בלאט 1 פון 1
אנדרויד אלס האט ספאט און אלעס ארום
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 11:21 pm
דורך סאדע_באטל
זינט מען האט גענומען אלע ענדרויד אשכולות און אריינגעלייגט אין א ספעציעלע ווינקל, איז באפאלן א שטילקייט איבער דעם ווינקל.... עס זעהט אויס ווי דער מלמד האט מעניש געווען אלע ענדרויד באנוצער, און מען לאזט נישט רעדן הויך...
---
צום פינטל. (נישט די ניק, די ניק איז צום פינטעל...)
לאמיר דא אויסשמועסן וויאזוי מען קען נוצן די ענדרויד פאונס אלס א האט ספאט, אלע פראגעס ארום די נושא. און זאלן די מבינים ביטע געבן עצות פאר די פשוטי עם.
1) וועלכע עפפ איז גוט צו נוצן בכלליות אלס די TETHER ?
2) וועלכע עפפ קען מען פארשפארן די ווייפיי אז מען זאל דארפן א קאוד צו באקומען צוטריט דערצו ?
ע"פ עצתו של אחד מהמומחים פה, האב איך דאונלאודעד BARNACLE. די פאון דארף זיין גערוטעד אז עס זאל ארבייטן. עס ארבייט א מחיה, די דאזיגע תגובה ווערט געשריבן מיט די בארנעקל טעטהער.
די שאלה איז וויאזוי לאקט מען די ווייפיי, איך האב פרובירט אליינס ביי די סעטינגס. אנגעצונדן WEP, אויסגעלאשן... געמאכט ASCII, HEX, איך האב נישט קיין אנונג וואס איך האב געטון, WAN LAN, געלאזט ליידיג עס זאל אליינס דעטעקטן.... ואין עונה...
ביטע ווער עס קען מיר ארויסהעלפן מיט קלאר דעטאלירטע אינסטרוקציעס וויאזוי מען גיבט זיך אן עצה.
יישר כח.
דרך אגב, די ספיד טעסט איז עטוואס שנעלער ווי די דעטע קארדס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 1:02 pm
דורך אךשמח
ווי שוין געשריבן ערגעץ אנדערש, בין איך גאר צופרידן פון easytether אבער נוץ עס שוין נישט זינט מיין באליבטער שכן האט מיר געגעבן זיין פין נומער און זיין ווייפיי איז היבש שנעלער ווי 4G פון ספרינט היינט צוטאגס (ליידער).
און דו ווילסט עס צושפארן?
סאדע_באטל האט געשריבן:זינט מען האט גענומען אלע ענדרויד אשכולות און אריינגעלייגט אין א ספעציעלע ווינקל, איז באפאלן א שטילקייט איבער דעם ווינקל.... עס זעהט אויס ווי דער מלמד האט מעניש געווען אלע ענדרויד באנוצער, און מען לאזט נישט רעדן הויך...
איך האב היינט אוועקגעגעבן אביסל צייט אז דער ווינקל זאל נישט איינשלאפן. איך האף מען וועט מיר צוהעלפן..
צופרידן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 2:00 pm
דורך leiby
תירוצים באקומט מען נאכנישט ווייל דער עולם קען זיך נאכנישט אזוי גוט אויס, אין קשיות איז נישט דא וויבאלד ס'איז נישט ווי די בב, ס'האט נישט א פראבלעם ביי יעדע צווייטע ריר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 4:08 pm
דורך סאדע_באטל
הא בהא תליא, היות די 4G ספיד איז שוין נישט אזוי שנעל. איז עס נישט כדי חלוקה, און איך וויל עס פארשפארן...
דו האסט דאך שוין פון דיין שכן.....
---
לייבי, קשיות איז דא, נישט צוליב פראבלעמען, נאר צוליב די אומגעהויערע טעכנעלאגיע וואס מען קען טון דערמיט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 4:14 pm
דורך סאדע_באטל
איז דא א וועג צו טעסטן די ספיד פון 4G אויפן טעלעפאן, דוגמת SPEEDNET ?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 9:04 pm
דורך מומחה עצום
די בעסטע Wireless Tether עפפ איז
Android Wifi Tether עס האט פארשידענע סארט קאנעקשנס און סעטינגס, ווי אויך האט עס אן עקסעס קאנטראל אפציע, דאס הייסט אז מ'דארף עפראוון יעדע כלי וואס וויל זיך קאנעקטן צו די ווייפיי.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 8:32 am
דורך leiby
ס'איז שוין ארויסגעקומען א האטספאט אפפ וואס פעלט נישט אויס צו רוטן, דערווייל ארבעט עס נאכנישט אויף HTC
Foxfi
https://play.google.com/store/apps/details?id=com.foxfi
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 9:48 am
דורך סאדע_באטל
עס ארבייט אויף דרויד מיט דזינדזשערברעד?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 11:41 am
דורך תרגום יונתן
כ'האב שוין
געשריבן דא. כ'האב א דרויד 4, כ'מיין דאס איז דזשינדזשערברעד און איך נוץ FoxFi.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 12:22 pm
דורך אךשמח
סאדע_באטל האט געשריבן:איז דא א וועג צו טעסטן די ספיד פון 4G אויפן טעלעפאן, דוגמת SPEEDNET ?
יא.
וואס איז ספידטעסט.נעט נישט גוט?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 4:54 pm
דורך מומחה עצום
מ'קען נוצן די
FCC ספיד טעסט עפפ אויך.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 12:38 am
דורך און וואס נישט
איינער קען מסביר זיין וואס די נאמבער'ס מיינען, דאס איז מיין test יא גוט נישט גוט ?!
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 12:47 am
דורך שוטה
ס'איז גאר גוט.
mbps איז די ר"ת פון megabits per second, און ס'איז איינגעטיילט אין צוויי: ווי שנעל ס'דאונלאוד אינפארמעישן און ווי שנעל ס'אפלאוד.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 12:59 am
דורך DotCom
ווערייזאן גיט פרי האטספאט פאר טעבלעט קאסטומער'ס, אזוי האפן זיי צו קאנווינסן דעם קאסטומער אז עס לוינט צו מאכן א 2 יאריגן קאנטראקט אויף נאך א מאשין... משא"כ אויף א סעלפאון בעטן זיי יא עקסטערע 20 טאלער ווייל זיי ווייסן אז יעדער דארף סייווי א סעלפאון. לויט געוויסע רומאר'ס גייט זיך אין די קומענדיגע חדשים דעס מעגליך טוישן ווייל ווערייזאן גייט אנפאנגען מיט שעירד דאטא פלענ'ס וואס מיינט אז יעדער וועט קענען נוצן דעטע וויזוי ער וויל נישט קיין חילוק אויף וויפיל דעווייסעס ער האט עס אויסגעשפרייט, האטספאט וועט דעמאלט אויסקומען בחנם פארן סעלפאן אויך.
יעצט ווען די נייע 4g ipad גייט ארויסקומען גייט at&t האבן א פראבלעם דערמיט, ווייל זיי בעטן נאך יא עקסטערע 20 דאלער פאר האטספאט אפילו פאר טעבלעט'ס, און זיי וועלן נישט קענען קאמפיטן מיט דעם אקעגן ווערייזאן, אפגערעדט פון די ספיד איז היינט ווערייזאן 4-5 מאל שנעלער ווי at&t.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 11:19 am
דורך אךשמח
וואס הייסט האטספאט וועט אויסקומען בחנם פארן סעלפאון אויך?
אנלימיטעד?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 1:26 pm
דורך בלעקבערי פען
אנלימיטעד איז א עקסטערע מסכתא
אבער יעצט ערלויבען זיי נישט צו ניצען די האט ספאט נאר אויב די צאלסט עקסטערע נישט קיין חילוק צו די האסט אנלימיטעד צו נישט
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 9:42 pm
דורך DotCom
אךשמח האט געשריבן:וואס הייסט האטספאט וועט אויסקומען בחנם פארן סעלפאון אויך?
אנלימיטעד?
ניין, נאר עני דאטא פלען וואס א מענטש האט וועט ער עס קענען אויסנוצן אויף סיי וועלכע פון זיינע דעווייסעס, פונקט אזוי ווי א מינוט'ס פון א פעמילי פלען קען מען אויסנוצן אויף סיי וועלכע ליין, אזוי וועט זיין אויך מיט דאטא אז נישט יעדער ליין וועט עקסטער מוזן האבן א דאטא פלען, סא איז דא וואס זאגן אז האטספאט וועט אויך ווערן פרי דעמאלט, אבער ס'נאר רומאר'ס, ימים ידברו.