בלאט 1 פון 1

כשרות נאטיצן

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 8:57 am
דורך פרעזידענט
וואס האב איך מיט די פאטיצקע חסידות איינגעלייגט?, די לעצטיגע תקופה בין איך שטארק געווארן אנגעקניפט ביי די פאטיצקע קהילה, איך דריי מיך אין דער גרויסער פאטיצקער בית המדרש, איך עס מער ווינציגער נאר מאכלים מיט דער פאטיצקער הכשר, איך האב קיינמאל מיט פאטיצק גארנישט געהאט, אין דא זעה איך מיר אלץ א פאטיצקער חסיד, מיט אלע פיטשוויקעס.

איך זיץ אין בית המדרש, איך לערן אין א ספר על הלכה, נאך א וויילע בליקן אינעם ספר כאפ איך זיך אז דאס אז דאך דער שאלות ותשובות ספר פונעם הייליגען פאטיצקער, ווי קום איך צו עוסק זיין אין פאטיצקער ספרים, ווען האב איך אמאל געלערענט אין א פאטיצקער ספר, וואס האט דא פאסירט.

איך פאר אינעם מאשין, איך צינד אן א סידי וואס איך האב לעצטענס איינגעהאנדלט אין שוהל, איך האב מיין ידיד מיט מיר אין די קאר, ער פרעגט מיך, וועמענס דרשה טעיפ האסטו דא? איך קלער א מינוט, וואס הייסט, איך האב דעם פאטיצקערס הלכה שמיעס, ווי קומסטו צו פאטיצק? ידיד לעבן זאג איך איהם, איך ווייס אליינס נישט, אבער לעצטענס בין איך געווארן א פאטיצקער, אין די סיבה פארוואס איז מיר אומבאקאנט.

קול רנה..., שמחת חצר פאטיצק, א חתונה אין פאטיצקער הויף, איך האב מיטגעהאלטן די גאנצע חתונה מרישא ועד סיפא, פון קבלת פנים ביז נאכן רבינ'ס מצוה טאנץ, אויף די נאכפראגע פון מיינע חברים, וואס זיכסטו אין פאטיצק, ביזט אפשר פון די אנדערע זייט, איך בין געווארן געפלעפט, וואס זיך איך טאקע אין פאטיצק?

ימים נוראים האב איך פארברענגט אין פאטיצק, דער בחור'ל לערנט אין די פאטיצקער ישיבה, איך בין געווארן א פאטיצקער, אבער פארוואס? וואס האט מיך אריינגעשלעפט אין פאטיצק?

מיין שוואגער האט בר מצוה געמאכט, איך האב אוודאי געקויפט פארן חתן הבר מצוה די חידושי תורה ספר פון דער אלטער פאטיצקער רבי, ביי א געלעגענהייט האב איך מיך געטראפן מיט דער בר מצוה בחור, צום ערשטוינינג פרעגט ער: וואס האט דער פעטער מיט פאטיצק, אונז זענען נישט קיין פאטיצקע, איך זאג איהם אז איך בין געווארן א פאטיצקער, אויף זיין פראגע פארוואס איז קיין ענטפער פארהאנען.

איך האב זיך מתבונן געווען, וואס הייסט עס האט נישט קין ענטפער?, צוליב עפעס א סיבה בין איך אנגעקומען קיין פאטיצק, אבער וואס איז די סיבה, נישטא קיין לעזונג צו מיין פראגע.

ויהי היום, איך האב באשלאסן אז איך גיי חוקר זיין למאי כל זה, וויאזוי האט פאטיצק מיך פארכאפט, איך האב פראבירט צוריק דרייען מיין זייגערל אין מח, פון ווען איך האב אנגעהויבן זיך נייטיגן אין פאטיצק, די זכרונות לויפן פארביי, טישן, דרשות, גאנץ פאטיצק ביז צום אנפאנג, יא, איי גאט איט, זייט מיר האבן אנגעהויבן גיין עסען מלוה מלכה'ס צו די עלטער מומע פון אפ-טאון, די געשמאקע בארשט מיט קארטאפל, זינט דעמאלטס בינעך א פאטיצקער געווארן, וואס פארא שיכות קען די מומע האבן מיט פאטיצקע, אין ווי קום איך אריין דא?

דאס קמענדיגע מאל מיר זענען געקומען צו די מומע פאר מלוה מלכה, האב איך געפרעגט די מומע, מומע לעבן, וואס האט די מומע מיט פאטיצק? פאטיצק פרעגט זי? וואס זאל איך האבן מיט פאטיצק???

די מומע'ס געדאנק האט אויפגעבליצט, איין מינוט! "פאטיצק" אוודאי, איך ניץ נאר די פאטיצקער קוק בוך (קאכן בוך) צו צושטעלן די נארהאפטיגע בארשט מיט קארטאפל פאר מלוה מלכה (אוי איז דאס גוטע בארשט..), אכן נודע הדבר, וואס פאר א השפעה א מאכל קען האבן...

ניצט נאר כשר'ע מאכלים מיט כשר'ע הכשרים און רעצעפטן פון גוטע מקורות, גיבט אכט וואס מען נעמט אין מויל אריין ווייל עס קען האבן אן השפעה.

לחיים ולשלום!

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 9:16 am
דורך איך_הער
גאנץ א שיינע נאטיץ. יישר כח.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 11:05 am
דורך קרעמער
איך פארשטיי נישט דעם נמשל, אבער דער משל אליינס איז גענוג זיס פאר זיך.

אגב, אנשטאט פאטיצק קענסטו שרייבן "שלעפשיץ":

http://www.shlepshitz.com/

(א וועבזייטל אין וואס איך האב מיך פונקט היינט אנגעשטויסן)

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 11:09 am
דורך שלעפשיץ
קרעמער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט דעם נמשל, אבער דער משל אליינס איז גענוג זיס פאר זיך.

אגב, אנשטאט פאטיצק קענסטו שרייבן "שלעפשיץ":

http://www.shlepshitz.com/

(א וועבזייטל אין וואס איך האב מיך פונקט היינט אנגעשטויסן)



זייער רייך ארויסגעברענגט דעם משל, ווי קרעמער זאגט, די נמשל אבער האט שוין אויך קרעמער געקרעכצ'ט איז נישט אזוי..... ארויסגעברענגט געווארן..................
א שאד זיך אפצורעדן די נמשל איז אויך זייער גוט, די משל אבער ליינט זיך אליין.

און צו דיר קרעמער: וועלקאם צו שלעפשיץ!
(דא איז אפשר נישט דאס פלאץ, פאר א וועלקאם, כ'אב דעך אבער דא געטראפן)

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 11:49 am
דורך דארפסמאן
שכוח פארן עס ארויף שלעפן, איך האב עס פארפאסט בשעתו

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 12:35 pm
דורך lebediger berel
א הערליך שיינע באשרייבונג, איצט לאמיך אייך פרעגן א ערנסטע כשרות אשכול (איידער מ'כאפט די גלעזל משקע) קען מען אויך טרעפן אין קרעטשמע ?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 8:13 am
דורך i follow
לעבעדיגער
לויט מיין ארעמער אפוניען וועט מען אזא אשכול גאנץ שנעל חוסם זיין
ווייל כשרות מיט הכשרים איז היבש אריינגעפלאכטן מיט חסידית

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 2:21 pm
דורך lebediger berel
די באבע ע"ה פלעגט זאגן
f there is a will there is a way

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 2:22 pm
דורך יהיה כן
די באבע פלעגט רעדן ענגליש?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 2:27 pm
דורך lebediger berel
יא, געדענקסט נישט
אבבער מיט א אונגערישע אקצענט

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 29, 2010 3:03 am
דורך געלינקטער
lebediger berel האט געשריבן:איצט לאמיך אייך פרעגן א ערנסטע כשרות אשכול (איידער מ'כאפט די גלעזל משקע) קען מען אויך טרעפן אין קרעטשמע ?

viewtopic.php?f=5&t=3164
viewtopic.php?f=25&t=12205

http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp? ... m_id=16386