בלאט 1 פון 1
שלעכטע נייעס: טעטערינג ווערט אפגעהאקט פון ענדרויד
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 9:57 pm
דורך אךשמח
איך האב זיך זייער געפרייט נישט דארפנדיג באצאלן א חודשליכע אפצאל צו נוצן היי ספיד אינטערנעט אבער איך האב מורא אז איך קען זיך געזעגענען דעפון..
'איך האב מורא' האב איך געשריבן ווייל צו מזל בין איך אויף ספרינט נעטווארק וואס זיי זענען די איינציגע וואס לאזן עס נאך צו. די אנדערע, ווערייזאן, טי מאביל, און עי טי ענד טי האבן זיך גענומען איבער דעם.
פארט קען מען עס נאך דאונלאודן אינדרויסן פונעם מארקעט, און לכאורה די וואס האבן עס שוין אויפן סעל וועלן עס נאך קענען נוצן, דערווייל..
http://technologizer.com/2011/05/02/fre ... -t-mobile/
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 10:04 pm
דורך לאז געמאכט
they only blocked it on the android? blackberry is not blocked yet?
verizon is claiming that they know if one uses the phone for thetering. no matter which way you use it.
no good news...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 10:14 pm
דורך אךשמח
פון ווי ווייסן זיי?
עס איז מאדנע, ווייל אויסער אויב זיי האבן א שייכות צום עצם פאון זע איך נישט ווי זיי זאלן קענען באמת וויסן, אויסער 'קלעימען'... ווייל זיי לאזן דאך קוקן קליפס, פילמס, טעלעוויזיע רח"ל, און דאס אלעס נוצט גאר אסאך בענדווידט, סאו ווייסעך נישט פון ווי זיי ווייסן וועלכע סארט קאנעקשאן מען נוצט..
איך דערמאן זיך ווי עמיצער האט דא, אין א פארזוך צו שאפן קונים פארן 'קליער' נעטווארק פארקויפט אז ספרינט האט סיי וועלכע פראבלעם מיטן נוצן טעטערינג. דערווייל זעט אויס אז דווקא ספרינט האט נישט קיין פראבלעם דערמיט...
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 10:30 am
דורך ווער בין איך?
איז נישט ספרינט די איינציגסטע וואס מ'קען ביי זיי האבן א אנלימיטעד דעטע פלען?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 04, 2011 8:19 am
דורך ברוך
יעך בין א געפערליכע עם הארץ און די זאכן, למעשה האלט איך שוין ביים צווייטן ענדרויט, אבער אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וואס טעטערינג מיינט?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 04, 2011 9:31 am
דורך יואל ווייס
טיטערינג איז א טעכנאלאגיע זיך צו קאנעקטן צום אינטערנעט פון א קאמפיוטער/לעפטאפ וכדו', דורך דעם סעלפאונ'ס דעטע סערוויס.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 04, 2011 9:41 am
דורך ברוך
האט ספאט בלע"ז?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 04, 2011 9:50 am
דורך פארדינט
ברוך האט געשריבן:האט ספאט בלע"ז?
יא!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 04, 2011 9:56 am
דורך ברוך
איין מינוט! דו דערשרעקסט מיך יעצט.
איך נוץ דעם טאנדער באלד, אלץ מיין ווייערלעס ראוטער פארן לעפ טאפ.
דאס גייט זעך מוזן אויפהערן? דאנט טעל מי.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 04, 2011 11:17 am
דורך אךשמח
בארואיג זיך, ברוך.
אויף דערווייל...
ווערייזאן, לויט ווי זיי האבן מיר געזאגט ביי מיין באזוך אין זייער געשעפט צו באטראכטן דעם נייעם וואונדער מאשין הנקרא טאנדערבאלט, לאזט נאך אז מען זאל עס קאנעקטאן צום לעפטאפ.
איך געדענק נישט אויב דאס קומט אן עקסטערן חודשליכן אפצאל. אדרבה, זאג דו ווי עס ארבעט ביי דיר.
ביי ספרינט איז קלאר אז זיי פארלאנגען א באזונדערע פרייז פארן מאכן דעם סעל פאר א האטספאט. און יא, זיי האבן אנלימיטעד פרי, אבער דאס איז נישט אריינגערעכנט.
וואס עס גייט זיך אפשטעלן, און דערווייל נישט ביי ספרינט, איז א עפפ וואס מאכט אז זאלסט זיך קענען קאנעקטען צום לעפטאפ, און נישט דורך די האטספאט וואס איז צוגישטעלט אינעם פאון זעלבסט.
איך שרייב אין איילעניש, און פרעג איבער אויב נישט פארשטאנען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 04, 2011 1:20 pm
דורך ברוך
ניין איך פארשטיי נישט!
ווען איך האב געהאט דעם ספרינט עפיק האביך קיינמאל נישט פרובירט.
און יעצט ביי ווערייזן האלט איך נאך אינעם ערשטן חודש סאו איך ווייס נישט.
און וואס גייט זיך פונקטלעך יא אפשטעלן, און וואס נישט?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 04, 2011 2:39 pm
דורך סאדע_באטל
ווי איך פארשטיי, גייט זיך אפשטעלן דאס, אז מען זאל קענען מיט א בלויזע עפפ נוצן די נעט פון די פאון פאר א האט ספאט.
אבער דאס וואס די קאמפאני גיבט פאר א עקסטערע אפצאל אז מען זאל עס קענען נוצן פאר א האטספאט, גייט ווייטער אנגיין.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 04, 2011 3:03 pm
דורך שמויגער
???i had the old sprint blackberry curve 8330 & i was able to connect to my laptop now i got the 8530 & they stopped it.... why
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 04, 2011 4:50 pm
דורך arya1
שמויגער האט געשריבן:???i had the old sprint blackberry curve 8330 & i was able to connect to my laptop now i got the 8530 & they stopped it.... why
sprint dont allow to use more they bb as modem what u can do is buy tether berry for 50 $$
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 08, 2011 10:28 pm
דורך פייווישעל
דאאיז איינער מסביר א וועג וויאזוי מקען יא נוצן די HTC EVO פאר פרי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 12:49 pm
דורך אךשמח
arya1 האט געשריבן:שמויגער האט געשריבן:???i had the old sprint blackberry curve 8330 & i was able to connect to my laptop now i got the 8530 & they stopped it.... why
sprint dont allow to use more they bb as modem what u can do is buy tether berry for 50 $$
מאך א זוכעניש אויף גוגל און מען קען דאס באקומען פאר חצי בחנם, אויב לייגסט אריין די פראמאשען קאוד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 02, 2011 11:06 pm
דורך ווינקל
איך ניץ טעטערבערי אויף מיין בלעקטשערי, ספאנסערט דורך ווערייזאן ווייערלעס און ס'ארבעט א מחי', ותשוח"ח להם.
----
מאשקע, כ'פיץ שוין צוריק ארויס... סארי פארן אריינשרייען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 02, 2011 11:54 pm
דורך מאשקע
נו שנעל! וואס טוסטו נאך דא?...
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 03, 2011 9:53 am
דורך ווינקל
וואס מיינסטו, כ'בין שוין לאאאנג נישט דא...