בלאט 1 פון 1
טרענספערן פון איין ענדרויד פאון צו א צווייטע
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 10, 2011 12:09 am
דורך סאדע_באטל
איך האב יעצט א ענדרויד פאון. און איך גיי אי"ה די וואך טוישן צו א צווייטע ענדרויד פאון.
מיין שאלה איז, וויאזוי שטעל איך אריבער אלע אינפארמעישן וואס איז דא אויף מיין יעצטיגע פאון צו די נעקסטע פאון ?
קען מען עס באיזה אופן סעיווען צו א SD קארטל ?
די קאנטאקטס און די קאלענדער וועט אויטאמאטיש מיטקומען פון גוגל, אבער אלע פראגרעםס וואס איך האב אויפן פאון, וויל איך נישט פארלירן. וואס איז די עצה דערצו ?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 10, 2011 1:20 am
דורך leiby
זאכן וואס קומען פין די מארקעט גייט מיט, דארפסט עס נאר פריש אינסטאלן, פארשטייצעך דארפסט דארט אריינסיינען מיט די זעלבע אקאונט, די איבריגע וואס די האסט - למשל באקומען פין איינעם - קענסטו לכאורה טרעפן אין איינע פין די פאלדער'ס.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 10, 2011 8:16 am
דורך לאטצי
איך מיין אז נאר די פעיד עפפס גיין מיט די גימעל אקאונטס נישט די פרי מאך זיכער קען זיין אז מיט די נייע עפפ מארקעט אויפן וועב גייט אלעס מיט איך ווייס נישט .. אבער עכ"פ צו זיין אויף די זיכערע זייט גייטס אויפן מארקעט לייגטס אריין backup apps און דאונלאוד איינס וואס עס זעהט אויס גוט .. בד"וו איר קענט אויכט אריבער פירען אזוי אלע SMS threads. א.א.ג. און די. Call logs
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 10, 2011 8:19 am
דורך סאדע_באטל
אין וועלכע פאולדער וועל איך עס טרעפן ? איך דארף קודם עס אריבער רוקן צו אן עקסטערנעל קארטל ? אדער עס איז אלעס געקניפט און געבינדן צו מיין אימעיל אקאונט ?
---
וואס איז מיט די דעטע פון די פאון ווי צב"ש אלע טעקסט מעסעדזשעס, די קאל לאג, וכו' וכו' ? דאס קען מען מיטנעמען ?
אויפן פאלם ז"ל איז געווען א פראגרעם - NVBACKUP - וואס האט געמאכט א בעקאפ צום SD קארד, און ווען מען האט ריסטארד די פאון האט עס צוריקגעברענגט אלעס על מכונו הראשון. די קאל לאג, די טעקסט מעסעדזשעס, די פראגרעמס, די סעטינגס, ממש אלעס אלעס אלעס אזוי ווי עס איז געווען בעפאר.
איך וויל ווען איך באקום די נייע פאון, אריינלייגן א SD קארד, און ער זאל מיר צוריקשטעלן די פאון אקוראט ווי מיין אלטע.
היש דבר כזה ? איז דא אזא זאך פאר ענדרויד ?
---
לאטצי האקט.
שכוח.
דאס וויל איך וויסן, וועלכע בעקאפ פראגרעם טוט די דזשאב גענצליך בשלימות, אנדעם וואס איך זאל מעניועלי דארפן זוכן SMS THREADS, וכו' וכו'
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 10, 2011 9:09 am
דורך לאטצי
פאר call logs and SMS threads האב איך שוין אפאר מאל געניצט יעדע מאל א צווייטע עפפ איך האב נישט געהאט קיין פראבלעמן מיט קיין איינס עס איז געגאנגן זייער גרינג פאר עפפס. האב איך קיינמאל נאכנישט געניצט לכאורה ווי אזוי עס קוקט מיך אויס אז עס ווערט אלע עפפס אויף געשריבן אויפן סד קארד אויףאן apk file און מען דארף נאכדעם יעדע עפפ באזונדער אינסטאלן דורך אן עפפ אינסטאלער וכדומה אבער איך בין נישט זעכער איך האב עס קיינמאל נישט געטרייט לכאורה חוץ אביסל ארבייט וועט עס ארבייטן גוט. מאך זעכער צוליינען די. Comments פאר די דאונלאודס די עפפ .
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 4:19 am
דורך אךשמח
עס איז דא צו באקומען אן עפפ אינעם מארקעט
bump
עס ארבעט ווען מ'שטעלט צוויי פאונס וואס האבן דעם עפפ איינס נעבן צווייטן און אזוי קען מען אריבערפירן סיי וואס מען האט אויפן פאון.
איך האב נארוואס געבעטן א חבר מיינעם עס צו אינסטאלן און כ'וועל עס בקרוב אויספרובירן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 1:52 pm
דורך סאדע_באטל
איך האב שוין געטוישט... את הנעשה אין להשיב.
די איינציגע זאך וואס איז נישט אריין געהעריג איז די טעקסט מעסעדזשעס. איך האב גענוצט. My backup pro און די דעיטס פון די טעקסט מעסעדזשעס איז געווארן אינגאנצן צופארן
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 7:58 am
דורך police
כ'האב מיר איינגעהאנדעלט א דרויד פאון אין כ'וויל טרענספערן די קאנטאקטס און אויב מעגליך אויך די טעקסט מעסידזש פון א ווינדאויס מאביל
קען מיר איינער העלפן?
איז עס בכלל שייך?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 10:33 am
דורך הערליך
די קאנטעקטס איז זייער גרינג, דורעך OUTLOOK
מאך עקספארט, אין דערנאך אימפארט צו גוגל.
לאז מיך וויסן צו דו פארשטייסט וואס איך רעד.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 10:55 pm
דורך police
שכויך הערליך כ'האב געניצט אוטלאק און מייקראסאפט
אקטיוו סונק פון ווינדאס מאביל צו שיקן צו דזשי מעיל ס'האט גענימען גאנצע צוויי מינוט ''שכוך''
פאר טעקסט האב איך געזען אפאר מאיגרעשן פראגרעמס ווייסט איינער וועלכע ס'איז גוט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 12:47 pm
דורך אךשמח
אךשמח האט געשריבן:עס איז דא צו באקומען אן עפפ אינעם מארקעט
bump
עס ארבעט ווען מ'שטעלט צוויי פאונס וואס האבן דעם עפפ איינס נעבן צווייטן און אזוי קען מען אריבערפירן סיי וואס מען האט אויפן פאון.
איך האב נארוואס געבעטן א חבר מיינעם עס צו אינסטאלן און כ'וועל עס בקרוב אויספרובירן.
איך האב עס למעשה נישט פרובירט ווייל גראד נאכן אריינשטעלן דעם תגובה אהער האט מיר איינער גע'גוגל'ט אז ס'נישט ווערד גארנישט.