בלאט 7 פון 10

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 11:39 pm
דורך בילדער
פיילס, פיקטשערס און מוזיק.
אזוי אויך ביי יעדע עפפ, חוץ וואס עס איז דא די עפפ אליין, איז דא דעטע וואס מען לייגט צו דערצו,
Screenshot_2012-12-31-23-38-34.png
דאס איז יא מעגליך צו לייגען אויפן SD?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 12:42 am
דורך leiby
דאס איז דאך פשוט, די ביז יעצטיגע פיילס קענסטו ריקן מיט קאפי פעיסט. די איבריגע האט יעדע פראגראם זיין סעטינג, למשל די קעמערע קען מען סעטן ווי די בילדער זאלן זיך סעיוון, די דאונלאוד לאקעישאן פאר אלע דאנלאודס, די בילדער פון וואטס עפפ, ועוד ועוד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 9:56 am
דורך זלמי
פארדינט האט געשריבן:יעצט באקומען אן ענטפער פון ארענדאר, אז ער גייט עס נישט מאכן ווייל ער ארבעט אויף אן אייגענע מאוביל סייט.
אויף די פראגע, ווען ס'וועט זיין גרייט? איז דער ענטפער: "איך ווייס נישט"

גראדע איז אן עפפ געווענטליך בעסער ווי א מאביל וועבזייט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 10:03 am
דורך ריק פערי
איך האב א פראבלעם מיט מיין ווייפיי, ער האלט זיך און איין דיסקאנעקטן, נישט אז די ווייפיי לעשט זיך אויס, נאר די ווייפיי בלייבט ארבעטן און בלייבט סקענען, ד.ה. איך קאנעקט מיך מיך צו ווייפיי, ער האלט מיר אפן ווייפיי נעטווארק פאר צוויי מינוט דערנאך פלוצלינג דערזעה איך מיר אויף 3g און אויף די נאוטיפיקעשן באר קומט ארויף די ווייפיי סימבאל אז עס זענען דא עוועלעבל ווייפיי נעטווארקס, יעצט אויב גיי איך צו די ווייפיי סעטינגס און איך סעלעקט א נעטווארק און איך דריק 'קאנעקט' וועט עס מיר זאגן 'קאנעקשן פעילד', איך מוז אויסלעשן אינגאנצן די ווייפיי און צוריק אנצינדן און נאר דאן קען איך מיר קאנעקטן צו א ווייפיי נעטווארק (פאר נאך צוויי מינוט, דערנאך איז אודך די זעלבע מעשה), עני העלפ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 11:49 am
דורך ווער בין איך?
א ריסטארט העלפט נישט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 12:32 pm
דורך ריק פערי
ווער בין איך? האט געשריבן:א ריסטארט העלפט נישט?


ניין שוין פראבירט עטליכע מאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 12:58 pm
דורך שטרוי
קלעים אינשורענס.. (..שוין געקלערט\געטוהן).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 4:00 pm
דורך מומחה עצום
ריק, עיין כאן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 6:24 pm
דורך ריק פערי
מומחה עצום האט געשריבן:ריק, עיין כאן


יאפס... שוין דאס אויך פראבירט אבער אלעס בלייבט ביים אלטן, איך האב קיינמאל נישט געהאט די פראבלעם, אפי' די ווייפיי סעטינג איז געווען אויף ענערזשי סעווער מאוד, נאר לעצטנס, עס האלט זיך אויף די נעטווארק פאר דרייסיג סקונדן און געענדיגט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 6:41 pm
דורך מומחה עצום
אפשר איז די נעטווארק די פראבלעם?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 04, 2013 12:46 am
דורך ווער בין איך?
Any network or always the same?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 10:19 am
דורך בילדער
לעטלי קומט מיר ארויף אזא מעסעדש, די זייגערעל דרייט זיך פאר אפאר סקונדעס, אבער פונקט ווען איך בין און א ראש.... (בלעקבערי סטייל)

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 11:16 am
דורך ווער בין איך?
איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אזאנס אויף מיין געלעקסי.
איז דיין פאון אנגעפילט מיט עפפס אפשר?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 1:13 pm
דורך בילדער
קען זיין, לאמיר טאקע קויפן א נייע SD CARD.

ישר כח

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 2:02 pm
דורך ריק פערי
ווער בין איך? האט געשריבן:Any network or always the same?

עני נעטווארק, עפעס א עיצה עס נערווירט מוורא'דיג.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 2:11 pm
דורך ווער בין איך?
געב א קוק אין די ווייפיי עדווענסד סעטינגס אויב דיינע סעטינגס אויב ס'איז די זעלבע ווי מיינס.
Keep Wi-Fi on during sleep: ALWAYS
Check for Internet service: UNCHECKED
Wi-Fi timer: OFF

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 3:47 pm
דורך ריק פערי
ווער בין איך? האט געשריבן:געב א קוק אין די ווייפיי עדווענסד סעטינגס אויב דיינע סעטינגס אויב ס'איז די זעלבע ווי מיינס.
Keep Wi-Fi on during sleep: ALWAYS
Check for Internet service: UNCHECKED
Wi-Fi timer: OFF


יא, אלעס איז די זעלבע, אבער ער קען נאכאלס נישט האלטן א נעטווארק פאר מער ווי עטליכע סקונדן, דערנאך האלט עס און איין סקענען, און ווען איך דריק אויף א נעטווארק און דריק 'קאנעקט', קומט ארויף 'פעילד טו קאנעקט טו נעטווארק'.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 7:23 pm
דורך ווער בין איך?
איך האב אמאל געהאט פראבלעמען מיט אפטימום'ס נעטווארק.
אויב האב איך געמאכט 'פארגעט נעטווארק', ריסטארטעד דעם פאון און נאכדעם זיך נאכאמאל קאנעקטעד האט עס געארבעט.
פראביר אויסצומעקן אלע דיינע סעיווד נעטווארקס און זיך צוריק קאנעקטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 11:18 pm
דורך ריק פערי
איך ניץ טאקע אפטימום (ס'איז בד"וו די שנעלסטע [פשוט'ע] אינטערנעט, איך קען באקומען צווישן 50 און 60 מ"ב פער סעקאנד), עלמער מארגן פראבירן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2013 6:31 pm
דורך ריק פערי
ווער בין איך? האט געשריבן:איך האב אמאל געהאט פראבלעמען מיט אפטימום'ס נעטווארק.
אויב האב איך געמאכט 'פארגעט נעטווארק', ריסטארטעד דעם פאון און נאכדעם זיך נאכאמאל קאנעקטעד האט עס געארבעט.
פראביר אויסצומעקן אלע דיינע סעיווד נעטווארקס און זיך צוריק קאנעקטן.


דער אויבערשטער זאל דיר באצאהלן פאר די געוואלדיגע פשוט'ע עיצה! ב"ה ווייפיי איז בעק געהעריג.

סעמסאנג מאכט מער געלט ווי אפעל

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2013 7:12 pm
דורך נאר נייעס
http://www.theatlanticwire.com/business ... now/60696/

איך ווייס נישט אויב איך בין אין די גוטע אשכול אויב נישט ביטע אנטשולדיגונג

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2013 11:39 pm
דורך קהת
איז דא א וועג צו בלייבן אריין געסיינט צו optimum wifi ביי מיין אייפאד טאטש האב איך אריין געסיינט איין מאל און כהאב געקוועטשט remember me און automatic און פטור אנייסעק אבער דא בעטן זיי מיך יעדע מאל פאר מיין user און password עס מאכט מיר זייער נערוועז

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2013 11:41 pm
דורך ווער בין איך?
זיי האבן אן עפפ פאר דעם. זוך עס אין די פלעי סטאר.
(ביי מיר ארבעט עס געהעריג אהן דעם עפפ לכאורה ווייל איך האב עס אנגעשטעלט אנליין אלס איינע פון מיינע קאנעקטעד דעווייסעס).

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2013 11:50 pm
דורך ווער בין איך?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2013 10:35 am
דורך ריק פערי
ווער בין איך? האט געשריבן:זיי האבן אן עפפ פאר דעם. זוך עס אין די פלעי סטאר.
(ביי מיר ארבעט עס געהעריג אהן דעם עפפ לכאורה ווייל איך האב עס אנגעשטעלט אנליין אלס איינע פון מיינע קאנעקטעד דעווייסעס).


ריכטיג, מ'דארף נישט די עפפ, מ'דארף נאר אריינלייגן אנליין די דעווייס אלס איינע פון דיינע דעווייסעס, וכן עשיתי.