בלאט 1 פון 1

וויאזוי פאררעכט מען אן איווא 3D ווען דער רוטן געלונגט נישט

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 8:27 pm
דורך ווער בין איך?
איך האב פראבירט צו רוטן מיין איווא טרי די (טאקע א שכוח פאר מומחה עצום פאר'ן מיר פראבירן צו העלפן מיט דעם).

נאכדעם וואס ס'איז נישט געלונגען (נאך צוויי מאל פראבירן) האב איך עס געוואלט צוריקמאכן געהעריג, און איך האב זיך אסאך ארומגעשפילט דערמיט ביז איך האב בטעות אויסגעמעקט אלע פיילס און פאלדערס פונעם ענדרויד (בשעת עס איז געוועהן קאנעקטעד צום קאמפיוטער).

יעצט מאכט זיך דער פאון נישט אויף, ער בלייבט שטיין ביי די סקרין וואס שטייט HTC אין גרינע אותיות.

איז דא עפעס וואס איך קען טוהן עס צו פיקסן? איז מיין פאון דערנאך?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 8:33 pm
דורך שמערי בערי
גיי צוריק צו ב"ב...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 8:43 pm
דורך ווער בין איך?
שמערי בערי האט געשריבן:גיי צוריק צו ב"ב...


איך רעד ערנסט דא, איך דארף הילף (איך האב נאך מיין ב"ב אויך בד"וו)

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 10:16 pm
דורך farshlufen
רב ווער בין איך, איר ברויכט לכאורה פראוואדירן אביסעלע מער אינפא, וועלן די מומחים צווישן אונז אייךקענען העלפן בעז"ה.

פרובירט א זוך טאן אויף xda, דאכציך אז אייער פאון איז נאכנישט bricked, די פראגע איז נאר פארוואס בלייבט ער שטעקן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 10:18 pm
דורך farshlufen
איז נישט פארהאן קיין אריגינעלע ראם וואס מ'קאן פלעשן און אנהויבן פון דאסניי?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 10:22 pm
דורך farshlufen
דאס האב איך געפונען:
http://androidforums.com/evo-4g-all-thi ... m-how.html

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 10:25 pm
דורך שטארק זיך
ווער ביניך, האסטו מיר דערשראקן... ערענסט.
ווען איך הער די ווערטער פון מענטשן, רעדן זיי געווענליך נישט פון טעלעפאנ׳ס...

עניוועי, איך האף דו ביסט מצליח צו רעקאווערן די דעמעדזש..

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 17, 2012 7:07 am
דורך פארשריבן
שטארק זיך האט געשריבן:ווער ביניך, האסטו מיר דערשראקן... ערענסט.

עניוועי, איך האף דו ביסט מצליח צו רעקאווערן די דעמעדזש..

איך קאן אייך נישט ארויסהעלפן פיזיש, דערפאר בלייבט מיר בלויז איבער צו וואונטשן: "אסאך הצלחה".

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 10:12 am
דורך ווער בין איך?
א גרויסן יישר כח פאר מומחה עצום פאר'ן אוועקגעבן שעות אויף שעות אין גוגל טאלק מיר צו העלפן!! איי רילי עפרישיעט איט! (ס'נאך נישט געפיקסט אבער איך האף עס נאך צו קענען פיקסן.

וואלט איינער אפשר געוואוסט אויב מיין וואראנטי איז דערנאך אויב האב איך עס געטרייט צו רוטן?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 7:21 pm
דורך ריק פערי
פעקטערי ריסעט וועט העלפן?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 7:27 pm
דורך farshlufen
ווער בין איך, געווענליך ווען מ'פלעשט דעם סטאק ראם קאן די קאמפעני נישט וויסן וואס אויפן פאון איז אריבער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 4:32 pm
דורך ווער בין איך?
איך האב געהאט אין פלאן אפצושרייבן א לאנגע תגובה אלס א יישר כח פאר מומחה עצום פאר'ן אוועקגעבן שעות אויף שעות מיר ארויסצוהעלפן מיט מיין ענדרויד. נאר אזויווי איך פאר באלד קיין ארה"ק בין איך אביסעלע פארנומען, האף איך אי"ה אפצושרייבן א שיינעם יישר כח ווען איך קום צוריק.

איך וויל נאר מודיע זיין אז מיין ענדרויד איז געווארן פארראכטן נעכטן פיר אזייגער פארטאגס טאקע מיט די הילף פון מומחה עצום!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 4:53 pm
דורך מאשקע
וואס הייסט פארראכטן? דו האסט אלע דיינע זאכן ווי בעפאר? האסט געדארפט ריאינסטאלן דיינע פראגרעמס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 5:24 pm
דורך מומחה עצום
איז אזוי האט מען פאראכטן די איווא 3D: דא איז א פארום פון XDA וואס שרייבט פונקטליכע אינסטראקשנס וויאזוי צו פלעשן א Stock ROM אויב מען זעצט אן, די Stock ROM קען מען טרעפן דא.
האפענטליך וועט עס קיינער מער נישט דארפן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 5:29 pm
דורך מאשקע
לויט ווי איך פארשטייט מיינט דאס אז זיין טעלעפאן גייט צוריק צו סטאק? און ער פארלירט אלע פראגראמס און סעטינגס וכדומה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 5:36 pm
דורך farshlufen
מומחה עצום האט געשריבן:איז אזוי האט מען פאראכטן די איווא 3D: דא איז א פארום פון XDA וואס שרייבט פונקטליכע אינסטראקשנס וויאזוי צו פלעשן א Stock ROM אויב מען זעצט אן, די Stock ROM קען מען טרעפן דא.
האפענטליך וועט עס קיינער מער נישט דארפן.

הוא אשר דברתי, ב"ה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 5:45 pm
דורך מומחה עצום
ניין די מעשה איז אז נאכן פרובירן צו רוטן מיט Revolutionary האט זיך די OS נישט אנגעצינדן, דעריבער האט מען גע'פלעשט א Stock ROM און אלעס איז צוריק צום אלטן. די סעטינגס האט ער שוין פארלוירן ביים רוטן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 5:46 pm
דורך מאשקע
און איך האב געמיינט אז ביים רוטען פארלירט מען גארנישט. קוקט אויס אז ס'ווענדט זיך וועלכע פאון אדער וועלכע מין רוט וכו'.

עניוועי, ברוך המחזיר פאון לבעלי'.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 5:50 pm
דורך leiby
מאשקע כ'האב דיר שוין געוויזן, סווענד זיך אין די קאמפעני.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 5:58 pm
דורך מאשקע
יא איך דערמאן מיך, איך געדענק שוין נישט וועלכע ענדרויד דו האסט מיר געוויזן דעמאלטס.