בלאט 3 פון 6

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 4:20 pm
דורך ים רויבער
די אלטע ווערסיע סופארט נישט קיין אידיש כ'מיין ביז ווערסיע 2.2 ולא עד בכלל

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 4:33 pm
דורך שמן למאור
דאס איז דאך מיין פראגע, איז נישטא עפעס אן אפפ וואס דאונלאוד א נקודה הפנימית ער זאל יא קענען סופארטן אידיש ?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 5:04 pm
דורך ים רויבער
איך האב געהאט די זעלבע פראבלעם ויגעתי ולא מצאתי (געב א קוק די פריערדיגע בלאט ווי איך בעט מיר ווי א גזלן) ביז מיין פאון האט באקומען א אפדעיט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 5:05 pm
דורך שמן למאור
ווי א גזלן ?
ווי א רויבער !

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 5:32 pm
דורך פייוול הנקרא 5'איש
שמן למאור האט געשריבן:ווי א גזלן ?
ווי א רויבער !

"שמן למאור" ווייטער אויל צים פייער

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 01, 2011 2:36 pm
דורך זייער נייגעריג
אינטערסאנט קיינער דערמאנט עס נישטת ס'דא א קיבארד וואס הייסט גא קיבארד, ער סופארט אידיש, קודם איז ער מער ווי אלע אז ער האט סווייפ אויפן אידישן קיבארד, פארשטייצעך אז ער האט נישט אלע ווערטער, מיט דעם איז ער אבער נישט וייניגער ווי אלע אנדערע ווי מולטילינג וכדו' מ'קען אליין צוביסלעך אריינלייגן די אידישע ווערטער,
איינע פון זיינע גרעסטע מעלות, ער איז מורא'דיג שנעל, האט גאר שיינע טיעמס, אייפאון וכדו'
האט נאך אביסל מיט וואס בעסער צו ווערן, זיינע suggestions זענען נישט ממש אזוי גוט ווי די געהעריגע,, פון זיין ענגליש ביי די סעטינגס קען מען אביסל שמייכלן ס'איז א כינעזע קאמפעני, ווי ס'קוקט אויס האבן זיי געניצט גוגל טרענסלעיט..

https://market.android.com/details?id=c ... arch_resul

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 12:13 pm
דורך אךשמח
זייער נייגעריג, א דאנק פארן פארשלאגן דעם גא קיבאורד.

איך האב עס שוין לאנג געזען אבער נישט גענומען ערנסט ווייל ער קומט אויס ארום 6 מב צוזאמען מיט די אידישע אותיות ווס (vs אידיש??) די מאלטילינג וואס איז ערגעץ ווינציגער ווי איין מב. איך האב אבער נישט געוואוסט אז ער האט אויך סווייפ וואס דאס איז שוין א צווייטע מעשה. איך קען שוין היינט נישט נוצן דעם ענגלישן קיבאורד אן סווייפ (בב יוזערס ווייסן נישט וואס מיינט שנעל טייפן אויף א קליינטשיגן סעלפאן...).

למעשה נאך עטליכע טעג נוצן זע איך עטליכע זאכן דערין וואס שטערן מיר.

ערשטנס, זיינע suggestions זענען געפערליך. דהיינו, ווען איך סווייפ א ווארט וועט ער מיר כמעט אלעמאל געבן די נישט ריכטיגע ווארט און איך דארף ארומפארן אויבן און אויפזוכן דעם ווארט וואס איך האב געוואלט. דאס מאכט עס ממש אומנוצבאר. סיי וועלכע קיבאורד פאר סווייפ האט מיר קיינמאל נישט אזוי אנטוישט.

אגב, סליידאיט קיבאורד האט אויך אידישע אותיות און ארבעט אויך מיט סווייפ.

די עצם קיבאורד איז טאקע זייער שנעל און געשמאק, אבער נישט די סווייפ. חבל.

מעגליך אז איך דארף זיך נאך אביסל דערלערנען די סעטינגס??

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 05, 2011 8:42 pm
דורך tell.me.something
שמן למאור האט געשריבן:דאס איז דאך מיין פראגע, איז נישטא עפעס אן אפפ וואס דאונלאוד א נקודה הפנימית ער זאל יא קענען סופארטן אידיש ?

איך האב א חבר מיט א samsung galaxy פון T-mobile. און ער האט די זעלבע פראבלעם. נעמליך די פאון ווערסיע איז 2.1 און ער קען נישט ליינען קיין יודיש. ביי סאפטווער(אדער פירמווער. כגעדענק נישט אויפן מינוט) אפדעיטס שטייט אז זיין פאון איז די לעצטע ווערסיע (כער נישט??) ווען ער איז ארויף צו t-mobile'ס וועבסייט האבן זיי געגעבן דארט אן אפדעיט. אבער למעשה לאזט זיך עס נישט אפדעיטן. עני העלפ? ער האט שוין גערעדט מיט זיי אווער די פאון. אבער זיי האבן אים נישט געקענט העלפן

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 1:44 am
דורך gamyuchad
Any help for android with physical keaboard
its not a touch screen keaboard
Its a hard keaboard
Is hebrew possible?
Please help
Thanx

I now downloaded multiling, I see it works only for my touchscreen keyboard. When I rotate my device
But, when I use hard keaboard I don't see anything for change language to hebrew
Is there anyone with experience on installing hebrew on a hard (physical) keaboard? With great appreciation
Sincerely
Gam yuchad

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 12:32 pm
דורך gamyuchad
ם רויבער
זאלסט זיין געבענטשט
איבעריג צו זאגן אז ער ארבעט
געטון ווי איר האט מיר אאנגעצייגט באישית, דהיינו אינסטאלד עניסאפט פלאס היברו פעקעדש און ס'גייט
יישר כח.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 11, 2012 10:46 pm
דורך בני יששכר
[quote="gamyuchad"]ם רויבער
זאלסט זיין געבענטשט
איבעריג צו זאגן אז ער ארבעט
געטון ווי איר האט מיר אאנגעצייגט באישית, דהיינו אינסטאלד עניסאפט פלאס היברו פעקעדש און ס'גייט
יישר כח.[/quote
אפשר זאגסט מיראויך וויאזוי צידאונלאדן אידיש אויף מיין טעלעפאן איך האב א htc א אלטע
יישר כח

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 11, 2012 11:29 pm
דורך leiby
דאונלאוד איינע פון די אידישע קיבארדס נאכדעם דאונלאוד די היברו פלאג אין פאר יענע קיבארד.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 13, 2012 9:32 am
דורך דערציילער
תכלית, איז דא א עפפ וואס האט אידיש און swype פאר ענגליש ארבעט גוט?
איך האב די EVO 4G

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 1:30 pm
דורך אךשמח
דאונלאוד slideit פונעם מארקעט. און דערנאך דאונלאוד די היברו פלאגאין.

איך האב עס אמאל גענוצט בלויז פאר ענגליש, און געווען זייער צופרידן, אבער ערגעץ האב איך אנגעהויבן נוצן swype און עס בעסער געגליכן, און אויך ווייל היברו האט געקינצעוועט אויף סליידאיט. עטליכע וואכן צוריק האב איך באמערקט אז ס'דא א ספעשל אויף סליידאיט, און קאסט בלויז 99 צענט אנשטאט די 8, 9 דאלער ווי אמאל, האב איך עס געקויפט.

וואס כ'האב אמאל גענוצט איז געווען פון א סייט בחנם און אידיש האט נישט געארבעט מיט סלייד טעכנאלאגיע, אבער קען אויך זיין אז איך האב נישט געוואוסט די גוטע סעטינגס וואס יעצט קען איך זיך בעסער אויס. אלנפאלס, העברעאיש קומט שוין אינסטאלד און אידיש לייג איך כסדר אריין, און גאנץ בקרוב וועל איך קענען סווייפן אידיש אויך, און אלע וואס שרייבן אידיש אויף זייער פאון (וואס איז נישט ענדרויד) וועלן זיך בייסן די ליפן פאר קנאה...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 1:56 pm
דורך פייווישעל
איך שרייבט עס פיו מיין איוואו 4g איך נוץ עני סאפט קיבאורד

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 2:06 pm
דורך אךשמח
פייווישעל, איך פלעג דאס אויך נוצן אמאל, אבער פרוביר אויס סליידאיט, און וועסט מער נישט קענען נוצן עני סאפט קיעבאורד!

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 2:08 pm
דורך פייווישעל
וויאזוי הייסט עס אויף די מארקעט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 2:11 pm
דורך leiby
פייווישעל האט געשריבן:וויאזוי הייסט עס אויף די מארקעט


https://market.android.com/details?id=c ... deit&hl=en

Free
https://market.android.com/details?id=c ... QubGl0ZSJd

Hebrew
https://market.android.com/details?id=c ... IucGFjayJd

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 2:39 pm
דורך bobke
דער תגובה איז געשריבן געווארן פון א Motorola xprt מיט די go keyboard

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 2:43 pm
דורך פייווישעל
שכוח

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 2:44 pm
דורך זייער נייגעריג
די געהעריגע איז נאך די בעסטע מיינעך,
פאר אידיש האב איך שוין פרובירט אלע, אנפאנג בין איך געווען צופרידן פון גאוי, ווי דו קענסט זעהן מיין פאריגע תגובה, זיין פראבלעם איז אז די באטאנס זענען צו קליין, ווי אויך געדענקט ער נישט אלע ווערטער וואס כ'פלעג אריינלייגן פאר אידיש, מאלטילינג געדענקט יא כמעט אלעס.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 15, 2012 9:27 pm
דורך מי חכם
ווי אזוי ספעל איך מאלטי לינג? איך טרעף עסס נישט ביים זוכן.

בד"וו איך זוך א פלאג אין וואס זאל טוישן דעם אויסשטעל פון די אותיות סדר.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 5:49 am
דורך מומחה עצום

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 1:25 pm
דורך DotCom
איך האב לעצטענס באמערקט אז Swype האט שוין אויך היברו פאנטס, Swype איז זייער א גוטע קיעבאורד און מ'קען עס נאר דאונלאדן פון זייער סייט.
Beta.Swype.com

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 4:30 pm
דורך ווער בין איך?
איך האב לעצטנס אנגעהויבן צו נוצן די GoKeyboard. ס'האט די זעלבע מעלות ווי סווייפ, ס'זעהט זיך און ס'פילט זיך בעסער און ס'האט היברו.