בלאט 1 פון 1

2 גוגעל טאלק'ס אויפן ענדרויד

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 6:17 pm
דורך ים רויבער
מסתמא רעדט מען שוין ערגעץ דערוועגן איך ווייס נאר נישט ווי
איך וויל וויסען צו מ'קען האבן אויפ'ן ענדרויד מער ווי איין גוגעל טאלק אקאונט?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 8:14 pm
דורך פונקטליך
מיט די אפיציעלע Gtalk עפפ קען מען נישט אבער מ'קען דאונלאודן איינע פון די פילע IM עפפס וואס דארט קען מען האבן 2 אקאונטס.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 8:16 pm
דורך זייער נייגעריג
גראדע אויפן טעבלעט קען מען האבן וויפיל מ'וויל, מסתם וועט עס נאכקומען אין די שפעטערדיגע אפדעיטס אויפן פאון.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 8:19 pm
דורך פונקטליך
כ'מיין אז אויפן ווערייזאן דרויד קען מען שוין אויך

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 8:26 pm
דורך ים רויבער
פונקטליך האט געשריבן:מיט די אפיציעלע Gtalk עפפ קען מען נישט אבער מ'קען דאונלאודן איינע פון די פילע IM עפפס וואס דארט קען מען האבן 2 אקאונטס.

טאמער קענסט מיר געבן א נאמען וועל איך זייער דאנקבאר זיין

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 8:40 pm
דורך פונקטליך
למשל imo beta

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 8:42 pm
דורך סאדע_באטל
נאופס, אויפן ווערייזן דרויד קען מען נישט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 9:03 pm
דורך ים רויבער
יישר כח הרב פונקטליך
ביזדערווייל זעהט ער אויס פיין

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 10:43 pm
דורך שטרויזאק
איך נוץ ebuddy
עס איז זייער גוט. איין זאך, די טשעטס ווערן נישט געסעיווט אין ערגעץ אזוי ווי טאלק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 7:42 am
דורך פונקטליך
ביי ebuddy דארף מען אבער קודם עפענען א אקאונט ביי זיי וואס נישט יעדער האט נערוון און וויל טוהן, משא"כ ביי די אויבנדערמאנטע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 12:37 pm
דורך אךשמח
פונקטליך האט געשריבן:למשל imo beta


איך בין דערפון זייער צופרידן.

מען דארף נישט עפענען ביי זיי קיין עקאונט און מען קען האבן וויפיל גוגל טאלקס, יאהו, א.נ. אפן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 27, 2011 12:57 am
דורך ים רויבער
איינער ווייסט פון א עפפ ווי די טשעטס ווערן יא געסעיווט?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 01, 2011 9:31 pm
דורך אךשמח
ים רויבער האט געשריבן:איינער ווייסט פון א עפפ ווי די טשעטס ווערן יא געסעיווט?

גוגל סעיווד דיינע טשעטס אפילו ווען מ'באנוצט זיך דורך אנדערע עפפס. פארשטייט זיך אויב ס'איז אנגעשטעלט אז זיי סעיווען דיין היסטארי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 6:40 pm
דורך פייווישעל
אייז קריעם סענדוויטש טעלעפאון'ס קען די ארגענילע עפפ האבן מערערע אקאונט'ס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 7:59 pm
דורך זייער נייגעריג
פייווישעל האט געשריבן:אייז קריעם סענדוויטש טעלעפאון'ס קען די ארגענילע עפפ האבן מערערע אקאונט'ס

אה האסט שוין דיין נייע פאון? אלעס איז שוין מסודר?

אלע דזשימעיל אקאונטס ווערן אוטומאטיש אריינגעסיינט ביי גוגל טאלק, כ'מיין אז מ'קען אפילו נישט צולייגן א אקאונט נאר פאר גוגל טאלק, ער ווערט צוגעלייגט צום גאנצן פאון,
מ'דארף עקסטער ארויססיינען אויב וויל מען נישט האבן איינע פון די אקאונטס ביי גוגל טאלק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 10:17 pm
דורך נאר נייעס
+im איז זייער גוט

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 13, 2012 12:59 am
דורך זייער נייגעריג
נאר נייעס האט געשריבן:+im איז זייער גוט

אמאל פלעגן זיי זיין גוט.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 13, 2012 7:22 am
דורך נאר נייעס
וואס איז געשען ???
איך האב נישט קיין ענדרויט מיין בעל בית האט ער איז זייער ציפרידן אויך ווייס איך פון אפאר אנדערע וואס ניצען עס
איך גראדע ניץ עס אויף עפל אין עס איז זייער גוט

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2012 7:48 pm
דורך אךשמח
גארנישט קומט נישט צו צו וואס גוגל גיט דיר אויפן ענדרויד.

איך מוטשע זיך זייער מיט גוגל טאלק אויפן אייפאון, דורך די טורד פארטי עפפס.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2012 8:00 pm
דורך נאר נייעס
אךשמח האט געשריבן:גארנישט קומט נישט צו צו וואס גוגל גיט דיר אויפן ענדרויד.

איך מוטשע זיך זייער מיט גוגל טאלק אויפן אייפאון, דורך די טורד פארטי עפפס.

וואס מוטשע זיך ארום ????
קאנטאק מיר אין אישי אויב די דאפסט הילף

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2012 8:35 pm
דורך אךשמח
נאר נייעס האט געשריבן:
אךשמח האט געשריבן:גארנישט קומט נישט צו צו וואס גוגל גיט דיר אויפן ענדרויד.

איך מוטשע זיך זייער מיט גוגל טאלק אויפן אייפאון, דורך די טורד פארטי עפפס.

וואס מוטשע זיך ארום ????
קאנטאק מיר אין אישי אויב די דאפסט הילף

איך האב דיר אריינגעשלעפט אין דעם אייפאון גוגל טאלק.