געלעקסי עס 7

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

דורות החסידות
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:56 am

געלעקסי עס 7

תגובהדורך דורות החסידות » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 9:32 am

איך זוך ארום אבער איך געפון נישט קיין אשכול איבער דעם געלעקסי עס 7. איך האב עס יעצט באקומען און עס קוקט מיר אויס אז איך קען נישט אריבערלייגן מיין סים קארד צו דעם נאר עס קומט שוין מיט א סים קארד אינעווייניג. דאס איז מיר א גרויסע חסרון, קודם כל קען מען עס נישט נוצן אין א"י דורך אריינלייגן א אנדערע סים קארד, אויסער דעם, מיינט דאס, אז יעדעס מאל וואס איך וויל אריבעפירן דעם נומער צו אן אנדערן טעלעפאן מוז איך רופן ווערייזאן און דורכגיין א גאנצע קאפ וויי, אנשטאט ווי ביז יעצט וואס איך האב פשוט אריבערגעלייגט דעם סים אין אן אנדערן טעלעפאן.

זעה איך גוט אדער קען מען עס יא טאן?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:13 am

אויב מאך איך נישט קיין טעות איז די סים קארד סלאט אויף די זייט און מען עפענט עס דורך אריינשטעקען א דינע אייזען גלייך דערנעבן.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:34 am

image.gif
http://gadgetguideonline.com/s7/galaxy-s7-online-manual/galaxy-s7-sim-card-guide/
וואו איז דָוִי?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:12 pm

א סים קען מען טאקע אריינלייגן (אזויווי מיסטעריעז האט געוויזן) און איך נוץ עס גראדע אין א"י, די חסרון וואס איך מוטשע זיך מיט דעם איז אז כ'האב נישט קיין מושג צו מ'קען טוישן א בעטערי (למשל א רעזערוו בעטערי ווען מיין בעטערי לויפט אויס און כ'קען עס נישט טשארדזשן דעמאלטס), אסאך מאל דארף איך צוקומען צו דעם אבער כ'ווייס נישט צו מ'קען.

כ'וועל זייער דאנקבאר זיין אויב עמיצער קען מיר אנווייזן אויב איז דא א מעגליכקייט צו טוישן א בעטערי.

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:37 pm

נישט דא קיין מעגליכקייט.מען קען נישט ארויס נעמן די בעטערי

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:40 pm

א שאד, דאס מיינט אז כ'מוז מיר ארומדרייען מיט א פול בעטערי ריטשארדזשער.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:51 pm

קענסט קויפן א פארטעבל טשארדשער יעדע נאכט פארנט פון די בית ישראל שטיבלאך, מאך זיכער א מאטאר ביציקל זאל נישט אראפהאקן די קאץ נעבן דיר...

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:04 pm

כ'האב גראדע אזוינס, אבער די בעטערי פון דעם גייט אויס שנעלער ווי וואסער...

דורות החסידות
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:56 am

תגובהדורך דורות החסידות » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:17 am

אהא, כאפ איך שוין. עס האט א סים, אבער אן אנדערע מין סים, עפעס א נייער, קלענערע מינע סים וואס איך זעי זיי רופן עס נענא סים. מען קען עס טאקע יא ארויסנעמען, אבער אריינלייגן אין אן אנדערן טעלעפאן פארשטיי איך אז מען קען נישט נאר אין א טעלעפאן וואס איז דירעקט געמאכט פאר נענא סים קארדס.

אלזא, לעצטע מאל ווואס איך בין געווען יאן ארץ ישראל האב איך געהאט מיט מיר צוויי טעלעפאנען, היות איך האב נישט געקענט אלעמאל טשארדזשן די בעטערי, האב איך מיט גענומען צוויי טעלעפאנען און ווען די בעטערי פון איינס איז אויסגעגאנגען, האב איך אריבערגעלייגט דעם סים אין דעם אנדערן און אזוי ארום האב איך דורך געמאכט דעם טאג.

יעצט אבער, אזוי ווי די סים גייט נאר אריין אין ספעציעלע טעלעפאנס, וועל איך האב א פראבלעם, איך וועל נישט קענען מאכן נאכאמאל דעם טריק נאר אויב איך וועל האבן נאך א טעלעפאן וואס נעמט אן אזא מין סים.

וויאזוי גיט מען זיך אן עצה? איז דא למשל אזא מין עקסטענשאן אין וואס מ'קען אריינלייגן דעם קליינעם סים און אזוי וועט עס אריינגיין אין די געווענליכע טעלעפאנען?

און איידער איך פארגעס, א יישר כח פאר די וואס האבן געענפערט ביז יעצט

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:27 am

וואו איז דָוִי?

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 3:37 am

Reb ttrisker buy a battery pack from the company Anker from 5000 mah and up, Anker is the best

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 7:46 am

גוגל האט געשריבן:Reb ttrisker buy a battery pack from the company Anker from 5000 mah and up, Anker is the best

Thanks a lot!

דורות החסידות
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:56 am

תגובהדורך דורות החסידות » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 10:47 am

מיסטעריעז האט געשריבן:אודאי, http://www.ebay.com/itm/3-IN-1-Nano-Mic ... tkn=tp6XSr


יישר כח מיסטעריעז. דאס איז טאקע זייער א גוטע זאך, ממש דאס וואס איך זוך. עס סאלווט מיר דעם פראבלעם. מיט דעם קען איך נוצן אפילו דעם נייעם סים אין דעם אלטן טעלעפאן. נאכאמאל, א יישר כח.

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 9:31 am

און אנדערע נייעס
״סעמסאנג״ האט געמאלדן א ריקאל אויף נאנט צו דריי מיליאן ״געלעקסי נאוט 7״ סמארטפאונס וואס זי האט פארקויפט אין די לעצטערע וואכן, און האט געזאגט אז דערווייל נעמט זי אראפ פון די שעלווס דעם געלעקסי נאוט 7, נאכדעם וואס עס זענען אריינגעקומען גאר אסאך באריכטן איבער מענטשן וועלכע ווערן געשעדיגט צוליב וואס דער סמארטפאון ווערט איבערגעהיצט און עקספלאדירט.
הק׳ טעקעלע

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:01 pm

איך האב א וויכטיגע פראגע בנוגע דעם געלעקסי עס 7.

איך זעה אז עס קומט מיט צוויי אנדערע מינים עפפס פאר טעקסט. איינס אויף דעם הויפט זייט, אזא רויטע מיט צוויי אזעלכע טאלק באקסעלעך, און די אנדערע געפינט זיך צווישן די אנדערע עפס, אזא געלע עפפ מיט א בילד פון א פארמאכטן ענוועלאפ. וואס איז די חילוק צווישן די צוויי, ביי ביידע ווען איך טריי אריינצוגיין פרעגט עס מיך צו איך וויל אים נוצן פאר טעקסט. וועלכע איז בעסער, וועמען זאל איך געטרויען, וואס איז פשט פון צוויי?

יישר כח למפרע

טהור עיניים
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6788
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:03 pm

דו האסטעס נישט צוריקגעשיקט? זיי זאגן אז עס קען פלאצן די בעטערי.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:22 pm

דו פארטוישסט מיט די נאוט 7.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:23 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:איך האב א וויכטיגע פראגע בנוגע דעם געלעקסי עס 7.

איך זעה אז עס קומט מיט צוויי אנדערע מינים עפפס פאר טעקסט. איינס אויף דעם הויפט זייט, אזא רויטע מיט צוויי אזעלכע טאלק באקסעלעך, און די אנדערע געפינט זיך צווישן די אנדערע עפס, אזא געלע עפפ מיט א בילד פון א פארמאכטן ענוועלאפ. וואס איז די חילוק צווישן די צוויי, ביי ביידע ווען איך טריי אריינצוגיין פרעגט עס מיך צו איך וויל אים נוצן פאר טעקסט. וועלכע איז בעסער, וועמען זאל איך געטרויען, וואס איז פשט פון צוויי?

יישר כח למפרע

טהור עיניים


אויב איך מאך נישט קיין טעות איז די רויטע עפפ די ווערייזען מעסעדזש עפפ, וואס איך מיין אז עס ניצט די אינטערנעט צו שיקן אין באקומען מעסעדזשעס, די געלע איז די רעגולער מעסעדזש עפפ. איך נישט די געלע.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 3:34 am

געוואלד און געשריגן, וויאזוי אין די וועלט קום איך אן צו מיינע ווידזשעטס. און אויך, אויב האב איך אויסגעמעקט א עפפ, און איך געדענק נישט וויאזוי עס הייסט, איז דא ערגעץ ווי איך קען עס טרעפן עס צו קענען צוריק לייגן?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 6:30 am

האלט אן די מעין סקרין פאר צוויי סעקונדעס, וועט דיר ארויפקומען די ווידזשעטס.

גיי צו די פלעי סטאר
My apps/All apps וועסטי זעהן עפפס מיט א × דאס איז אויסגעמעקטע עפפס.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 1:30 pm

א גרויסן יישר כח חברותה פאר די הילף. אבער איך דארף נאך , איך פלאץ פון דעם נייעם כלי, (איך האב עס נישט גגעוואלט, אבער דעם אלטן וואס איך האב איז שוין נישט געווען אוועילעבל, און יעדעס מאל איך טויש צו א נייע כלי גיי איך אדורך דעם צרה ביז איך דערלערן זיך וויאזוי דאס ארבעט).

קודם כל טרעף איך נישט אלע מיינע קאנטעקטס, און פריער, זוכנדיג א קאנטאקט האב איך עס נישט געטראפן, אבער ווען איך האב אריינגעלייגט דעם נומער איז עס ארויפגעקומען, מיט דעם נאמען, אבער ווידער, אין דעם ליסט פון קאנטאקטס, טרעף איך עס נישט. עס קוקט מיר אויס אז די גרופס האבן זיך צומישט.

איך ווער שוין אליינס צומישט.

איך זעה זיי האבן געטוישט א מעידזשאר זאך, אויף די עס 4 איז אינטן די לינקע קנעפל געווען אזא מעניו קנעפל. אויב האב איך געוואלט זעהן אלע אפענע עפפס האב איך געדרוקט און אראפגעהאלטן דעם מיטלסטן קנעפל. יעצט האבן זיי געמאכט דעם לינקען קנעפל אז עס זאל מיר ווייזן אלע אפענע עפפס, און ווען איך דרוק אראפ דעם מיטלסטן קומט ארויף עפעס וואס איך האב נאך נישט אן צו וויסן וואס ער וויל פון מיר. ווידער אויב וויל איך דעם מעניו אדער אפציעס אין א עפפ, קען איך גיין פייפן, איך ווייס נישט ווי עס צו טרעפן.

אויך האב איך א עפפ וואס הייסט גרופ מי און עס אויפצוסעטן דארף איך אריינלייגן מיין טעלעפאן נומער זיי זאלן מיר קענען שיקן א טעקסט, אבער ווען איך לייג אריין מיין נומער האב איך נישט קיין וועג וויאזוי עס צו שיקן. נישט דא קיין סענד אפציע.

בקיצור, איך ווער צודרייט און ווער עס קען מיר העלפן וואלט איך זייער אפריציאטירט...

יישר כח למפרע
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 1:43 pm

טהור'ל, קלארצושטעלן: דו רעדסט פון א עס 7 אדער נאוט 7?

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 3:08 pm

עס 7. נישט דער נאוט
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:56 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:איך האב א וויכטיגע פראגע בנוגע דעם געלעקסי עס 7.

איך זעה אז עס קומט מיט צוויי אנדערע מינים עפפס פאר טעקסט. איינס אויף דעם הויפט זייט, אזא רויטע מיט צוויי אזעלכע טאלק באקסעלעך, און די אנדערע געפינט זיך צווישן די אנדערע עפס, אזא געלע עפפ מיט א בילד פון א פארמאכטן ענוועלאפ. וואס איז די חילוק צווישן די צוויי, ביי ביידע ווען איך טריי אריינצוגיין פרעגט עס מיך צו איך וויל אים נוצן פאר טעקסט. וועלכע איז בעסער, וועמען זאל איך געטרויען, וואס איז פשט פון צוויי?

יישר כח למפרע

טהור עיניים



לכאורה איינס איז פון "סעמסאנג" די צווייטע איז פון "ווערייזאן"
ביידע זענען פיין מיט בערך די זעלבע מעלות

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:59 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:
איך זעה זיי האבן געטוישט א מעידזשאר זאך, אויף די עס 4 איז אינטן די לינקע קנעפל געווען אזא מעניו קנעפל. אויב האב איך געוואלט זעהן אלע אפענע עפפס האב איך געדרוקט און אראפגעהאלטן דעם מיטלסטן קנעפל. יעצט האבן זיי געמאכט דעם לינקען קנעפל אז עס זאל מיר ווייזן אלע אפענע עפפס, און ווען איך דרוק אראפ דעם מיטלסטן קומט ארויף עפעס וואס איך האב נאך נישט אן צו וויסן וואס ער וויל פון מיר. ווידער אויב וויל איך דעם מעניו אדער אפציעס אין א עפפ, קען איך גיין פייפן, איך ווייס נישט ווי עס צו טרעפן.



יישר כח למפרע


זיי האבן געמאכט אז די מיטעלסטע קנעפל איז די קעמרא, די לינקע דערנעבן איז זי עפפס עס וועט דיר נעמען א קורצע צייט זיך צוגעוויינען אבער סי נישט שלעכט


צוריק צו “ענדרויד ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט