חיים לייב פארט זיך רואיג אויפ'ן בי-קיו-אי און ער הערט א רואיגן ספירה/בין המצרים סידי. חיים לייב איז א רואיגער ביזנעסמאן מיט גאנץ א פארנומענעם סקעדזשועל, און ער גלייכט צו טון יעדע זאך אליינס, אן קיין הילף פון זיינע ארבייטער. אצינד איז ער אויפ'ן וועג צו א מיטינג מיט א פאטענציאלן קליענט, וואו ער וועט פרובירן צו נוצן זיין געשליפן צינגל אריינצובאקומען דעם קליענט אונטער זיינע פליגלען.
חיים לייב'ס מחשבות פארן פון דא ביז אהין. אין געדאנק גייט ער איבער זיינע ביזנעס דיעלס פון די פארגאנגענע וואך און די פלענער פאר די קומענדיגע וואך. מ'קען זאגן אז חיים לייב איז א טויגליכער ביזנעסמאן מיט א סוקסעספולע ביזנעס וואס ברענגט אריין שיינע רווחים.
דא און דארט פארקוקט זיך חיים לייב אויף די גרויסע בילבאורדס אויפ'ן הייוועי, אבער ער לייגט נישט צופיל אכט דערויף. אן אייפאד האט ער שוין (א כשר'ע פארשטייט זיך), העלט אינשורענס אויך, און א גוטן סעלפאון פלאן אויך. די בילבאורדס רעדן נישט צו אים.
אבער פלוצלינג האט איין געוויסע בילבאורד געכאפט זיין אויג! "איר צאלט צופיל פאר אייער געז און לעקטער! רופט שוין צו באקומען ביליגערע פרייזן! 718-111-1111".
חיים לייב קימערט זיך נישט צופיל מיט די פאר דאלאר וואס מ'קען זיך דא איינשפארן, נאר עפעס אנדערש האט אים געכאפט: דער נומער! פון ערגעץ קען ער דעם נומער!
ער פרובירט זיך צו דערמאנען, אבער ס'גייט נישט. בלית ברירה נעמט ער ארויס זיין טעלעפאן און דיילט דעם נומער. ווי-נאר ער דרוקט "סענד" קומט ארויף אויפ'ן סקרין דעם נאמען פון זיינע קאנטאקטס: "משה מאיר"!
אההההה... דאס איז דאך מיין חבר משה מאיר'ס נומער! אבער איין מינוט, דאס איז דאך זיין סעלפאון נומער, ניין? ער אדווערטייזט זיין סעלפאון נומער?
נו שוין, אפשר האט ער געפארווערד זיין סעלפאון נומער צו זיין ביזנעס אפיס.
אז ער האט שוין געדרוקט דעם סענד קנעפל, לאזט ער שוין קלינגען ביז מ'וועט אויפהייבן. אפשר דאך וועט ער קענען מאכן ביזנעס, און אינאיינוועגס וועט ער שוין כאפן א שמועס מיט זיין חבר נאך א לענגערע צייט-אפשניט.
ס'קלינגט און קלינגט אבער מ'הייבט נישט אויף.
חיים לייב פרובירט נאכאמאל, און דאסמאל איז ער אנגעקומען צו א וואויסמעיל: "איר האט גערופן משה מאיר @ יוניק פאוער סעיווינגס, פליז ליוו עי מעסעדזש, טעינק יו".
אלס ביזנעסמאן וואלט חיים לייב שוין לאנג אראפגעלייגט דעם טעלעפאן, אבער אלס חבר לאזט ער אים א מעסעדזש: "העי משה מאיר, כ'האב יעצט געזען דיין בילבאורד אויפ'ן בי-קיו-אי האב איך מיך דערמאנט פון דיר. מ'האמיר שוין לאנג נישט גערעדט. קאל מיך ווען דו האסט א טשענס. אפשר קען מען אויך רעדן ביזנעס. זיי געזונט."
קארגע צוויי טעג איז אדורך איז משה מאיר רופט צוריק. דער שמועס איז צוגעגאנגען ווי פאלגענד:
משה מאיר: העי א גוטן חיים לייב, איך זעה האסט מיך געזוכט?
חיים לייב: יא, כ'האב געזען דיין בילבאורד און ס'האט זיך מיר געדאכט איך קען די נומער פון ערגעץ. עניוועי וואס טוט זיך עפעס?
מ"מ: ב"ה פיין. און ביי דיר?
ח"ל: אויך ב"ה. זאג, ווילאנג ביזטו שוין אין די ליין?
מ"מ: איך? שוין 5 חדשים בערך?
ח"ל: נו וויאזוי גייט עס?
מ"מ: נו, אזוי...
ח"ל: נישט אזוי איי איי איי, הא?
מ"מ: מ'קען זאגן.
ח"ל: זאג, וויפיל האסטו געדארפט אינוועסטן אין דיין ביזנעס?
מ"מ: הממ, בערך אזא פופציג טויזנט דאלאר.
ח"ל: זיי נישט ברוגז אז איך פרעג דיך, נאר פשוט אלס חבר וויל איך פארשטיין. איך האב דיך פרובירט אפאר מאל צו קאלן און איך זעה אז מ'קומט אן צו די וואויסמעיל פון דיין סעלפאון. וואספארא מין ביזנעס איז דאס?
מ"מ: וואס הייסט? וואס איז ראנג?
ח"ל: וואס איז ראנג??? וויאזוי קענסטו אזוי סערווירן קאסטומערס?
מ"מ: וואס דען דארף איך טון?
ח"ל: וואס הייסט וואס? האסט דאך אינוועסטעד געלט. פארוואס זאלסטו נישט עפענען א נארמאלע אפיס, אויפנעמען אן ארבייטער, אויפסעטן א געהעריגן טעלעפאן סיסטעם, א וואויסמעיל איז מהיכי תיתי אבער מ'זאל צוריקרופן ביז א שעה. וויאזוי קענסטו אזוי פירן א ביזנעס?
מ"מ: עפענען אן אפיס? אויפנעמען א סעקרעטערי? דו מיינסט איך האב געלט פארדעם?
ח"ל: איך פארשטיי נישט וואו האסטו אינוועסטירט די 50,000 דאלאר?
מ"מ: אה. 45,000 איז געגאנגען פאר בילבאורד וואס דו האסט יעצט געזען, און די איבריגע 5,000 דאלאר האב איך גענוצט צו אדווערטייזן אין די היימישע צייטונגען און אויסגאבעס.
ח"ל: אמממ משה מאיר, אדווערטייזן איז זייער א וויכטיגע זאך, אבער קודם דארפסטו דאך האבן א נארמאלע אפיס זאלסט קענען ענטפערן טעלעפאן קאלס און פירן דיין ביזנעס. ווען דו האסט שוין א נארמאלע ביזנעס דארפסטו דאס געהעריג אדווערטייזן, אבער קודם דארפסטו האבן "וואס" צו אדווערטייזן.
מ"מ: איך הער.
ח"ל: והשנית, דו קענסט נישט נעמען דיין גאנצע אינוועסטמענט און דאס אריינלייגן אין איין בילבאורד סיין.
מ"מ: קוק אהער. מיין חבר האט מיר מסביר געווען, זעהסט דאך אז ווערייזאן אדווערטייזט אויף די בילבאורדס און זיי זענען א ריזיגע קאמפאני, קוקט אויס אז פון די בילבאורדס קומט אריין א שיינעם סכום געלט.
ח"ל: אוי דו. הער מיך אויס. די מעשה איז פונקט פארקערט. ווערייזאן איז א ריזיגע קאמפאני, זיי פארדינען מיליאנען דאלאר א יאר, קענען זיי זיך ערלויבן צו ספענדן געלט פאר א בילבאורד, וואס קומט אויס ווייניגער ווי א פראצענט פון זייער גאנצע הכנסה. אבער דו האסט דאך קוים אנגעהויבן, דו ביזט א קליינע נייע ביזנעס, דו דארפסט איינטיילן דיין געלט צווישן אן אפיס, טעלעפאן סיסטעם, וואויסמעיל, אנדערע אפיס אויסגאבן, און א קליינע חלק אויך פאר אדווערטייזן.
מ"מ: וואס זאל איך דיר זאגן? ביזט גערעכט! אבער וואס קען איך יעצט טון?
ח"ל: ווען איך וואלט נישט געווען דיין חבר וואלט איך שוין לאנג אראפגעלייגט דעם טעלעפאן, אבער אזוי ווי איך האב א שטיקל געפיל פאר דיר וועל איך דיר געבן אן הלואה, אז דו זאלסט קענען צוריק אויפבויען דיין ביזנעס ווי ס'דארף צו זיין.
מ"מ: אה א גרויסן שכוח. זייער שיין פון דיר.
ח"ל: אבער מיט איין תנאי. דו מוזסט דיך גיין דורכרעדן מיט א מארקעטינג פראפעשענאל און יענער וועט דיר זאגן וויפיל צו אדווערטייזן, וואס צו אדווערטייזן, און וויאזוי צו אדווערטייזן.
מ"מ: אקעי גוט, כ'וועל מיך נאכפרעגן ווער ס'טוט דערין.
ח"ל: האלאו, דארפסט דיך גארנישט נאכפרעגן. כ'האב פאר דיר דעם פערפעקט מענטש וואס האט מיר אסאך געהאלפן מיט מארקעטינג און איך בין זיכער אז ער וועט דיר אויך קענען ארויסהעלפן און דיך שטעלן אויפ'ן פיס.
*
דא איז חיים לייב דורכגעפארן אויף א שלעכטן ספאט וואו דער טעלעפאן האט זיך גענומען קראצן. אבער ממש פאר'ן אראפלייגן האט חיים לייב באוויזן אריינצושרייען אינעם טעלעפאן:
"רוף אן "פרא מארקעטינג עדווייז" און ער וועט דיר העלפן! 845-492-4784"אדער שיקן אים אן אימעיל צו:
promarketingadvice@gmail.com*