געלעקסי עס 7

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

נאטורליך האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:
איך זעה זיי האבן געטוישט א מעידזשאר זאך, אויף די עס 4 איז אינטן די לינקע קנעפל געווען אזא מעניו קנעפל. אויב האב איך געוואלט זעהן אלע אפענע עפפס האב איך געדרוקט און אראפגעהאלטן דעם מיטלסטן קנעפל. יעצט האבן זיי געמאכט דעם לינקען קנעפל אז עס זאל מיר ווייזן אלע אפענע עפפס, און ווען איך דרוק אראפ דעם מיטלסטן קומט ארויף עפעס וואס איך האב נאך נישט אן צו וויסן וואס ער וויל פון מיר. ווידער אויב וויל איך דעם מעניו אדער אפציעס אין א עפפ, קען איך גיין פייפן, איך ווייס נישט ווי עס צו טרעפן.

יישר כח למפרע

זיי האבן געמאכט אז די מיטעלסטע קנעפל איז די קעמרא, די לינקע דערנעבן איז זי עפפס עס וועט דיר נעמען א קורצע צייט זיך צוגעוויינען אבער סי נישט שלעכט

די קעמרע איז ווען מ'דריקט דעם מיטלסטן קנעפל 2 מאל, א לאנגן דריק אויפן קנעפל ברענגט ארויף גוגל.
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

אויב מהאלט אן די צוריק קנעפל קימט ארויף די אפשענס
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יישר כח פאר אלע מגיבים און איך אנטשולדיג זיך פאר'ן באלעסטיגן דא, אבער איך האב נישט קיין ברירה און איך וויל זיך אביסל אפרעדן פון הארצן.

איך געוואוין זיך אזוי שווער צו צו א נייעם כלי, און איך האב שוין ב"ה פאר די לעצטע פאר יאר דעם געלעקסי עס 4 און איך האב נישט געזוכט צו טוישן, אבער די ספעציפישע כלי וואס איך האב האט שוין געמאכט גאר שטארקע קונצן, איך האב זיך געוואנדן צו די קאמפאני פאר וועמען איך ארבעט, דורך וועמען איך האב די טעלעפאן און זיי האבן מיר געזאגט אז איך קען באקומען א נייע, איך האב געבעטן נאכאמאל דעם עס פיר, אבער זיי זאגן עס איז מער נישט עוועילעבל, האב איך אנגעפרעגט אין א היימישן סעל סטאר וועלכע איך זאל נעמען און זיי האבן מיר געזאגט אז דער עס 7 איז דער בעסטער, האב איך דאס געבעטן און טאקע באקומען, דערווייל פיל איך ווי איך ווער משוגע פונעם.

איך האב פארלוירן א גרויס'ן טייל פון מיינע קאנטאקטס, בערך א פערטל, טוישענדיג צו דעם נייעם טעלעפאן (און הפלא ופלא איז עס נעלם געווארן פון דעם אלטן טעלעפאן אויך), דערווייל, זוכנדיג איינעם פון מיינע קאנטאקטס, טרעף איך עם נישט, אבער ווען איך האב געדייעלט זיין נומער איז עס ארויפגעקומען, אבער ווידער אין דעם רשימה פון קאנטאקטס איז עס נישט דא צום געפונען.

אויסער דעם האב איך געספענדט אסאך שעות אויף דעם אלטן טעלעפאן מסדר זיין און צאמשטעלן געדאפלטע קאנטאקטס, איך האב אויך מסדר געווען אז קאנטאקטס וואס האבן נאר א אימעיל אדרעס זאל'ן זיך נישט ווייזן אין דעם אפיציעלן קאנטאקטס רשימה, דערווייל אין דעם נייעם טעלעפאן איז אלעס בטל ומבוטל, עס הערשט אן אנדרלמוסיא אין דעם קאנטאקטס אז עס איז א שרעק, און דאס איז כמעט די וויכטיגסטע זאך אין דעם טעלעפאן.

בכלל אין דעם עס 7 טרעף איך ניטאמאל אזא אפציע פון עס מסדר זיין. אויסער דעם זעה איך אז מיינע קאנטאקטס זענען געליסטעט צוויי מאל, איין מאל מיט אן אראנדזשן בעקגראונד און איין מאל מיט א ווייסן, גיי פארשטיי וואס דאס מיינט.

איך ווער פשוט צודרייט פון דעם, אויב איינער קען מיר העלפן מיט דעם וואלט איך אים אמת'דיג דאנקבאר געווען דערפאר.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

די ארענדזשע קאנטאקטס איז געמאכט אז יעדע מאל מען לייגט צו א קאנטאקט ווערט די נייע ארענדזש ביז די עפענסט יענע קאנטאקט.

ביי More איז דא ווי אנצושטעלן וואסערע קאנטאקטס צו זעהן, ווי אויך צו מערדזשן דאפעלטע קאנטאקטס.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

איך האב אויפגעמאכט 2 אימעילס און כ'זעה נישט דעם אפשען אראפצונעמען איינס, עני העלפ פליז?
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

אינטער Settings/Accounts/Google
האסטו די סעטינגס וואס יא אדער נישט צו סינקען, ווען די דריקסט More קענסטו אינגאנצן אראפנעמען די אימעיל אדרעס.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

וועלכע פראוויידער נוצטו?

איך האב נישט קיין S7, אבער די גאנצע קאנטאקטס עפפ אין אנדרויד צריך תיקון גדול. די פראבלעם קען קומען פון מערערע סיבות, אבער רוב מאל ווערט א חלק קאנטאקטס געסעיווד ביי גוגל און א חלק אויפן טעלעפאן (צב"ש ביי ווערייזאן).

ווי אזוי עס איז פארשוואנדן פונעם אלטן פאון איז א מיסטעריע, אבער אויב דו טרעפסט עס קענסטו עס אריבערשיקן דורך בלוטוט צום נייעם פאון און דאן סעיוון צו גוגל קאנטאקטס.

די מעניו קנעפלעך אונטן האט נישט מיט סעמסאנג, די נייערע אנדרויד ווערזשאנ'ס האבן געטוישט די קנעפלעך, נישטא מער קיין מעניו קנעפל, נאר יעדע עפפ פאר זיך פארמאגט ערגעץ וואו א מעניו אדער סעטינגס קנעפל, ותדרשנו משם.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

א ריזן דאנק, חברותה!
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

tech yid האט געשריבן:סעמסאנג האט געמאלדן א ריקאל אויף נאנט צו דריי מיליאן געלעקסי נאוט 7 סמארטפאונס

סעמסאנג האט אריסגעגעבן 'פלען בי' וואס איז א סופטווער אפדעיט וואס ערלויבט די דיווייס זיך צו טשארדזשען בלויז ביז 60 פארצענט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

נישט שלעכט!!
אטעטשמענטס
IMG-20160913-WA0049.jpg
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

סעמסאנג האט ארויסגעגעבן אן אפיציעלע ריקאל אויף אלע נאוט 7, זיי זאגן אז זיי האבן עס אויפגעהערט צו פראדיצירן.
דאס קומט אין ליכט וואס 5 נאוטס האבן אויפגעריסן נאכדעם וואס זיי האבן געהאט די נייע אפדעיט פון סעמסאנג.
גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זה יעבור »

וויאזוי טוישט מען די קאליר פון טקסט?
אויף מיין עס 5 ווען איך האב געטעקסט מיט איינעם בין איך געווען די בלויע קאליר און יענער געל, אויפן עס 7 איז עס פארקערט און מאכט זייער נערוועז, קען מען עס טשעינזשען?
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

א גוט'ן ערב יום טוב,

איך האב שוין געהאט אמאל אזא שאלה ביי אן אלטן טעלעפאן. מיין געלעקסי עס 7 האלט מיר אין איין זאגן אז איך דארף אינסטאללן א נייע ווערזשן פון סאפטוועיר.

ביי אן אלטן טעלעפאן מיינעם איז דער נייער ווערזשן געווען פיל ערגער ווי דער אלטער. דער גאנצער טעלאפאן איז געווארן שטייטער און איך האב זייער נישט ליב געהאט דעם נייעם ווערזשן. קען מיר איינער זאגן צו דא יעצט איז דער נייער יא בעסער, און אויב נישט, איז שייך צו טאן עפעס דערוועגן אויסער איגנארירן דעם ווייסן באקס וואס קומט מיר ארויף עטליכע מאל א טאג?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

טהור-עיניים האט געשריבן:א גוט'ן ערב יום טוב,

איך האב די לעצטע אפדעיט, נישט געזעהן קיין שום חילוק פון די פאריגע ווערזשען.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יישר כח
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

איך האב א ווערייזן s7 מיט את סים פין t-mobile איך דארף האבן ווייפיי קאלינג איינער ווייסט ווי אזוי איך קען עס אנצינדן?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

די נאוט 7 איז געווארן בענד פון ארויפנעמען אויף פלייטס פון/צו USA:
אטעטשמענטס
20161027_132602.jpg
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

איינער האט אן אנונג ווי אזוי מקען שטערקער מאכן א סעל פאן סיגנל אין אפלאטץ ווי סאיז דא שוואכע סערוויס ?
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

דאס איז פאר ווערייזאן.

זעה דא
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

the verizon messeges app can be used with a other number on the s7? i used it by the iPhone with a different number then the phone but by the android it came by default and i cant change the number.
is any one here with experience with that?
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

האב איך געהאט אמאל אזא פראבלעים,‎
viewtopic.php?f=81&t=13428&start=328
איך געדענק נישט ווי נאך איך האב געשריבן וועגן דעם, למעשה האט מיר ווערייזן געזאגט פאריאר אז ביזדערווייל קען מען נאר טוישן די נאמבער ביי אייפאון אדער טעבלעט, נישט אויף ענדרויד.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יוי, דערווייל פיל איך ווי איך גיי כמעט פלאצן.

איך פיל אז איך מיין עס לוינט זיך מיר שוין באלד צוריק צו גיין צום עס 4. גיין אויף איבעי אדער עמעזאן, קויפן א עס פיר און צוריק גיין צו דעם.

עס איז א חידוש וויפיל זאכן זענען פלעין געווארן אסאך ערגער ביים עס 7.

ביי די קאנטעקטס איז ממש פאריקט. ביים עס 4 האב איך פלעין געהאט אן אפשען נישט צו זעהן אין די קאנטעקטס די אלע קאנטעקטס וועלכע האבן נישט קיין טעלעפאן נאמבער. ביים עס 7 האב איך עס נישט. יעצט האב איך הונדערטער קאנטעקטס וואס האבן זיך אליינס באשאפן דורך אימעילס וואס איך האב באקומען, וואס די קאנטעקטס האבן גארנישט חוץ א אימעיל אדרעס וואס איך ווייס ניטאמאל וואס דאס איז און איך זעהן נישט ווי איך קען לויז ווערן דערפון.

דאס איז שוין אויסער וואס ער טוט מיר סתם אזוי אומגעבעטענע טובות און שטעלט מיר צוזאם באזונדערע קאנטעקטס וועלכע קוקן אים אויס די זעלבע און צוטיילט מיר קאנטעקטס וואס איך האב צאמגעשטעלט.

די וועקער זייגער איז ערגער געווארן. ביים אלטן האט עס געקלונגען איין מינוט, ביים נייעם קלונגט עס 5 מינוט סטרעיט. איך זעה נישט אז איך קען עפעס טון דערצו.

יעצט האב איך געמאכט דעם סאפטוועיר אפדעיט און איך זעה אז ביים קאלענדער האבן זיי אראפגענומען דעם אפציע פון מאכן יעדע זאך אן אנדערע קאליר. דאס איז מיר געווען זייער א וויכטיגע זאך, בפרט אז דער מוח געדענק בעסער קאלירן ווי סתם ווערטער, עס האט מיר געהאלפן זעהן [און געדענקען] עקסטער יעדן אפוינטמענט אדער איווענט. יעצט אז אלעס איז די זעלבע קאליר איז עס מיר פיל שווערער.

אויסער דעם טויג עפעס נישט מיט דעם דערמאנער. ביים אלטן האט ער מיר אלעמאל דערמאנט מיינע איווענטס, איך ווייס נישט פארוואס און אפילו וואס, געשעהט ביים עס 7, אבער פאר סאם ריזען האלט איך אין איין פארזעהט איווענטס, עפעס דערמאנט ער מיך נישט דערפון געהעריג.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

איינער ווייסט ווי מקען פארעכטן את עס 7 סקרין וואס איז געקרעקט?
)וויליאמסבורג)
הק׳ טעקעלע
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

קאמפיוטער סטאר. lee wallabout
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

מה פתאום??? האט געשריבן:קאמפיוטער סטאר. lee wallabout

קענען נישט, שוין דארט געווען
הק׳ טעקעלע
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”