאי הדת, און אויפאיינמאל ווייל זיין קהילה האט געטוישט ליניע קען ער שוין נישט פארשטיין די צד הסטאטוס קווא.

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:12 am

סאיז משוגע צו זיין נארמאל

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:25 am

די שיטה וואס דו רופסט אן 'נארמאל' איז אז ווען די רעגירונג האנקערט זיך אן אין אונזערע אידישקייט פראבירט מען קודם עס מבטל זיין לגמרי אז מען זעהט אז עס גייט נישט מאכט מען פשרות און מען איז מבטל ווי עס איז שייך און דאס איבעריגע בלייבט.

די זעלבע איז געווען ביי מציצה בפה מלכתחילה האט מען לוחם געווען אויף די עצם געדאנק אז די רעגירונג נישט זיך אריין אז עס איז א סכנה און מען טאר דאס נישט צולאזן, למעשה האט מען געמאכט א פשרה אז אונז זענען מודה אז עס איז א סכנה און מען האט געשטעלט א וועד הרבנים, און ליהוי ידיעה אז אין שפיטעלער טייל מען די בראשור אז עס איז א סכנה עד היום.

וואס בלייבט נאר איבער צו פארשטיין פארוואס אחינו בני ישראל שבארץ ישראל האבן נישט די רעכט צו זיין 'נארמאל' די 'נארמאלע' באצווינגען זיי צו זיין סיקריקים, גיי פארשטיי...
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:25 am

שטימט דער אשכול מיט די תקנות?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:42 am

Amazing האט געשריבן:די זעלבע איז געווען ביי מציצה בפה מלכתחילה האט מען לוחם געווען אויף די עצם געדאנק אז די רעגירונג נישט זיך אריין אז עס איז א סכנה און מען טאר דאס נישט צולאזן, למעשה האט מען געמאכט א פשרה אז אונז זענען מודה אז עס איז א סכנה און מען האט געשטעלט א וועד הרבנים, און ליהוי ידיעה אז אין שפיטעלער טייל מען די בראשור אז עס איז א סכנה עד היום.


ווייסעך נישט אין וועלכע דריטע וועלט לאנד איר לעבט, אבער איך האב שוין געהאט מער ווי איין אינגל, און קיינמאל נישט באקומען אזא צעטל

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

תגובהדורך קאטטשקעלע » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:52 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:און ליהוי ידיעה אז אין טייל שפיטעלער מען די בראשור אז עס איז א סכנה עד היום.


ווייסעך נישט אין וועלכע דריטע וועלט לאנד איר לעבט, אבער איך האב שוין געהאט מער ווי איין אינגל, און קיינמאל נישט באקומען אזא צעטל

עס איז אמת
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס

חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:23 pm

עס איז נאך אלץ זייער נארמאל צו האלטן אז מען טאר "זערא" אנטקעגן קומען די רעגירונג אינעם יעצטיגן מצב ווען די רבנים זאגן קלאר אז עס איז א "גזירת שמד וכליון רוחני"
קען זיין אין דיין סביבה רעדט מען אנדערש, ווי איך דריי מיך [בערך צווישן 350-400 מתפללים] איז עס זייער א נארמאלע זאך אזוי צו דענקען.

ס'זאל רינען
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 28, 2019 5:25 pm

אינפו

תגובהדורך ס'זאל רינען » זונטאג אוגוסט 18, 2019 5:48 pm

Kiyim Hachinech.jpg
Kiyim Hachinech.jpg (315.47 KiB) געזעהן 596 מאל
צוגעלייגטע
Kiyim Hachinech.pdf
(77.09 KiB) דאונלאודעד 35 מאל

Waukesha
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Wisconsin

תגובהדורך Waukesha » זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:19 pm

נו שוין האט געשריבן:נארמאלע שיטות איז זייער אנגענומענע און באקוועמע מהלך וואס רוב מענטשן גלייכן צו נעמען, זיי באקומען גרינג חבירים, און אוודאי צוקריגט מען זיך נישט מיט אלטע חברים, דאס לעבן פארט רוהיג אז סאיז דא מענטשן וואס טראכטן פאר זיי און נעמען קער פון זייערע פראבלעמן, דער נושא האט אסאך צווייגליך, אבער לאמיר נעמען א משל די לעצטערע שערוריות, וואקסינס אדער גזירת החינוך, רוב מנין האט איין מהלך וואס יעדער שטימט מער ווייניגער צו און מהאט א רוהיג לעבן צו דער זייט, דהיינו ממוז נעמען שאטס און סקומט א גזירת החינוך.

אבער אין די ענין פון חינוך איז געשען עפעס אויסער ארדענדליך, סאיז געווען א אנגענומענע "נארמאלע" מהלך וויאזוי אנצוקוקן די גאנצע גזירה און אויפאיינמאל איז געווארן א צומישעניש, דאס וואס סאיז געווען "נארמאל" פאר א חודש צוריק איז געווארן יעצט "סיקריקיש".

לאמיר אביסל בעסער מסביר זיין, פאר קנאפע 3 וואכן צוריק איידער סאיז געווען א רעדע פון א מעגליגע פארהאנדלונג אין חינוך, איז געווען חס מלהזכיר אז מזאל ארויפרוקן די ענגליש צו 2 שעה, ווער סהאט נאר פראבירט צו רעדן פון אזא געדאנק איז אראפגעריסן געווארן אלס א שטיצער פון די טרויעריגע בארימטע ארגעניזאציעס.

איז געקומען א חשובע טייל פון רבנים און האבן איינגעזעהן אז ממוז זיך יא צושטעלן צום אריגינעלן מסורה, דהיינו מזאל צוריקשטעלן די 2 שעה ענגליש מיט א בעסערע קעריקולעם, כל הכבוד להם אז זיי האבן פארשטאנן די נחיצות, אבער דא איז געשען א אינטערעסאנטע זאך

די אנדערע רבנים וואס האבן נישט געשפרינגן צו די החלטה זענען אראפגעריסן געווארן אלס סיקיריקים, די זעלבע אראפרייסער האבן געהאלטן א נישטיגע חודש צוריק אז מטאר נישט נאכגעבן גארנישט פאר די שונאי הדת, און אויפאיינמאל ווייל זיין קהילה האט געטוישט ליניע קען ער שוין נישט פארשטיין די צד הסטאטוס קווא.


דיין הנחה אז פאר דריי וואכן צוריק אויב וואלט איינער געזאגט אז מען דארף לערנען ענגליש וואלט מען איהם אנגעקוקט ווי א שטיצער פון יאפע"ד וכדומה איז פאלש. איך האב שוין אסאך פריער געהערט אז ווען די שטאט בעט נאר צוויי שעה ענגליש וואלט מען זיך נישט אזוי שטארק געשלאגען. סאיז אפילו געוועהן אזעלעכע וואס האבן געטענה'ט אז מען דארף לערנען 2 שעה ענגליש אלס נארמאלקייט, און דאך געשריגען אז די נייע גודליינס איז א גרויסע צרה. קיינער האט זיי נישט באשולדיגעט אז זיי שטיצען יאפע"ד, מען האט זיך אפשר געטענה'ט אז דאס וואס מען טוהט יעצט איז אויך נארמאל, און עס פעלט נישט אויס קיין 2 שעה ענגליש, אבער שרייען יאפע"ד אויף אזא איינער האב איך נישט געהערט.

און צו פארענטפערן דיין עיקר שאלה, א "נארמאלע" מענטש פארשטייט, אז הגם ער קען אפשר זיין די קלוגסט'ער מענטש אויף די וועלט, קען ער נישט זיין די קלוגסט'ער און אלע געביטען. דהיינו ער פארשטייט אז טאמער למשל זיין פאך איז צו זיין א פלאמבער, וועט איהם זיין גרויס קליגקייט ערמעגליכען צו ווערען די בעסטער פלאמבער אויף'ן וועלט, ווייל ער טוהט דאס א גאנצן טאג, און ער איז בעסער פונ'עם צווייטען פלאמבער ווייל ער איז קלוגער פונע'ם צווייטען פלאמבער, דאך וועט ער אבער פארשטיין אז צו זיין אן עלקטרישיען, אפילו צו זיין א שוואכע עלקטרישען וועט איהם זיין קליגשאפט גארנישט העלפען, ווייל למעשה טוהט ער נישט ארבייטען א גאנצען טאג מיט דעם, און דער עלקטרישיען, אפילו יענער איז בכלל נישט קיין קלוגער, דאך טוהט אבער די עלקטרישען א גאנצע טאג עלעקטריק, און ער טוהט א גאנצען טאג פלאמבינג. און די זעלבע זאך פארשטייט ער דא מיט ענגליש. מעג מען לערנען ענגליש? מעג מען מוותר זיין פאר די רעגירונג? וועט מוותר זיין העלפן? די שאלות זענען געמאכט פאר מענטשן וואס טוהן א גאנצע טאג אין דעם, דהיינו רבנים ועסקנים. ממילא איז נישט קיין קשיא פארוואס האט זיך די "נארמאל" געטוישעט, ס'איז פשוט, א "נארמאלע מענטש" הערט זיך צו צו די קלוגע מענטשען פון די פעלד און וואס יענער טוהט (דהיינו א פאלגט דוקא א קלוגע פלאמבער\עלקטרישען און אין אונזער פאל א קלוגער רב\עסקן) און אז יעצט זענען אסאך רבנים און עסקנים ארויסגעקומען אז די בעסטע מהלך ווייטער צו גיין איז מיט צוזאגען אז מען גייט לערנען 2 שעה ענגליש, האט די "נארמאלע מענטש" פארשטאנען אז דאס איז ארויסגעקומען נאך'ן גוט אדורך טוהן די זאך, און דאס איז דער בעסטער מהלך פאראויס צו גיין מיט.

programmer
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:34 am

תגובהדורך programmer » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:57 pm

ggg האט געשריבן:אידן שיקט אריין פון די סייט
https://www.voice.pearlsny.org/
אדער ביי טעקסט
שעקט די ווארט LETTER צו 917-920-2444
אדער שרייבט אינטער און בית המדרש


ווייסט איינע אויב סאיז דא א פעקס אן דימענד ווי מקען טארויס נעמען די בריוו און נאכן אינטערשרייבן צוריק שיקן?

עס איז צוגילייגט געווארן אן אפציע צו באקומען די בריוון דורך פעקס. רופט אריין די טעקסט נאמבער אפשען 2

בריווח
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 23, 2019 12:44 am

תגובהדורך בריווח » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:44 pm

Amazing האט געשריבן:די שיטה וואס דו רופסט אן 'נארמאל' איז אז ווען די רעגירונג האנקערט זיך אן אין אונזערע אידישקייט פראבירט מען קודם עס מבטל זיין לגמרי אז מען זעהט אז עס גייט נישט מאכט מען פשרות און מען איז מבטל ווי עס איז שייך און דאס איבעריגע בלייבט.

די זעלבע איז געווען ביי מציצה בפה מלכתחילה האט מען לוחם געווען אויף די עצם געדאנק אז די רעגירונג נישט זיך אריין אז עס איז א סכנה און מען טאר דאס נישט צולאזן, למעשה האט מען געמאכט א פשרה אז אונז זענען מודה אז עס איז א סכנה און מען האט געשטעלט א וועד הרבנים, און ליהוי ידיעה אז אין שפיטעלער טייל מען די בראשור אז עס איז א סכנה עד היום.

וואס בלייבט נאר איבער צו פארשטיין פארוואס אחינו בני ישראל שבארץ ישראל האבן נישט די רעכט צו זיין 'נארמאל' די 'נארמאלע' באצווינגען זיי צו זיין סיקריקים, גיי פארשטיי...

וואס איר שרייבט איבער מציצה איז שקר. עס איז נישט געווען קיין שום פשרה. די צעטלעך אין שפיטאל האט מען די גאנצע צייט געטיילט. און אז מען וואשט נישט די מויל געהעריג האט מען קיינמאל נישט געהאלטן אז דאס איז נישט קיין סכנה.

מען האט נאר געטענה'ט אז אויב וואשט מען גוט איז עס נישט קיין סכנה און אז מען איז נישט מסכים נאכצוגעבן גארנישט אפילו נישט אונטערשרייבן א צעטל, און פון דעם האט מען קיין טראפ נישט אפגעטרעטן.

נישט אז אייער תגובה דארף א ענטפער זינט עס איז געשריבן אויף די אופן וואס עס איז געשריבן. נאר אויב חלילה איינער וועט גלייבן אייערע רייד איז עס א סכנה, דעריבער האב איך גענטפערט.
איך פארטרעט נישט קיינעם. איך בין נישט קיין ווארטזאגער פאר קיינעם. סך הכל פרוביר איך צו פארשטיין וואס גייט פאר. דעריבער אויב טרעפט איר עפעס אין מיינע רייד וואס שטימט נישט, לייגט עס חלילה נישט אן אויף די רבנים אדער עסקנים.

טראמבאן
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

גליון "טהרת החינוך" - גליון א' - פ' עקב

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 3:00 pm

צוגעלייגטע
unnamed (6).png
unnamed (6).png (209.17 KiB) געזעהן 103 מאל
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט