בלאט 1 פון 1

Tether פאר ענדרויד

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 14, 2010 4:34 pm
דורך אךשמח
אמאל האט עס געהייסן טעטערבערי. היות היינט זענען שוין פאראן אויפן מארקעט נאך סמארטפאונס וואס זענען אפי' שנעלער ווי דעם בלעקבערי, האבן זיי אראפגעשניטן דעם 'בערי' פון זייער נאמען און ס'הייסט בלויז טעטהער.

אצינד זענען זיי שוין דא און מען קען זיך מיט זייער פראגרעם צולייגן דעם ענדרויד און נוצן די דעטע פונעם פאון אויפן קאמפיוטער, אנדעם וואס מ'זאל ברויכן צאלן די דרייסיג טאלער פאר ספרינט.

זיי האבן אצינד א ספעשל פאר בלויז אן איינמאליגן פרייז פון 19.99.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 14, 2010 4:38 pm
דורך אךשמח
איך מוז צולייגען, אז פונקט ווי ווען כ'האב עס גענוצט מיט מיין בב און עס האט געארבעט פיל שטייטער ווי חברים האבן געזאגט אז ס'ארבעט, מאכט עס אויך אביסל קונצן יעצט און ס'ארבעט נישט אזוי שנעל ווי כ'האב זיך געראכטן :)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 11:27 am
דורך אךשמח
ווען כ'האב פרובירט דעם פריי ווערסיע פון טעטער פארן ענדרויד וואס זיי געבן פאר זיבן טעג, בין איך בכלל נישט געווען אזוי אנציקט פונעם ספיד, וואס איז גאנץ לאנגזאם.

אנדערש איז אבער מיט easytether וואס קאסט אן איינמאליגן $9.99- און ארבעט עפעס געפערליך שנעל. אזויפיל ווי 3 mbps וואס דאכט זיך איז זייער שנעל, און זעט מיר אויס פיל שנעלער ווי די דעטע קארטלעך.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 11:33 pm
דורך Hershela
למעשה איז אויפן ענדרויד שנעלער די טעטערינג ווי דעם בב?

ניצט מען אויפן ענדרויד טעטערינג דורך א ווייער אזוי ווי בב? אדער האט ספאט? וואס איז שנעלער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 4:10 am
דורך gamyuchad
easytether ארבעט בעסער און איז ביליגער, אויף עמעזאן קען מען עס באקומען יעדע פאר טעג פאר 4.99 טשעק איט אוט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 7:41 am
דורך אךשמח
Hershela האט געשריבן:למעשה איז אויפן ענדרויד שנעלער די טעטערינג ווי דעם בב?

ניצט מען אויפן ענדרויד טעטערינג דורך א ווייער אזוי ווי בב? אדער האט ספאט? וואס איז שנעלער?


וואס אין מיינע פריערדיגע ווערטער פארשטייסטו נישט?

יא. ס'שנעלער!!! נישט קיין פארגלייך.

איזיטעטער ארבעט מיט א ווייער. ס'דא וואס ארבעטן ווייערלעס, אבער כ'בין נישט באקאנט דערמיט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 8:30 am
דורך Hershela
א שיינעם דאנק! !

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 9:14 am
דורך געלעגער
קען מען ניצן איזי טעטער פאר א בב אויך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 9:16 am
דורך gamyuchad
וויפיל איך ווייס ארבעט עס נאר מיט א ווייער

אךשמח, דו רעדסט פון 4g? ווי שנעל ס'גייט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 9:23 am
דורך gamyuchad
געלעגער האט געשריבן:קען מען ניצן איזי טעטער פאר א בב אויך?


קוק דא
http://www.mobile-stream.com/
modem_bb.html

קוקט אויס נאר בלוטוט 2.0
זיי זאגן אז זיי ארבעטן אויף יו עס בי

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 20, 2011 11:26 pm
דורך אךשמח
gamyuchad האט געשריבן:אךשמח, דו רעדסט פון 4g? ווי שנעל ס'גייט


יא. מיט 4G ארבעט עס גאר שנעל, אבער אויך מיט רעג 3G ארבעט עס שנעלער ווי דעם בב. כ'ווייס נישט פארוואס.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 20, 2011 11:57 pm
דורך Hershela
עס ווענט זיך וועלכע טעלעפוין אדער א יעדע טעלעפוין וואס לויפט אויף ענדרויד? מיז די טעלעפוין סופפארטען date tetaring?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 12:05 am
דורך אךשמח
איך האב עס נאר פרובירט ביי די איווא פון ספרינט, און געווען העכסט צופרידן אזוי אז איך האב אויפגעגעבן מיין פלאן צו באשטעלן די עס על. איך קען נישט זאגן אויף אנדערע טעלעפאנען אבער פארוואס זאלסטו נישט פרובירן? קענסט עס פרובירן פאר א קורצע צייט און אויב ביסט נישט צופרידן קענסטו באקומען א ריפאנד.

איך מיין אבער אז נאר ביי ספרינט דארף צו ארבעטן טעטערינג אן פראבלעמען, משא"כ ביי אנדערע.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 3:33 am
דורך gamyuchad
אךשמח האט געשריבן:
gamyuchad האט געשריבן:אךשמח, דו רעדסט פון 4g? ווי שנעל ס'גייט


יא. מיט 4G ארבעט עס גאר שנעל, אבער אויך מיט רעג 3G ארבעט עס שנעלער ווי דעם בב. כ'ווייס נישט פארוואס.

פארשטאנען אזוי

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 3:36 am
דורך gamyuchad
אךשמח האט געשריבן:איך האב עס נאר פרובירט ביי די איווא פון ספרינט, און געווען העכסט צופרידן אזוי אז איך האב אויפגעגעבן מיין פלאן צו באשטעלן די עס על. איך קען נישט זאגן אויף אנדערע טעלעפאנען אבער פארוואס זאלסטו נישט פרובירן? קענסט עס פרובירן פאר א קורצע צייט און אויב ביסט נישט צופרידן קענסטו באקומען א ריפאנד.

איך מיין אבער אז נאר ביי ספרינט דארף צו ארבעטן טעטערינג אן פראבלעמען, משא"כ ביי אנדערע.

ס'ארבעט אויך אויף אנדערע פאונס. איך ווייס פון אפאר מיני ענדרוידס וואס ס'ארבעט. אבער ווי דו זאגסט איס אלעס ספרינט

ילמדינו

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 01, 2012 1:38 am
דורך חיים של פרנסה
איך האב געטעטערט מיין טעלעפאן און דער קאמפיוטער האט געארבעט פיין, אבער היינט ווערט ער עפעס נאר קאנעקטעד צום איי וועלט, אדער בינג, אבער ער וויל נישט קאנעקטן צו גוגעל, אדער גימעיל, איינער קען פשט? :roll:

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 01, 2012 2:02 am
דורך leiby
אויב ניצטו די לייט ווערסיע פון EasyTether קען זיין די סיבה אז ער בלאקט יעדע Https
http://androidforums.com/eris-support-t ... ost1597966