קראס מיך האט געשריבן:מיין סטארעדזש איז געווארן איבערגעפילט, האב איך אריבערגענומען אלע וואטסאפ מידיע אריבער אויפן sd card
אצינד ווען איך גיי אריין אין וואטסאפ קען איך נישט זעהן די אלטע מידיע, כ'האב אפי' געטרייט צוריקצולייגן אבער ס'העלפט נישט, ס'שטערט מיר בעיקר ווייל איך קען נישט הערן מער די אלטע וואויס-נאוטס
קען מיר איינער פליז ארויסהעלפן
דאס האב איך כסדר, ווייל איך רוק עס אויך אריבער
גיי צו דיין picture gallery אדער סיי וועלעכע בילדער עפפ דו ניצט און דארט סעלעקט folders זוך עס אויף אינעם פאלדער אויפן sd ווי דו האסט עס געלייגט, און קוק עס דארט
איינמאל דו רוקסט עס ארויס פונעם ארגינעלעם what's app folder אוואדאי קענסטו עס מער נישט זעהן אינעם what's app אפליקציע
קען זיין מ'קען אויפסעטן די sd ווי א secondary location וואס ער זאל דארט זוכן אויב טרעפט נישט אינעם ארגינעלעם פאלדער?
נישט וואס איך האב באמערקט, אבער הלוואי, און אויב ס'איז נישט דא, אפשר קען מען עס מציע זיין פאר what's app צו מאכן אזא אפציע