בלאט 1 פון 1

בראוזערס פאר ענדרויד

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 1:29 am
דורך אךשמח
דער וואונדערליכער ענדרויד פאון קומט מיט א בראוזער וואס ווערט גערופן 'סטאק' בראוזער. עס איז א פשוטער בראוזער, קומט נישט מיט קיין ווייסעך וואסערע פיטשעווקעס, אבער פאר געווענליכע באנוצונגען איז עס זייער גוט.

אבער אריינלייגנדיג דעם ווארט browser אינעם ענדרויד מארקעט, באגעגנט מען זיך מיט אן א שיעור בראוזערס, און עס איז באמת שווער צו וויסן די מעלות וואס איינס האט איבערן צווייטן.

איך האב אין מיין איווא אריינגערוקט עטליכע בראוזערס מיט א צייט צוריק און געקלערט אז מיט דער צייט וועל איך זיי אלע אויספרובירן און זען מיט וועלכע איך וועל בלייבן, איך בין צו קיין באשלוס דערווייל נישט געקומען, און מעגליך אז דא בדיבוק חברים וועט מען אביסל אויסקלארן די זאך.

אפגעמאכט וועלכע איז דער אויסדערוועלטער האב איך נישט, אבער רוב זענען בעסער ווי די 'סטאק' בראוזער. וזה החלי.

אפערא מיני איז דא אין ענדרויד און איז פיל בעסער ווי זיין ברידער אינעם בלעקבערי, אבער דא ביים ענדרויד איז אויך דא צו באקומען אפערא מאביל וואס איך האב באמערקט אז עס איז די בעסטע צוגעפאסט צו ליינען דערויף אידיש, ובפרט אויב ליין איך אידיש וואס קומט געפינטלט, וואס ביי 'אלע' אנדערע בראוזער צעריקען זיך די ווערטער און די שורות אבער ביי אפערא מאביל איז עס געהעריג ווי עס ברויך צו זיין. נאך א מעלה האט אפערא מאביל ווי זיין קליינער ברידער אז מען קען זען פלעש ווידעא רח"ל. נאך א מעלה, מען קען עפענען טעבס דערין לאין שיעור, קעגן די סטאק בראוזער צבש וואס לאזט נאר פינף ווינדאוס אפן אויף איינמאל.

עס קומט אבער מיט א גרויסער חסרון וואס עס איז א גאר שווערער פעקל, נעמליך, עס האט ארום 20-30 מ"ב וואס איז טאקע נישט אזוי סאך ביי די ענדרויד פאונס ובפרט וואס מען קען אים אריבערפירן אויף עס די קארטל אבער פארט איז עס פיל מער ווי אפערא מיני צבש וואס איז אונטער איין מב.

איך האב זיך טאקע דערמיט גענומען באנוצן מיט א פעסטקייט, ביז אלל אוו עי סאדען, איז ער געווארן געפרארן, און ער האט זיך נישט געוואלט רוקן, נישט ארויף אראפ אדער פארגרעסערן די אותיות, האב איך עס צוגעמאכט און באמערקט אז איך דארף אים אפדעיטן און דערנאך האט עס ווייטער געארבעט געהעריג, אבער גאנץ שנעל האט עס ווידער געמאכט פראבלעמען האב איך זיך דערפון אביסל אפגעלאזט, און ביני לביני האב איך באמערקט אז דער אפערא מיני איז אויך בעסער געווארן און האט כמעט אלע מעלות וואס איך האב געזוכט אין א בראוזער.

שוין היבש שפעט, לאמיר זיך געבן א שאקל און געבן עטליכע ווערטער פאר נאך געציילטע בראוזערס וואס איז דא.

מאזילע האט גאנץ א גוטער בראוזער און איך האב פארשידענע מעלות געזען ביי זייער בראוזער אויפן ענדרויד, למשל עס סינקט צוזאמען מיטן קאמפיוטער, ס'הייסט אז די היסטאריע, בוקמארקס וכדומה וואס איך האב אויף מאזילע פייערפוקס אויפן קאמפיוטער קען איך האבן אויפן ענדרויד פאון. אויך גלייך איך דעם אפציע פון קאפיען א גאנצער וועבפעידזש אויף א פי די עף פייל וואס קומט גוט צונוץ דא אין קרעטשמע... אבער עס האט צו שווערע חסרונות, דעריבער באנוץ איך זיך כמעט נישט דערמיט. עס נעמט צופיל צייט צו עפענען דעם בראוזער, און אויך געט עס געהאקטע פעידזשעס. קען זיין אז נאר אידיש איז עס אפגעהאקט אין די זייט. ווייסעך נישט, אבער ס'נישט.

דערנאך איז דא עטליכע מינים 'דאלפין' בראוזערס וואס איך האב נאכנישט ארויס געהעריג. אויך איז דא א 'מייראן' בראוזער וואס מאנכע זאגן איז גאר גוט.. גיי ווייס.

נו, ווער עס קען ארויסהעלפן זאל ממשיך זיין.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 1:48 pm
דורך יודע לשאול
די שנעלסטע וואס איך האב געפינען איז boat browser אבער מיט דעם ביסטע גערעכט אז פארן פלעש בלייבט אינזער קליינעם אפערא די בעסטע בד"וו דוילפין איז אויך זייער גיט צי סעווען וועבפעדגעס צים פד"ף

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 2:04 pm
דורך יודע לשאול
נאך א געוואלדיגע מעלה פין boat אז זי האט א share option וואס איך האב נישט געפינען אין קיין איין אנדערע browser

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 4:32 pm
דורך אךשמח
סטאק בראוזער און אפערא מיני און מאביל האבן אזא אפשען.

איינער האט מיר אריינגעשיקט אז xscope איז א געוואלדיגע בראוזער, און מען קען עס קריגן אומזיסט ביי עפפלענעט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 6:32 pm
דורך ים רויבער
skyfire איז היפש גוט פאר שווערע לינקס און ווידיאו'ס

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 8:33 am
דורך זייער נייגעריג
ביים xoom איז אלעס אנדערש, קען זיין וויבאלד די אנדערע בראוזערס זענען נאכנישט אזוי קאמפעטיבל מיטן זאאם אבער די געהעריגע בראוזער איז שנעלער פין אלע בראוזערס, אין ס'האט יעדע אפשען וואס די טרעפסט ביי א אנדערע בראוזער, פלאס אפערע קוקט אויס ספעציעל שלעכט אויפן זאאם

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 11:35 am
דורך אךשמח
סקייפייער האב איך אויך פרובירט און ס'מיר עפעס נישט געפאלן, פלאס זייער אויפטו פון קאפרעסען די ווידעא ארבעט נישט תמיד. ס'בכלל נישט מיין געוועזענע באליבטע סקייפפייער וואס האט מיר געברענגט יו-טוב אויף מיין ווינדאוס מאביל פאון.

זייער נייגעריג,

ברענג אביסל נייעס איבערן זאאם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 12:50 pm
דורך אךשמח
איך באנוץ זיך גאר אסאך מיט אפערא מאביל, אבער לעצטנס אנגעהויבן נוצן אביסקעלע אויך דעם XSCOPE און עס געפעלט מיר. עס זעט אויס צו ארבעטן גאנץ שנעל - אפילו אויף 3G.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 12:55 am
דורך דודל
איך באנוץ מיר מיט אפרא מיני עס ארבעט ב”ה זייער שנעל, יעצט האב איך דאונלוידעט א אפדיעט האט עס אנגעפאנגען צו גיין זייער שטייט, וויאזוי קען איך צוריקגיין צו די אלטע ווערדשן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 12:01 pm
דורך אךשמח
איך האב ארויסגעווארפן אפערא מאביל ווייל עס איז צו א גרויסע פייל און כ'האב נישט פארשטאנען מיט וואס עס איז בעסער ווי אפערא מיני, אויסער אז ס'האט פלעש ווידעא.

איך נוץ שוין אפערא מיני א גאר לאנגע צייט אנע פראבלעמען.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2012 1:45 pm
דורך leiby
זייער א זיסע פלאוטינג בראוזער
https://play.google.com/store/apps/deta ... t.PopupWeb
ס'ווערט אזוי ווי א קליינע ווינדאוי, אזוי ווי אויפן פיסי.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2012 3:00 pm
דורך ריק פערי
אה.. קראום בראוזער איז די בעסט, כאב,שוין פראבירט אלע בראוזערס קראום איז בעסער פון אלע, חוץ.. פלעש, גוגל איז אין מלחמה מיט פלעש כדי זיך צו ריקן צו HTML5 אבער חוץ פון דעם איז ער זייער זייער גוט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2012 7:46 pm
דורך אךשמח
ריק פערי האט געשריבן:אה.. קראום בראוזער איז די בעסט, כאב,שוין פראבירט אלע בראוזערס קראום איז בעסער פון אלע, חוץ.. פלעש, גוגל איז אין מלחמה מיט פלעש כדי זיך צו ריקן צו HTML5 אבער חוץ פון דעם איז ער זייער זייער גוט.

מלחמה מיט פלעש?

גוגל האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט עפל?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2012 9:32 pm
דורך ריק פערי
יא, מלחמה מיט פלעש... גוגל פאריפט זיך די טאטע פון html5, (אויף זשעלי בין קען מען אפיציעל נישט האבן קיין פלעש, מ'קען עס דאונלאודן עקסטער פון ערגעץ אנדערשט די apk ואכ"מ)