בלאט 1 פון 1

ניי אין גוגל: גוגל גאגגלס

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 26, 2011 10:13 pm
דורך שוועמל
מען דארף שוין נישט טייפן און אויך נישט רעדן (וואויס סירטש), היינט קען מען אלעס זוכן און טרעפן מיט בלויז כאפן א בילד.

ווילסט וויסן אינפארמאציע איבער א פראדוקט, א פלאץ, א מענטש, אדער אפילו טרענסלעיטן שפראכן, עפן אויף GOOGLE GOGGLES אויף דיין ענדרויד און כאפ די בילד און עס שפייט דיר צוריק אלע רעזולטס איבער דעם בילד.
http://www.google.com/mobile/goggles/#text

אויך קענסטו נוצן QR CODES אנשטאט א לינק. ווען די סקענסט די קאוד קומסטו גלייך אן צו די URL וואס ליגט אין דעם קאוד.
דאס הייבט אן ווערן מער און מער צעשפרייט אויף פלייערס און פרינט-אדווערטייזמענטס וואס אנשטאט ברויכן טייפן די אדרעס קען מען סקענען די QR קאוד און קומסט גלייך אן צו יענע פעיזש.
נאך א מעלה איז אז דאס ערלויבט צו טרעקן די פערפארמענס פון אזוינע קאמפיינס וויבאלד אנאליטיקס טולס כאפן דאס אויף, למשל גוגל אנאליטיקס.

בילד

דא קענסטו גענערעיטן נייע קאודס פאר וועלכע לינק דו ווילסט נאר http://qrcode.kaywa.com/

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 27, 2011 12:31 pm
דורך משיח
מען קען עס אויך סקענען מיט א בלעק בערי.
איך נוץ ScanLife