בלאט 1 פון 1
קויפן א טעבלעט - און אלעס ארום
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 9:56 am
דורך aperlscript
א גוטן,
פיינעלי וויל איך מיר איינהאנדלען א טעבלעט באט אייגאט נאו גלו אין אר אראונד
קודם וועלכע פון די צווי זאל איך נעמען??
Motorola Xoom אדער
Asus EEE Pad ??
יעצט וואס זענען די מעלות אדער חסרונות??
יעצט אפאר גרינע פראגעס..
עס האט א USB דרייוו? ווי שווער וועט דאס זיין זיך צוצוגעוואוינען פאר איינעם וואס איז דבוק אין וואונדאוס?
לגבי א טעבלעט איז 1GB שנעל?? מעינלי וועט דאס באנוצט ווערן פארן אינטערנעט/היים באנוץ
צו קומט דאס אדער האט דאס מייקראסאפט אדער עלטערנעטיוו פראדוקטס?
איך באזוץ א ספרינט דעטע קארטל מיט א USB פארט, איז דאס קאמפעטיבל מיטן טעבלעט?
איך וועל זייער דאנקבאר זיין פאר איינער וואס קען מיר ארויסהעלפען אין די ענינים
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 11:37 am
דורך בלעקבערי פען
90 פערסענט שאר אז עס גייט נישט ארבעטען מיט די קארטעל
איך וואלט דיר געראטען פאר דיין טובה וועגען צו נעמען די פלעי באק
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 12:07 pm
דורך aperlscript
אין מיט די פלעי באק ארבעט עס יא?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 12:13 pm
דורך ריק פערי
וועגן די יו.עס.בי. קארטל קאל אן ספרינט און פרעג, ספרינט האט (3g/4g),קארטלעך פאר טעבלעטס ,וועגן טעבלעטס די עסאס אי.אי. אי. איז די בעסטע טעבלעט אויף די מארקעט יעצט, מיט דעם אלעם איז עס ביליגער ווי די אנדערע טעבלעטס, קענסט אויך צוקויפן א קיבאורד און דאס ווערט זייער גרינג צו טייפן, פאר דיין באקוועמליכקייט און צו וויסן מער פיטשערס קוק רעוויוס אויף יוטוב.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 12:16 pm
דורך בלעקבערי פען
ניין
אבער אויב האסטו א בלעק בערי קען מען דאס ניצען דוירעך א ספעציעלע פראגראם וואס זיי האבען געמאכט דערפאר
אבער די קענסט אייינטוישען דיין יו עס בי פארט פאר א מיי פיי (דאס גיט ארויס ווי פיי וואס קען מען ניצען מיט יעדע פראדאקט וואס קען זיך מדבק זיין צו וויי פיי
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 12:56 pm
דורך מומחה עצום
דער Asus Eee Pad איז בלי שום ספק דער בעסערער אויסוואל פון די צוויי
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 1:03 pm
דורך derech eretz
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 2:22 pm
דורך aperlscript
יישכ''ח פאר גאנצן עולם
איך האב אויך מער רילייעט אויף די עסאס איך האב פון זיי א נעטבוק זיי גיבן זייער גוטע סערוויס
ספרינט זאגט אז איך מוז סוויטשן מיין דעטע פלען איך צאל יעצט 15.99 אין זיי זאגן אז ברויך האבן די פון 19.99 אין קויפן א 3G/4G קארטל איינער ווייסט א אלטערנטיוו אדער דאס איז די פראסעס??
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 2:33 pm
דורך בלעקבערי פען
אבער אויב האסטו געהאט ביז יעצט אנלימיטעד גייסטו דאס פאלירען
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 3:05 pm
דורך מר. קליען
לענ"ד פאר היים באניץ איז א קליינע נעטבוק נאך בעסער און ביליגער
וואס איז די מעלה פון א טעבלעט אויב נישט on the go
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 4:51 pm
דורך aperlscript
מר. קליען האט געשריבן:לענ"ד פאר היים באניץ איז א קליינע נעטבוק נאך בעסער און ביליגער
וואס איז די מעלה פון א טעבלעט אויב נישט on the go
האסט א פוינט,
וואס זאגט איר צו דעם??
Asus EEE PC T101MT
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 6:29 pm
דורך שוטה
א usb מאדעם וועט נישט ארבעטן, ס׳מוז זיין א וויי פיי האט ספאט.
פארוואס זאלסטו נישט צו ווארטן אויף איהם
http://eee.asus.com/en/eeepad/transform ... e/features ?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 7:53 pm
דורך ריק פערי
בלעקבערי פען האט געשריבן:אבער אויב האסטו געהאט ביז יעצט אנלימיטעד גייסטו דאס פאלירען
אבער די גייסט באקומען 4g, סאו ס'ווענד זיך וויפיל די ווילסט נוצן.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 10:37 pm
דורך זייער נייגעריג
פרעג דיטעילד קען איך דיר ענטפערן,
איך האב דעם זאאם און ס'איז גאנץ פיין, אויפן Asus האב איך שוין געהערט פון אסאך פלעצער גאר גוטע זאכן, אפילו אז ס'שטייגט איבער די אייפעד, ווי אויך איז ער דינער, לענגערע בעטערי,
איבער דיין ספרינט שטיקל, כ'האב אויך די זעלבע זאך הגם איך נוץ עס ווייניג, אבער עס צו מאכן פאר א האטספאט ניץ איך
דאסוואס נאך ווילסטו וויסן.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 12:02 am
דורך געלעגער
טויש ביטע די קעפל צו "און" אלעס ארום.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 12:17 am
דורך בלעקבערי פען
ריק פערי האט געשריבן:בלעקבערי פען האט געשריבן:אבער אויב האסטו געהאט ביז יעצט אנלימיטעד גייסטו דאס פאלירען
אבער די גייסט באקומען 4g, סאו ס'ווענד זיך וויפיל די ווילסט נוצן.
איך ווייס וואס איך רעד
זיי אפערען מער נישט קיין אנלימיטעד זיי זיכען ווי זיי קענען אפצוהאקען פאר ווער עס האט עס שוין
סא ווען מען מאכט סיי וואס פאר א טויש געבען זיי מער נישט אנלימיטעד
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 1:26 am
דורך שוועמל
ווערייזאן איז פונקט אזוי, זיי האקן אונטער די אנלימיטעד פיסלעך פאר אלע אלטע.
גראדע יעצט פאר האלידעי גיבן זיי 4 גב אנשטאט 2 גב.