בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:41 pm
דורך ריק פערי
דערווייל נאר די גוגל פאונס טעבלעטס, אבער יעדע היי-ענד פאון וועט עס האבן ביז א חודש צוויי, עס איז נישט 'אזא' גרויסע אפדעיט ווי אייזקריעם. סענדוויטש, עס איז נאר מער א איבערפרישונג און פאליש אויף אייזקריעם סענדוויטש, און עס איז נישט אזוי שווער עס צו איבערמאכן.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:15 pm
דורך זייער נייגעריג
די נייע דזשעלי בין האט א צובאקומען א פיטשער ביי פעיס אנלאק, ביז יעצט פלעגט מען קענען לייגן א בילד און ס'האט זיך אנלאקט פונקט ווי די פנים, אויף דזשעלי בין קען מען סעטן אז חוץ דיין פנים זאל מען אויך מוזן געבן א בלינק מיט די אויג.
(יעצט טראכט וויזוי דער עולם גייט אויסקוקן אין גאס ביים ארויסנעמען די פאון...)
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:49 pm
דורך ריק פערי
הסבר, ביז היינט האט מען געקענט ווייזן די פאון פאר א פיקטשער פון די בעלעבאס און ער האט געעפענט די טויערן, היינט קען מען אנשטעלן אז ער זאל זיך עפענען נאר פאר א 'לעבעדיגער' באלעבאס ווייל ער מוז אויך זעהן א בלינק מיט די אויגן.