בלאט 2 פון 10
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:53 pm
דורך ריק פערי
דורך די פראנט פעיסינג קעמרע, וואס גייט 'זעהן' ווי דיינע אויגן ציהלן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 7:48 pm
דורך געלעגער
אה סקערי. ס'נעקסטע זאך קומט אויב איז מען אנגעטרינקען זאל מען נישט קענען טעקסטן?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 12:03 am
דורך שוטה
יש"כ ריק פאר'ן שיינעם ריפארט.
ריק פערי האט געשריבן:סופער עמעלאד פלאס סקרין
כ'מיין אז ס'איז נישט 'פלאס'.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 9:39 am
דורך ריק פערי
שוטה האט געשריבן:יש"כ ריק פאר'ן שיינעם ריפארט.
ריק פערי האט געשריבן:סופער עמעלאד פלאס סקרין
כ'מיין אז ס'איז נישט 'פלאס'.
גערעכט, ס'איז נישט פלאס.
ס'וועט האבן א 2,100 מיליעמפאער בעטערי.
די גרעסטע אומפארענטפערטע קשיא איז צו די יו. עס. ווערזשאן וועט זיין קוואדקאור צו דואלקאור, איך האלט אז דאס איז די סיבה פארוואס ס'וועט זיין ערשט אין זומער, ווייל זיי ווילן מיט אלע מיטלען יא פראבירן אז ס'זאל קענען ארבייטן מיט LTE, פארוואס? כדי נישט צו לאזן אפי' א קליינע פתח אנטקעגן די אייפאון 5, כן נראה לענ"ד.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 9:55 am
דורך שמעק_טאביק
ייש"כ ריק פאר די רעוויא.
4.8 אינטש איז שוין אביסעלע צו גרויס פאר מיינע הענטעלעך. אפשר האלט איך זיך צו קליין?
וועגן די סקרין וואס לעשט זיך אויס אינמיטן טון עפעס, נוץ איך אויף מיין אנדרויד א עפפ וואס הייסט KeepScreen. א געוואלדיגע עפפ. קענסט אנשטעלן בייי וועלכע עפפס דו ווילסט דער סקרין זאל זיך נישט אויסלעשן. למשל איך האב עס אנגעשטעלט ביי טעקסט, נאוט פעד, קאלקיולעיטאר, און נאך עטליכע וואו עס האט מיר געפערליך נערוועז געמאכט אז די סקרין לעשט זיך אויס פון איין רגע צום צווייטן, אן קיין ווארענונג.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 10:12 am
דורך ריק פערי
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 10:04 am
דורך ווער בין איך?
ספרינט זאגט אז מארגן וועט מען שוין קענען פרי-ארדערן דעם עס-דריי.
ס'וועט נישט זיין קיין קוואד קאור נאר א דועל קאור. 1.5GHz dual-core processor and 2GB of RAM
http://community.sprint.com/baw/communi ... experience
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 7:12 pm
דורך געלעגער
אין יוראפ איז עס שוין אינדערויסן דאכט זיך.
ביי ווערייזן קען מען שוין אויך אט אט פרי ארדערן
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 7:27 pm
דורך leiby
ס'גייט אנקומען צו 5 קעריערס, ספרינט זאגט אויף יוני די איינאיןצוואנציגסטער (21 בלע״ז)
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 11:49 am
דורך leiby
כ'האלט יעצט ביים ארדערן כ'זעה נאר
Memory
16GB and 32GB internal memory(ROM), 32GB MicroSD card
נישט 64
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 12:26 pm
דורך שוטה
מ'קען אבער צולייגן א מייקרא עס די קארד - דלא כעפל.
דאכציך אז קיין שום פאון מיט א קארד אפשען האט אזוי פיהל אייגענע מעמארי.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 12:31 pm
דורך leiby
גוגל'ס לעצטע פאון האט נישט די אפשען פאר עס די, כ'האב נאר געוואלט זיכער מאכן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 12:06 pm
דורך leiby
תתחדש, מ'באנייט עס יעצט
ערשטע זאך איז א פילטער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 12:09 pm
דורך ווער בין איך?
אוי ביסטו לאקי! אבער אויב האסטו עס שוין היינט, מיינט דאס אז דו האסט א זעכצענער (אויב ביסטו אויף ספרינט).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 12:52 pm
דורך leiby
יא, א שאד צו צאלן פאר מער, כ'ניץ מיין 32 עס די קארד פון די פאריגע פאון.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 1:19 pm
דורך ריק פערי
ס'קוקט אויס א שטארקע סוקסעס דערווייל, מ'קען שוין נישט פרי-ארדערן ביי ספרינט, דערווייל קען מען נאך פרי-ארדערן דורך ווייערפליי וכדו', זיי זענען אויך עטוואס ביליגער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 1:50 pm
דורך matovu
Lleiby help me out
How do I install Yiddish Hebrew
Later please give a clear detail how to intall a filter.
A mechaye aza telephone
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 2:02 pm
דורך leiby
די תירוץ קענסטו טרעפן אין אנדערע אשכולות, אלעס איז די זעלבע ווי די אלטע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 2:34 pm
דורך matovu
what about emails from Exchange server when WIFI is on ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:34 pm
דורך ווער בין איך?
איינעמס נייע עס טרי האט אנגעהויבן צו ברענען ווען עס געוועהן קאנעקטעד צו א קאר דאק.
סעמסאנג האט צוריקגענומען דער פאון פון יענעם (שיין פון זיי) פאר אינוועסטיגעישן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:47 pm
דורך ריק פערי
ווער בין איך? האט געשריבן:איינעמס נייע עס טרי האט אנגעהויבן צו ברענען ווען עס געוועהן קאנעקטעד צו א קאר דאק.
סעמסאנג האט צוריקגענומען דער פאון פון יענעם (שיין פון זיי) פאר אינוועסטיגעישן.
איך געדענק נאך ווען 'פילע' רעפארטס פון אייפאונס וואס די בעטערי איז געווארן איבערגעהיצט, זענען ארויסגעקומען גלייך נאך וואס מ'האט עס אנגעהויבן צו פארקויפן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:08 pm
דורך ווער בין איך?
ס'איז ארומגעפארן בילדער דערפון אויפ'ן אינטערנעט. סעמסאנג ווארט אז דער פאון זאל אנקומען צו זיי, דעמאלס וועט מען וויסן נאך פרטים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 7:20 pm
דורך ריק פערי
נו לייבי וויאזוי איז פירסט אימפרעשן...? איך פלאן עס צו קויפן קומענדיגע וואך.
איך זעה אויבן אז די שרייבסט אז ס'נעמט נאר 32 גיג עס די קארד? איז דאס ריכטיג? איבעראל איז געווען באריכטעט איבער 64 גיג וואס דאס קען פארנעמען?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 7:38 pm
דורך leiby
ספרינט שרייבט
Memory
16GB and 32 GB internal memory (ROM). Supports up to 32GB MircroSD card
מיין פירסט אימפרעשן איז דערווייל גאר גוט, כ'מוטשע מיך נאך איבער וויזוי צו טרענספערן די סחורה פון די אלטע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 8:02 pm
דורך ווער בין איך?
ס'קען פארנעמען 64 אלעס אינאיינעם אויף די 32 גיג פאון. (32 גיג אינטערנעל מעמארי און 32 עס די קארטל)