בלאט 1 פון 1

רוטן א ענדרויד

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 8:45 pm
דורך סאדע_באטל
וועלכע עפפס איז גוט צו נוצן צו רוטן א פאון ?

z4root האט א מעלה אז מען קען מאכן סיי א טעמפארערי רוט און סיי א געהעריגע רוט. און אפילו ביי א געהעריגע רוט, איז דא א וועג תשובה צו טון, און מען קען מאכן אויס מיט די רוט. (טעמפארערי רוט מיינט אז ווען מען לעשט אויס די פאון ווערט עס אויס גערוטעד).

מיין שאלה איז יעצט, א HTC פאון קען מען נישט רוטן פערמאנענט ? נאר טעמפארערי רוט ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 12:45 pm
דורך אךשמח
איך קען זיך קיין סאך נישט אויס מיט דעם ווארט 'רוטעד' פאונס, נאר אזויפיל ווייס איך אז עס עפנט אויף דעם פאון צו טון דערמיט מער וויפיל מען וואלט געקענט אן עס 'רוטן', אבער דאס ברענגט מיט פראבלעמען.

דאס וואס איך ווייס. איך וואלט זיך געפרייט צו הערן מער איבער דעם עסק. שקויך מיסטער סאדע באטל. און אפשר דערנאך וועל איך דיר קענען ארויסהעלפן מיט דיינע פראגעס...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 1:23 pm
דורך farshlufen
ר' סעדי', xda forums האסטו שוין אמאל באזוכט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 4:12 pm
דורך סאדע_באטל
אך, א רוטעד פאון זעהט נישט אויס קיין כי הוא זה אנדערש ווי א נישט גערוטעד פאון,

הוא אשר דיברתי, אז די מעלה פון Z4ROOT איז אז מען קען אייביג חוזר בתשובה זיין, ווען עס פאנגט אן מאכן פראבלעמען.

---

איך האב שוין עטליכע מאל באזוכט די פארומס. עס איז אבער אינו דומה ווען א ברודער זאגט דיר, כך עשיתי ונושעתי... הבטחתי לפרסם...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 5:42 pm
דורך farshlufen
א רוטעד פאון קאן מען געווענליך צוריקדרייען מיטן אריגענעלן ראם, די פראבלעם איז נאר אויב מ'בריקט עס.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 13, 2011 3:57 pm
דורך Hershela
וואס איז דאס בריקען אן ענדרויד?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 10:24 am
דורך אךשמח
די נייע GINGERBREAD פאונס קען מען נישט רוטן.

עכ"פ מיין איווא קען מען נישט רוטן :(

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 4:58 pm
דורך סאדע_באטל
מען קען יא רוטן די נייע GINGERBREAD פאונס.

מען קען רוטן אן איווא אויך....

איך קען דיר שיקן א לינק וואו מען איז מסביר וויאזוי עס צו טוהן. איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס מען דארף טון, אדרבה אויב פארשטייסטו דערצו. שיק איך דיר די לינק, און לאמיר רוטן די פאונס....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 7:10 pm
דורך מומחה עצום
סאדע וואס צעגערסטו...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 8:36 pm
דורך farshlufen
Hershela האט געשריבן:וואס איז דאס בריקען אן ענדרויד?

בריקן, רופט מען ווען עס ווערט א קלאץ א גולם א בחינ פון א ציגל, ד"ה דער מוח פון פאון ווערט געדעמעזשט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 12:58 am
דורך ד. פריעדמאן
איך דריי זיך שוין ארום א לענגערע צייט מיט אן ענדרויד, ( איוואו ) און איך האב שוין אפאר מאל געטראכט צו רוטן, אבער ליינענדיג וועגן די פראבלעמען וואס עס ברענגט, האב איך זיך אלס אפגעהאלטן דערפון, אדרבה,אפשר קען איינער מאכן א קלארן סך הכל מיט די מעלות און חסרונות וואס עס ברענגט ווי אויך ווען ווי און וויאזוי מען קען דאס מאכן? ישר כח פון פאראויס

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 1:15 am
דורך מומחה עצום
איין מעלה איז אז מ'קען מאכן אויטאמאטישע בעקאפס מיט Titanium Backup
ווי אויך קען מען טוישן די Boot Animation, און נאך אסאך מער...

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 1:50 am
דורך ד. פריעדמאן
און וואס איז דאס ''סייענעדזשין'' וואס ווי איך האב געהערט קען דאס נאר לויפן אויף א רוטעד ענדרויד, ווי איך פארשטיי איז עס א סיסטעם אזוי ווי די ארגינעלע htc sense נאר שנעלער און בעסער, עפעס מער פרטים?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 1:58 am
דורך מומחה עצום
CyanogenMod is a free, community built distribution of Android 2.3.x which greatly extends the capabilities of your phone

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 2:09 am
דורך ד. פריעדמאן
א גרויסן שכוח פאר די אינפארמעישאן, איך זיך אבער א לענגערן באריכט, ווי קען איך דאס טרעפן? אידיש פריפערד, א גרויסן שכוח נאכאמאל

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 11, 2011 6:43 am
דורך מומחה עצום
ד. פריעדמאן האט געשריבן:איך דריי זיך שוין ארום א לענגערע צייט מיט אן ענדרויד, ( איוואו ) און איך האב שוין אפאר מאל געטראכט צו רוטן, אבער ליינענדיג וועגן די פראבלעמען וואס עס ברענגט, האב איך זיך אלס אפגעהאלטן דערפון, אדרבה,אפשר קען איינער מאכן א קלארן סך הכל מיט די מעלות און חסרונות וואס עס ברענגט ווי אויך ווען ווי און וויאזוי מען קען דאס מאכן? ישר כח פון פאראויס

כאפ דא א בליק