געבט אכטונג! ספייוועיר און וויירוסעס אין עפפ סטארס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

געבט אכטונג! ספייוועיר און וויירוסעס אין עפפ סטארס

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:36 pm

אויב איז שוין דא אזא אשכול דא דאן זאל מען ביטע צאמשמעלצן.


די שמחה איז גאר גאר גרויס! אונז האבן געפונען א עפפ פאר פרי! און נישט א עפפ פאר 0.99 נאר א עפפ וואס קאסט קרוב צו 8 דאלאר און... אונז האבן עס פאר פרי!
וואסי די מעשה? עס זענען דא עפפ סטארס וועלכע גיבן אלע עפפס, פונקט ווי די געהעריגע עפפ סטאר, און זיי גיבן פארשידענע עפפס וועכע קאסט געלט אויפן פלעי סטאר, בחינם.
א רגע פארן עס אינסטולירן, האמיר זיך ארויסגעלאזט אויף א מיסיע, אונז האבן גענומען די סייז פונעם עפפ וועלכע ליגט אינעם פלעי סטאר און דערנאך האמיר גענומען די סייז פונעם עפפ וואס מיר האבן באקומען אינעם דאזיגן עפפ סטאר און... עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי זענען נישט גלייך אין סייז! די פון די בחנם'דיגע עפפ סטאר איז מיט עטליכע 100 קילאבייטס גרעסער, און דארט קען ליגן ספייוועיר מיט וויירוסעס און אלע (נישט) גוטע זאכן.
איי וועסטו מיר פרעגן וואס עס שוין קען ליגן אין די פאר 100 ק"ב וואס פיט שוין דארט? אויף דעם איז די תירוץ איך האב נישט קיין אהנונג! אבער אומשולדיג איז ער זיכער נישט, ווייל אויב יא דאן פארוואס קען ער נישט זיין די זעלבע גרויס ווי אין די עפפ סטאר? אלא מאי אעפעס ליגט דא זיכער באהאלטן, וואס? ווייסעך נישט! אבער בעטטער סעיף דען סארי.

אויב קוקט עס אויס צו גוט צו זיין אמת דאן איז עס נישט אמת, אן אלטער כלל.

עס קען זיין אז מען פארדינט עטליכע טאלער פון דעם אבער די קאנסעקווענצן קענען זיין זייער זייער געפערליך.

איך האב עס גענוצט פאר עטליכע עפפס נישט וויסנדיג און פארציילנדיג פאר "קנאפער ידען" דערוועגן האב ער מיר זייער שיין מסביר געווען אז מיין פאון קען זיין אינפעסטירט, האמיר גראד געמאכט א פעקטארי ריסעט.

געשריבן לתועלת הרבים, מאכט נישט די טעות וואס איך האב געמאכט, זייט געווארנט!!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:54 pm

ריכטיג! שוין געווען אמאל דא אויפן וועלטל א ווארנונג אפי' אויף געקויפטע, אויב איז די סייז גרעסער ווי ס'דארף זיין לויט די ספעקס.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:25 pm

געוועהן אמאל באריכטעט איבער עטליכע פלעישלייט עעפס וואס האבן געבעטן עקסעס -פַארן אינסטאלען -צי כמעט די גאנצע פאון און זיי פלעגען גנבענען אינפארמאציע פון די אינסטאלער

קיינער קוקט סייווי נישט דורך די ליסטע מען דרוקט "עקסעפט" און פערטיג, קיינער נעמט נישט די מי צי וויסן פארוואס א פלעיש לייט עפפ דארף האבן עקסעס (אפילו נאר) צי די לאקעישן!


צוריק צו “ענדרויד ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט