בלאט 3 פון 10
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:32 pm
דורך ריק פערי
דא רעדט מען דערוועגן, און ווי זיי זאגן איז עס א טעות און ס'טוט יא סופארטן 64 גיג מייקרא עס די חוץ די 16/32 אינטערנעל סטארעזש, און דאס איז ווארשיינליך די וואהרהייט ווי ס'איז געווען איבעראל באריכטעט.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 11:24 am
דורך אלס פארשטייער
ווייסט איינער וואו מען קען עס שוין קויפן די ביליגסטע (ספרינט)?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 11:36 am
דורך leiby
די היברו סופארט איז ווערד א באגריסונג, ווי די נקודות פראבלעם איז מער נישט דא.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 11:45 am
דורך שמעק_טאביק
leiby האט געשריבן:די היברו סופארט איז ווערד א באגריסונג, ווי די נקודות פראבלעם איז מער נישט דא.
וואס הייסט? ביטע זיי מסביר. איז דאס א נייע בראוזער? אדער בכלל דורכאויס דעם דעווייס איז די נקודות מער נישט קיין פראבלעם? וויאזוי האבן זיי מתקן געווען דעם פראבלעם??
דאס איז מיין גרעסטע שטער אויף אנדראויד ביז היינט.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 11:56 am
דורך ריק פערי
אלס פארשטייער האט געשריבן:ווייסט איינער וואו מען קען עס שוין קויפן די ביליגסטע (ספרינט)?
די ביליגסטע איז דורך א טירד פארטי פירמע letstalk.com פאר 179.99 לייג אריין קיופאן קאוד talk4ten וועסטו באקומען עדישענעל 10% אראפ.
ס'איז אבער נישט 'שוין' ס'איז נאכאלס פרי-ארדער.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 12:13 pm
דורך leiby
שמעק_טאביק האט געשריבן:leiby האט געשריבן:די היברו סופארט איז ווערד א באגריסונג, ווי די נקודות פראבלעם איז מער נישט דא.
וואס הייסט? ביטע זיי מסביר. איז דאס א נייע בראוזער? אדער בכלל דורכאויס דעם דעווייס איז די נקודות מער נישט קיין פראבלעם? וויאזוי האבן זיי מתקן געווען דעם פראבלעם??
דאס איז מיין גרעסטע שטער אויף אנדראויד ביז היינט.
די נקודות פראבלעם איז אינגאנצן מער נישט דא, אויף די גאנצע ענדרויד, און בכלל איז איבעראל געווארן אלע אידישע זאכן פון רעכטס צו לינקס, למשל מיינע נאוטס,
ביים שרייבן א תגובה, שפרינגט עס מער נישט אויף לינקס ועוד.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 12:28 pm
דורך ריק פערי
leiby האט געשריבן:שמעק_טאביק האט געשריבן:leiby האט געשריבן:די היברו סופארט איז ווערד א באגריסונג, ווי די נקודות פראבלעם איז מער נישט דא.
וואס הייסט? ביטע זיי מסביר. איז דאס א נייע בראוזער? אדער בכלל דורכאויס דעם דעווייס איז די נקודות מער נישט קיין פראבלעם? וויאזוי האבן זיי מתקן געווען דעם פראבלעם??
דאס איז מיין גרעסטע שטער אויף אנדראויד ביז היינט.
די נקודות פראבלעם איז אינגאנצן מער נישט דא, אויף די גאנצע ענדרויד, און בכלל איז איבעראל געווארן אלע אידישע זאכן פון רעכטס צו לינקס, למשל מיינע נאוטס,
ביים שרייבן א תגובה, שפרינגט עס מער נישט אויף לינקס ועוד.
wow גאר גוטע נייעס א ישר כח פאר די מיליאנען אראבער בכל קצוי תבל... איך גלייב אז מ'האט עס נישט געמאכט פאר די פאר אידעלעך...
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 12:39 pm
דורך leiby
ווען מייקראסאפט האט גערעדט פון זייער נייע פאון טעבלעט, זענען זיי אויך געווען ביזי אז ס'סופארט אראביש און היברו.. קוקט אויס ניש נאר די אראבער'ס והמבין יבין..
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 3:47 am
דורך leiby
באמערקט א נייע זאך ווען מ'איז אויף די גוגל היים בלאט איז דא א אפשען צו שרייבן מיט די הענדרייטינג וואס מ'וויל זוכן, מ'דארף נישט טייפן אין די סוירטש באקס.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 9:49 am
דורך ריק פערי
דאס איז שוין עטליכע וואכן אלט, נאר קוקט אויס אז קיינער האט עס נישט גענוצט האט גוגל באשלאסן עס צו 'ארויסשטיפן', (ס'איז באמת נישט ניצבאר און זייער שווער צו שרייבן, אדרבה טריי אויס)
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 3:06 pm
דורך ווער בין איך?
ריק פערי האט געשריבן:דאס איז שוין עטליכע וואכן אלט, נאר קוקט אויס אז קיינער האט עס נישט גענוצט האט גוגל באשלאסן עס צו 'ארויסשטיפן', (ס'איז באמת נישט ניצבאר און זייער שווער צו שרייבן, אדרבה טריי אויס)
I got it yesterday.
It's not useful at all!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2012 12:50 am
דורך קאפעליטש
leiby האט געשריבן:תתחדש, מ'באנייט עס יעצט
ערשטע זאך איז א פילטער.
וואס פאר א פילטער האסטו אינסטאלירט?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2012 3:02 pm
דורך ביזנעסמאן
איך זיך צו קויפן א נייע טעלעפאן און איך האלט א שטארקן אויג אויף דעם גאלאקסי, קען מיר איינער זאגן צי עס לוינט זיך שוין יעצט צו ווארטן אויף די קומענדיגע ווערסיע אדער זאל איך זיך איינהאנדלען די דרייער?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2012 3:20 pm
דורך גוגל
ווער בין איך? האט געשריבן:I got it yesterday.
It's not useful at all!
whats not useful?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2012 4:25 pm
דורך ווער בין איך?
גוגל האט געשריבן:ווער בין איך? האט געשריבן:I got it yesterday.
It's not useful at all!
whats not useful?
leiby האט געשריבן:באמערקט א נייע זאך ווען מ'איז אויף די גוגל היים בלאט איז דא א אפשען צו שרייבן מיט די הענדרייטינג וואס מ'וויל זוכן, מ'דארף נישט טייפן אין די סוירטש באקס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2012 9:49 am
דורך leiby
קאפעליטש און ביזנעסמאן איר קענט טרעפן א תירוץ אין אנדערע אשכולות ווי שוין אויסגעשמועסט כמה פעמים.
----------
אויף ספרינט האט די געלעקסי באקומען א נייע אפדעיט, איינע פון די זאכן אז ער קאנעקט זיך צו א ווייפיי (מטעם ספרינט) אפילו די ווייפיי איז אויסגעלאשן.
די ערשטע באג וואס איך האב באמערקט אז די LED ארבעט מער נישט, סיי ביים טשארזשן און סיי ביי עני נאטיפיקעישאן, שוין געטשעקט ביי די סעטינגס,
נאך איינער האט דעם פראבלעם?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2012 10:33 am
דורך ווער בין איך?
leiby האט געשריבן:איינע פון די זאכן אז ער קאנעקט זיך צו א ווייפיי (מטעם ספרינט) אפילו די ווייפיי איז אויסגעלאשן.
די ערגסטע זאך וואס זיי האבן געקענט טוהן צו מיר. ווען איך זיץ אין מיין קאר אינדרויסן פון אפיס האב איך איין שוואכע באר פון ווייפיי און איך קען גארנישט לאודן דערמיט. אבער מיין פאון וועט זיך ווייטער קאנעקטן דערצו.
leiby האט געשריבן:די ערשטע באג וואס איך האב באמערקט אז די LED ארבעט מער נישט, סיי ביים טשארזשן און סיי ביי עני נאטיפיקעישאן, שוין געטשעקט ביי די סעטינגס,
נאך איינער האט דעם פראבלעם?
ביי מיר ארבעט די לעד געהעריג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2012 10:59 am
דורך ריק פערי
לייבי מ'האט שוין גערעדט דערפון דא, מ'דארף אנטשעקן די רעקטמענדעד נעטווארק באקס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2012 12:36 pm
דורך leiby
כ'האב נאר געזאגט איבער דעם אפדעיט, א סאלושען זוך איך פאר מיין LED פראבלעם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2012 1:00 pm
דורך בילדער
אז מען רעדט שוין... איך ווייס נישט פארוואס מיין gmail emails קומען נאר אריין ווען איך ריפרעש אים.
איך גלייב אז עס איז א פשוטע סעטינג, אבער איך ווייס נישט ווי עס איז.
ישר כח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2012 8:39 pm
דורך leiby
גיי צו די אקאונט סעטינגס קוק אויב דזשימעיל סינק איז געטשעקט.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2012 9:53 am
דורך בילדער
א ריזיגען ישר כח!!!
אויב ווערט די אימעל געהאסט ביי גוגעל, ווערט די אימעיל'ס push? עס וועט אריינקומען אזוי שנעל ווי gmail?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2012 9:58 am
דורך leiby
אויב גייט עס אריין אין די דזשימעיל פראגראם איז עס אוטומאטיש פונקט ווי דזשימעיל.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2012 10:20 am
דורך בילדער
איז google apps די זעלבע ווי gmail ?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2012 10:21 am
דורך ריק פערי
יא