בלאט 1 פון 1
בעטערי פאר ענדרויד
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 17, 2012 10:17 am
דורך דערציילער
איך האב זיך געקויפט א נייע בעטערי פאר $6 פון 3500mAh פאר מיין evo 4g
איך האב עס שוין א פאר וואכן
איך האלט אז עס האלט זיך ווייניגער פון מיין אריגינאל בעטערי פון 1500mAh
איך דארף טשערדזען מיין טלפון 3 אדער 4 מאל א טאג
איינער האט מיר געזאגט אז ער האט אויך געקויפט א 3500 בעטערי און ביי אים האלט זיך די בעטערי פאר איבער א טאג, ער האט געצאלט איבער $60 פארן בעטערי
איך קען ווייטער נישט אזוי אנגיין, איך מיז קויפן א בעטערי וואס האלט זיך פארן גאנצן טאג
איך האב געמאכט א סערטש אויף ebay און amazon איך זעי אז עס איז דא ביליגע און טייערע בעטעריס
ווייסט איינער אויף וואס איך דארף קוקן זיכער צו מאכן אז די בעטערי וואס איך קויף איז פון די גוטע?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 17, 2012 11:59 pm
דורך שוטה
איך האב געקויפט אזא בעטערי פאר מיין evo, ס'האט מיר געקאסט 7 דאלער און ס'האלט בערך 14 שעה.
איך ווייס אבער נישט צו איך קען דיר אסאך ארויסהעלפן ווייל ס'שטייט נישט קיין סאך אינפארמאציע אויפן בעטערי.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 6:45 am
דורך דערציילער
שוטה האט געשריבן:איך האב געקויפט אזא בעטערי פאר מיין evo, ס'האט מיר געקאסט 7 דאלער און ס'האלט בערך 14 שעה.
די נוצט אסאך דיין טלפון?
(איך נוץ אסאך מיין סעלפון)
ווי האסטו עס געקויפט?
אפשר האסטו נאך די נאמען פון דיין סעלער, קען זיין אז ער פארקויפט נאך בעטעריעס וואס די האסט געקויפט?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 3:38 pm
דורך my_music
די 10 דאלערדיגע בעטעריס האלטן 2 מאקסימום 3 שעה, ס'איז גוט פאר עמערדזשענסי'ס ווען מ'לויפט אויס פון בעטערי אינמיטן א חתונה אדער כ'ווייס נישט וואס און מ'קעניש טשארדזשן דעמאלס האלט מען אזא בעטערי אין טאש און ס'קומט צוניץ
אויב ברויכסטע א גוטע בעטערי (כ'מיין צו זאגן אזוי גוט ווי די ארגינעלע, ווייל די ארגינעלע בעטערי איז אויך נישט עפעס ווער ווייסט וואס) קויף אן ארידזשינאל בעטערי פאר 50-60 טאלער.
אדער קענסטו טרייען א עקסטענדעד בעטערי (איך בין נישט זיכער וועלכער מאדעל האט אזא זאך און וועלכע נישט)
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 11:47 pm
דורך שוטה
דערציילער האט געשריבן:די נוצט אסאך דיין טלפון?
(איך נוץ אסאך מיין סעלפון)
ווי האסטו עס געקויפט?
אפשר האסטו נאך די נאמען פון דיין סעלער, קען זיין אז ער פארקויפט נאך בעטעריעס וואס די האסט געקויפט?
וואס הייסט אסאך? פון 1 ביז 10 וואלט איך געזאגט 7 אהאלב.
כ'האב עס געקויפט אויף איבעי אדער אמעזאן, כ'וועל בל"נ פראבירן אויפצוזיכן די אינפארמאציע פונעם סעלער.
my_music האט געשריבן:די 10 דאלערדיגע בעטעריס האלטן 2 מאקסימום 3 שעה, ס'איז גוט פאר עמערדזשענסי'ס ווען מ'לויפט אויס פון בעטערי אינמיטן א חתונה אדער כ'ווייס נישט וואס און מ'קעניש טשארדזשן דעמאלס האלט מען אזא בעטערי אין טאש און ס'קומט צוניץ
אויב ברויכסטע א גוטע בעטערי (כ'מיין צו זאגן אזוי גוט ווי די ארגינעלע, ווייל די ארגינעלע בעטערי איז אויך נישט עפעס ווער ווייסט וואס) קויף אן ארידזשינאל בעטערי פאר 50-60 טאלער.
אדער קענסטו טרייען א עקסטענדעד בעטערי (איך בין נישט זיכער וועלכער מאדעל האט אזא זאך און וועלכע נישט)
מ'רעדט דא פון א עקסטענדעד בעטערי [יעדע 3500 mah איז - לפי ידיעתי - עקסטענדעד].
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 3:58 am
דורך שוטה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 6:21 pm
דורך דערציילער
יישר כח, איך גיי עס טרייען
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 9:06 am
דורך דערציילער
דערציילער האט געשריבן:יישר כח, איך גיי עס טרייען
איך האב געקויפט דאס וואס איר האט מציע געווען, עס האלט זיך אבען די זעלבע ווי מיין אלטע בעטערי.
איך האב באמערקט אז וועל די Bluetooth ארבעט נוצט עס די מערסטע די בעטערי.
לעצטנס האלט איך פארמאכט אלעס (Bluetooth 4G GPS Wi-Fi) און מיין בעטערי האלט זיך כמעט א גאנצן טאג.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 11:27 am
דורך בלעקבערי פען
קענסט אויך דאנלאדען א עפפ
וואס אפרמאכט אלע אפענע עפפ ווען די דארפסט עס נישט
ביי ענדרויט ווען די עפענסט א עפפ בלייבט ער לויפען און די בעקראנד אפי' עס קיקט דיר אויס ווי די האסט דאס פארמאכט
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 3:00 pm
דורך שוטה
דערציילער האט געשריבן:לעצטנס האלט איך פארמאכט אלעס (Bluetooth 4G GPS Wi-Fi) און מיין בעטערי האלט זיך כמעט א גאנצן טאג.
וכך אני נוהג.
עפעס איז אויך דא א יש אומרים אז מ'דארף קאנדישנען די בעטערי, דאס הייסט אז מ'לאזט עס דרעינען אינגאנצען און דערנאך ריטארזשען אינגאנצען וחוזר חלילה פאר אפאר טעג.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 07, 2012 10:06 pm
דורך שוטה
מוז איך אודאי מזכה זיין דעם עולם דא מיט א app וואס כ'האב היינט אינסטאלד צו פארלענגערען בעטערי לייף דורך אויסלעשן די אינטערנעט קאנעקשען ווען די סקרין איז צוגעמאכט [עס טשעקט פאר אימעיל'ס יעדע 15 מינוט אדער האלבע שעה].
עס הייסט JuiceDefender, מיין פאון [איווא] איז שוין אויסגעפלאגט איבער אכט שעה און עס האט נאך 44 פראצענט פונעם [געהעריגן] בעטערי, וואס בימים בחורבנם - דארף איך ענק נישט זאגן - האט עס געהאלטן געציילטע שעות.
https://play.google.com/store/apps/deta ... nder&hl=en
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 08, 2012 12:04 am
דורך ווילוויסן