בלאט 2 פון 6

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:32 pm
דורך ?אפשרטאקע
"hebdate" איז א מורא'דיגע געשמאקע עפפ, מ'קען זען די אידישע חדשים, פרשיות, זמנים, ווי אויך די גוי'שע חדשים, ווען מ'לייגט אריין א איווענט סעיווט זיך עס אויך אויף גוגל קאלענדער

געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2014 4:57 pm
דורך יוראפ
פאטאקי08 האט געשריבן:http://luach.ontimedatasolutions.com

גרויסן דאנק הער פאטאקי [פון יארע 8] בשם די פילע אידן וואס כ'האב שוין מהנה געווען מיט די תוצאות פונעם לוח

געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2014 5:00 pm
דורך יוראפ
פארגעסן צו באדאנקן פארן חשובן הער פאר די עקסטערע צייט וואס ער האט אוועקגעגעבן פאר'ן לוח לויט אונזער פארלאנג

געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2014 6:28 pm
דורך פאטאקי08
יישר פאר די פידבעק

געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2014 8:43 am
דורך ולא מיין
האביך דעם עפפ א שטיקל צייט, און יעצט ווען איך וויל רוקן למשל צוריק קיין תשרי, זאגט ער אז איך קען נישט צוריקגיין נאר איין חודש, ווייל די ווערזשען האט עקספייערט. וואו קען איך עס אפדעיטן?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2014 8:46 am
דורך קנאפער ידען
ולא מיין האט געשריבן:האביך דעם עפפ א שטיקל צייט, און יעצט ווען איך וויל רוקן למשל צוריק קיין תשרי, זאגט ער אז איך קען נישט צוריקגיין נאר איין חודש, ווייל די ווערזשען האט עקספייערט. וואו קען איך עס אפדעיטן?

וועלכע עפפ? HebDate קענסטו דאך אפדעיטן אינעם פלעי-סטאר.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2014 9:05 am
דורך ולא מיין
אין פלעי סטאר קומט ארויף צויי אפשאנ'ס "אפען" אדער "אנאינסטאל".

געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2014 9:07 am
דורך קנאפער ידען
ולא מיין האט געשריבן:אין פלעי סטאר קומט ארויף צויי אפשאנ'ס "אפען" אדער "אנאינסטאל".

דאן אנאינסטאל עס און ריאינסטאל.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2014 9:25 am
דורך ולא מיין
פרובירט ולא הועיל

געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2014 9:29 am
דורך קנאפער ידען
ולא מיין האט געשריבן:פרובירט ולא הועיל

וועלכע ווערסיע פונעם עפפ האסטו?
איך האב ווערסיע 3.40 און עס ארבעט גוט.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2014 10:39 am
דורך ולא מיין
איך האב די זעלבע 3.40

געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:42 pm
דורך קנאפער ידען
ולא מיין האט געשריבן:איך האב די זעלבע 3.40

אוטש.... יעצט איז עס געשען ביי מיר אויכעט.

האמיר געשיקט א דעפעשע צום דעוועלאפער, לאמיר האפן אז ער וועט ענפערן.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2014 7:15 pm
דורך קנאפער ידען
יעצט איז געקומען א מעלדונג דורך גוגל אז עס איז שוין עוועליבעל דער אפדעיט, ווערסיע 3.41 אינעם שפיל-געשעפט.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 1:12 pm
דורך בערקא
איז דא א וועג צו מאכן א רימיינדער וואס זאל ריפיעטן אינעם אידישן יארטאג, למשל א יארצייט, אידישע געבורטסטאג, וכו'?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 1:26 pm
דורך מאנ-יימער
יא, קוק ביי די אפציעס בשעת'ן אריינלייגן די איווענט אינעם קאלענדער.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 3:35 pm
דורך בערקא
טענקס מאנעלע

איך האב געקוקט זעה איך אז עס איז אין BETE

כ'מיין אז לעצטע מאל וואס איך האב געקוקט איז עס נישט געווען

------
יעצט האב איך נאך א שאלה, איז דא א וועג דאס צו טוהן פון א PC אויכעט?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 4:05 pm
דורך מאנ-יימער
דו רעדסט פון די קאלענדער HebDate? כ'מיין זיי האבן עס נאר אויפן טעלעפאון, אבער בדרך כלל יעדע קאלענדער וואס מ'קען אריינלייגן איווענטס קען מען אנשטעלן אז ס'זאל ריפיטן וועכענטליך, חודש'ליך אדער יערליך.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 4:24 pm
דורך בערקא
ס'ווייסעך

די שאלה איז, איך האב די HEBDATE אויף מיין טאבלעט, אבער איך וויל אריינלייגן עטליכע רימיינדערס וואס זאלן ריפיעטן יערליך אויפן אידישן דאטום, און אזוי ווי אויפן טאבלעט האבעך נישט קיין קי באורד, וויל איך עס ענטערן פון מיין PC

פארשטאנטא

געשריבן: זונטאג יוני 18, 2017 5:20 pm
דורך פאטאקי08
http://www.jewishluach.com/dtpicker.html

רבותי
איך האב צוגעלייגט די פרשיות פון יאר תרס"ג ביז יאר תתל"ג
שגיאות מי יבין
איך וויל דא אפפערען פאר ווער עס וועט מיר צו-ווייזן א גרייז וועל איך באצאלן דערפאר

ווי אויך ווארט איך צו הערן הערות וויאזוי עס צו פארבעסערן וכדומה
א דאנק

געשריבן: זונטאג יוני 18, 2017 10:14 pm
דורך יוראפ
WOW ממש א צאָדיק!

געשריבן: זונטאג יוני 18, 2017 10:33 pm
דורך קנאפער ידען
פאטאקי08 האט געשריבן:http://www.jewishluach.com/dtpicker.html

רבותי
איך האב צוגעלייגט די פרשיות פון יאר תרס"ג ביז יאר תתל"ג
שגיאות מי יבין
איך וויל דא אפפערען פאר ווער עס וועט מיר צו-ווייזן א גרייז וועל איך באצאלן דערפאר

ווי אויך ווארט איך צו הערן הערות וויאזוי עס צו פארבעסערן וכדומה
א דאנק

נישט קיין שגיעה, אבער צוויי שיפורים אויב שייך.

קודם דארפסטו מאכן אז ווען מען דריקט שאו קאלענדער און מען דריקט אוועק ערגעץ אנדערש אינעם פעידזש זאל דער קאלענדער זיך פארמאכן און מען זאל נישט זיין געצווינגען צו פיקן א דעיט.

אויך וואלט געווען גוט אז אינעם לאנג דעיט פיעלד זאל מען אויך קענען עדיטן מעניולי (אזויווי ביי "סעלעקטעד דעיט") און ביים דריקן ענטער זאל דאס ווערן א ריווערס לאאקאפ און דער דאטום זאל ארויפקומען אונטן און דער סעלעקטעד גוישע דעיט זאל ווערן געטוישט.

געשריבן: מאנטאג יוני 19, 2017 12:22 pm
דורך פאטאקי08
קודם א ישר כח פאר די הערות
קנאפער ידען האט געשריבן:נישט קיין שגיעה, אבער צוויי שיפורים אויב שייך.

קודם דארפסטו מאכן אז ווען מען דריקט שאו קאלענדער און מען דריקט אוועק ערגעץ אנדערש אינעם פעידזש זאל דער קאלענדער זיך פארמאכן און מען זאל נישט זיין געצווינגען צו פיקן א דעיט.

האמיר דאס צוגעלייגט
פרובירטס עס ביטע אויס, נישט פארגעסן צו ריסעטן די קעש דורך דריקן ctrl+F5
http://www.jewishluach.com/dtpicker.html

קנאפער ידען האט געשריבן:אויך וואלט געווען גוט אז אינעם לאנג דעיט פיעלד זאל מען אויך קענען עדיטן מעניולי (אזויווי ביי "סעלעקטעד דעיט") און ביים דריקן ענטער זאל דאס ווערן א ריווערס לאאקאפ און דער דאטום זאל ארויפקומען אונטן און דער סעלעקטעד גוישע דעיט זאל ווערן געטוישט.

ווי איר זעהט איז דא א טעיבל פון 4 קעסטלעך אונטער די סעלעקטעד דעיט, וואס ברענגט די קעלענדער צוריק נאך וואס מען קלויבט אויס א דאטום

1. די טאג אין חודש און יאר אין לשה"ק
2. די טאג און וואך לויט די פרשה
3. די טאג אין חודש און יאר אין לשה"ק אין ענגלישע אלפאבע"ט
4. די טאג אין חודש יאר און וואך למספרם

נ.ב. די גאנצע מטרה פון די סייט איז אז עני דעוועלאפער זאל קענען ארויף שטעלן אויף זיין וועב סייט די באטטאן צו ווייזן די קאלענדער און מיט די קאוד בעהיינד קען ער טוהן מיט די פיר זאכן וואס ער ברענגט צוריק כרצונו

איצט לאמיך נאר קלאר מאכן וואס איר מיינט צוזאגן, די לאנג דעיט פיעלד איז א צוזאמשטעל פון די ערשטע דריי צוגעלייגט א "-" דעש בלע"ז אלס א דעלימיטער, סאו איר מיינט צוזאגן אז אויב איינער וועט טוישן די לאנג פיעלד זאל ער צוריק צוזאמשטעלן די עצם לאנג פיעלד דורך עס צוקלאפן אין דריי אין דערנאך אויף איינע פון די אופנים זאל ער אויפזוכן דעם דאטום
(באמת קען איך פארשטיין אז איינער זאל טוישן למשל נאר איין אות, אנשטאט תשע"ז וועט ער טוישן צו תשפ"ז)
ריכטיג?

געשריבן: מאנטאג יוני 19, 2017 2:01 pm
דורך חכם ממה נשתנה
קודם א גרויסע ישר כח פארן גוטן לוח , נאר געוואלט זאָגן אז אפשר לייגט מען צו אביסל מער שטעט זמנים

געשריבן: מאנטאג יוני 19, 2017 2:18 pm
דורך פאטאקי08
חכם ממה נשתנה האט געשריבן:קודם א גרויסע ישר כח פארן גוטן לוח , נאר געוואלט זאָגן אז אפשר לייגט מען צו אביסל מער שטעט זמנים

ליסטע פון שטעט?

געשריבן: מאנטאג יוני 19, 2017 5:22 pm
דורך פאטאקי08
איינער אין אישי האט געשריבן:קעפל: אידישע לוח

פאטאקי08 האט געשריבן:
חכם ממה נשתנה האט געשריבן:קודם א גרויסע ישר כח פארן גוטן לוח , נאר געוואלט זאָגן אז אפשר לייגט מען צו אביסל מער שטעט זמנים

ליסטע פון שטעט?


מאנסי, לעיקוואד, מאנטיסעלא ועוד...

צו האבן א דראפדאון מיט מערערע אפשענס און מען דארף אויפזוכן די ריכטיגע שטאט איז נישט אזוי פראקטיש
אבער דער אמת איז אז איך וויל זייער שוין לאנג איבערמאכן די גאנצע לעיאוט און צולייגן א שיינעם דעזיין, איך האב פשוט נישט קיין איידיע ווי, וואס, ווען, אויב קען מיר עמיצער געבן א שיינעם סקעטש וויאזוי אלעס זאל אויסקוקן און קלאפן וועל איך זייער דאנקבאר זיין, און אפשר וועל איך קענען מטיב זיין אויך...