בלאט 4 פון 8
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 2:58 pm
דורך ווער בין איך?
ווי זאגט נאר מיכאל? Vichi, you have a heart of gold!
רפואה שלמה בקרוב ממש אמן!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 7:37 pm
דורך פרייליכערהייט
וויכטיג מאכער....פשי....סארא עקסטרע ארדינערי גוד דיד. זאלסטו שטענדיג שלעפן דעם מייסד מיטן דיין אויף גוטע פלעצער און פרייליכע ווארט-זאלן.
סעי א-מעין.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 30, 2010 4:21 pm
דורך וויכטיג מאכער
חאחאחאחא, איך האב געפלאנט צו שרייבן מיין זייט פון די מעשה, אבער אזויווי די קאמפלימענטס שטומען בעסער אויף דעי וועג, לאזעכעס אזוי.
אבער לחם'ל, (יא, מיט א למד! דיין טאטע וואלטעך טאקע נישט געקענט זיין, אבער גרויסע ברודער יא...) דו ווייסט גאנץ גוט אז די פלעזשער וואז אלל מיין, כ'מיין די וועכענטליכע מיטינג מיט קרעמער וואלט לכוראה נישט פארגעקומען וועניש דאס... (כ'פלאן מיטצונעמען נעקסט טיים ארעסטאנט, מיט עם האבעך וויכטיג צו רעדן.)
עניוועי, איך וויל נישט אלעס זאגן... אבער דו האסט געטוהן א גערעסערע מצוה פאר מיר, וואו איך פאר דיר.
אין דעם זכות וועסטו אי"ה זיין געזונט און פריש, און דעמאלטס וועמער כאפן א שפאציר אריבער די בריק אזוי למען ידעו...
טשאבעס.
פארעפענטליכט: שבת יוני 19, 2010 9:08 pm
דורך לחם לפי הטף
ב"ה מעהאלט שוין דא.
מען איז פארטיק געווארען מיט די טריטמענטס.
פארגאנגענעם ערב שבת איז געווען די לעצטע. 40 מאל זעמער געפארען און האספיטעל. אכט וואכען, פינף טאג א וואך.
און אמת'ן איז עס געווען א ביסעל לענגער וויא אכט וואכען,
שבועת איז מען נישט געגאנגען, און אויף זייער חגא מעמאריעל דעי איז מען אויך נישט געגאנגען. די דריי טעג האט מען געדארפט משלים זיין.
עס האט זיך ב"ה אויסגעארבעט בעסער וויא מעהאט געמיינט.
פארשידענע מענטשען וגם הנורסעס דארט, האבען אויף פאראויס געזאגט נביאות, די פארשידענע סייד עפעקטס וואס עס וועט און קען קומען.
ב"ה אז דער איינציגער סייד עפעקט איז געווען שטארק מידקייט. דאס איז וועגען ווייל בשעת די טריטמענטס האט מען אויך געקריגען הורמאן אינדזעקשענס וואס דאס איז אויך גורם מידקייט(דאס וועט נאך אהנגיין נאך א יאהר). עס איז געווען גאנץ שווער אבער מען האט עס טאלערירט.
מעהאט זיך אייגעשריבען ביי די 'חסד' ארגעניזאציע און מיט זיי געפארען א יעדע טאג. מיין עקספיריענס מיט זיי וועט קומען און א באזינדער ארטיקעל.
מערעדט יעצט און שטוב בנוגע מאכען א סעודת הודאה
------------
מיר יודען ווייסען אז עס איז נישט דא אזא זאך וויא מקרה.
עס איז כדי צו דערציילען אן אפענע השגחה פרטית מעשה.
היות וויא איך האב געדארפט זיין און שפיטאל צעהן מינוט פאר צעהן אזייגער א יעדען טאג, און די לעצטע צוויי וואכען האב איך שוין געדארפט דארט זיין צעהן מינוט נאך ניין, האב איך געדארפט ארענדשירען די רייד א נאכט פריערט. אויף אהיים קומען האב איך קיינמאל נישט געקענט קריגען ביי זיי. אויסער די עטליכע מאל וואס וויכי האט מיךגענומען, בין איך איעדען טאג אהיים געקומען מיט די סובוועי. דער סאבוועי האט גענומען בערך אנדערט האלב שעה.
פון די אלע טעג וואס איך בין געפרען מיט זיי, האט זיך געמאכט איין איינציגען טאג וואס זיי האבען נישט געקענט צושטעלען א רייד. וויפיל זיי האבען נאר פראבירט איז עס בשום אופן נישט געגאנגען. עס איז פשוט נישט געווען קיין וואלענטיר וואס איז געפארען יענע צייט ווען איך האב געדארפט פארען.
איך האב יענעם טאג נישט געפילט אזוי איי ייא ייא זיך צי שלעפען מיט די סובוועי, איז בלית ברירה האב איך מיך אריינגעזעצט און קאר און געפארען.
אויפען עפ די אר דרייוו, ריפט מיך מיין זוהן אז זיין עלטער שווער איז נפטר געווארען און די לוויה וועט זיין 12 אזייגער און וויליאמסבורג. איך האב אוהם געזאגט אז איך בין אויפען וועג צום האספיטעל און איך וועל אוהם ריפען ווען איך בין פארטיג און אזוי וועט מען זעהן אויב איך קען אהנקומען.
איך קום אהן און שפיטאל, און איך זע אז איך בין א דריי פערטעל שעה פרי. די טרעפיק איז געווען עפעס זיייער לייט יענעם טאג.
איך טשעק מיך אריין, און א פאר מינוט דערויף קומט מען מיר זאגען אז צוויי פאציענטען האבען אריין געריפען אז זיי וועלען זיין שפעט און מענעמט מיך גלייך פאר די טריטמענט.
איך בין פארטיג געווארען גאר פרי, כ'האב נאך געהאט צייט אהיים פארען, עפעס נעמען און מויל צו פארבייסען, און נאך געקענט אהנקומען צו די לוויה אום געאיילט.
ווען חסד וואלט מיר צוגעשטעלט א רייד יענעם טאג, וואלט איך נישט געקענט זיין אויף די לוויה.
מיטען אהיים קומען מיטען סובוועי, וואלט איך ערשט אהיים געקומען איינס אזייגער אוויא א יעדען טאג, או די לוויה איז געווען געריפען אויף 12 (און עס איז געווען פינטלעך)
ממש השגחה אז יענעם טאג, און דאס איז געווען דער איינציגסטער טאג וואס חסד האט נישט געקענט צושטעלען קיין רייד.
פארעפענטליכט: שבת יוני 19, 2010 10:37 pm
דורך שוועמל
א גוטע וואך ר' לחם, בריך רחמנא דיהבך לן און מ'יז פערטיג מיט די טריטמענטס.
לרפואה שלימה פאר אייך און אלע אידן בקרוב ממש.
וויאזוי זענט איר אהיימגעקומען יענעם טאג אז איר האט נאך אנגעיאגט די לוי'?
אויף שמחות נאר
פארעפענטליכט: שבת יוני 19, 2010 11:15 pm
דורך מוישע_יאכעס
ברוך ה' חסדי ה'
הרב לחם שליט"א מיר האבן אייך באמת אינזין געהאט, דאס איז גאר א שיינע זאך פון אייך, דער רבי ז"ל דער ברך משה פלעגט זיך שטענדיג אפרעדן אז מענטשען קומען זיך מזכיר זיין ביי אים בעת צרה אבער ווען די מצב פארבעסערט זיך בעז"ה פארגעסט מען עפעס צוריקצוקומען מיט די בשורה טובה, במילא וויל איך איך דיר באדאנקען פארן צוריק קומען אונז מיטצוטיילן מיט די בשורה טובה,
און זאל דיר דער אייבערשטער שענקען געזונט און כח אנצוגיין ביזן סוף, ועוד ינובון בשיבה, און זעהן נחת פון דיינע קינדער און קינדס קינדער געזונטערהייט, און ווי האבעך נאר געהערט א קלוגען יוד אמאל אנוואונטשען, זאל דיר דער אייבערשטער געבן נאר וויפיל ער קען....
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 6:52 am
דורך לחם לפי הטף
שוועמל האט געשריבן:א גוטע וואך ר' לחם, בריך רחמנא דיהבך לן און מ'יז פערטיג מיט די טריטמענטס.
לרפואה שלימה פאר אייך און אלע אידן בקרוב ממש.
אמן
שוועמל האט געשריבן:וויאזוי זענט איר אהיימגעקומען יענעם טאג אז איר האט נאך אנגעיאגט די לוי'?
יענעם טאג בין איך דאך געפארען מיט מיין אייגענע קאר.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 6:55 am
דורך לחם לפי הטף
מוישע_יאכעס האט געשריבן:און זאל דיר דער אייבערשטער שענקען געזונט און כח אנצוגיין ביזן סוף, ועוד ינובון בשיבה, און זעהן נחת פון דיינע קינדער און קינדס קינדער געזונטערהייט, און ווי האבעך נאר געהערט א קלוגען יוד אמאל אנוואונטשען, זאל דיר דער אייבערשטער געבן נאר וויפיל ער קען....
אמןדאס איז א ברכה!
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 8:56 am
דורך 3x0
ר' לחם,
ס'ליינט זיך גאר פריילעך די לעצטע באריכט. א גרויסן שכוח פאר די אפדעיט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 12:27 pm
דורך שאץ מאץ
שכוח ר' לחם, כן יעזור ד',
אויב רעדט מען פון א סעודת הודאה, דאכט זיך איך האב שוין פארפאסט א שיר לכבוד די סעודת הודאה, ער דארף צו ליגן אין דעם אשכול ערגעץ ביי נומ. 2 צו ביי נומ. 3, אבער דער ניגון איז גרייט...
וישישו בשמחה טייטשן צדיקים מ'זאל מאכן שמחות פרייליכערהייט,
א הפלה'דיג פשט זאגט דער דבונא מגיד למען יזמרך כבוד ולא ידום, למשל א איינער וואס איז נישט געזונט ל"ע און ווערט געזונט און מאכט א סעודת הודאה, שטייצעך די שמחה איז גרויס אבער ער וויל נישט אזא סעודה נאכמאל, אנדערשט איז א חתונה א שמחה דאס וויל ער אז ס'זאל זיין נאך און נאך שמחות, למען יזמרך כבוד איז וויל לויבן אזא מין הודאה, ולא ידום, נישט איז זאל מוזן שווייגן און שטיל זיין דהיינו אז מ'וויל נישט ס'זאל זיין נאכאמאל...
ודפ"ח
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 1:17 pm
דורך פונקטליך
יעצט געזעהן דעם אשכול צום ערשטן מאל אבער בשעת'ן עס דורכליינען האב איך מיט געלעבט די סיטואציע טריט ביי טריט און געוועהן אנגעצויגן ביי די אנגעצויגענע נייעס און יעצט ב"ה שפירט זיך א דערלייכטערונג
הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!!.
און יעצט צו דיר לחם'ל טייערע, זאל דיר השי"ת העלפן זאלסט האבן מיט דעם אפגעקומען אלע יסורים ומכאובים און מער נישט וויסן פון אזעלכע און אנדערע צרות ח"ו ווי ס'איז באקאנט דער פשט אויף די ווערטער "כי קל מלך רופא 'נאמן' ורחמן אתה" אז דער חילוק צווישן השי"ת און א רופא בשר ודם איז אז א דאקטער קען היילן אבער נישט צוריקהאלטן עס זאל ח"ו נישט צוריקקומען אבער השי"ת איז א רופא 'נאמן' באגלייבט אז עס וועט ח"ו נישט צוריקקומען אזוי ווי דער פסוק זאגט "כל המחלה אשר שמתי במצרים 'לא אשים' עליך כי אני ד' רופאיך" ס'טיישט אז עס וועט נישט צוריקקומען דער מחלה ח"ו ווייל דער באשעפער איז דער רופא, און השי"ת זאל שיקן פאר אלע חולי ישראל א רפואה שלימה בקרוב, אמן
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 23, 2010 10:23 am
דורך איך_הער
פיינע נייעס, איר זענט שוין מיט אייערע טריטמענטס פארטיג, אבער די גוטע זאכן וואס די חברים האבן זיך אונטער גענומען פאר אייערט וועגן, דאס האלט נאך אן, און ס'וועט אנהאלטן ביז משיח'ס טאג מיטן אייבירשטענ'ס הילף.
יישר כחכם פארן האלטן אינפארמירט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 10:01 pm
דורך געלעגער
מ'האמער שוין לאנג נישט געהערט פון אייך. וואס איז געווארן מיט די סעודת הודאה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 28, 2010 4:14 pm
דורך לחם לפי הטף
פאריגע וואך האט מען אפגעשטאנען א באזוך ביים דאקטאר.
מעהאט גענומען פארשידענע בלוט טעסטס.
אלע רעזולטאטען זענען געווען נארמעל.
דערנאך גובט דער דאקטאר א גאר גוטע בשורה.
די ביסט געזינט. און זעקס חדשים ארום, זעה צו נעמען נאכאמאל די בלוט טעסטס,
און איך וויל דיך נאכאמאל זעהן ערשט און א יאהר ארום.
מען ווארט שוין צו הערען דער בשורה א לענגערע צייט,
..און יעצט האט מען געהערט צו מזל די ווערטער,
עס שווימען ארויף און זכרון די פארשידענע געדאנקען און פארשידענע הרגישים פון די לעצטע פאר יאהר.
און פון די טיפסטע ווינקלען פון הארץ שרייט זיך ארויס
חסדי ה' כי לא תמנו...כי לא כלו רחמיו....
די חסדים פון בוכ"ע איז בלי גבול...
די קינדער מיינע גרייטען צו א גרויסע סעודת הודאה.
אזוי וויא עס זעהט יעצט אויס וועט עס זיין א מוצאי שבת , נאך פאר חנוכה, און ווארשיינליך און לעיקוואד ביי מיין עלטערע טאכטער און שטוב.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 28, 2010 4:19 pm
דורך יהיה כן
ברוך רופא חולים!!
א יישר כוח פאר ר' לחם'ל פאר די פריידיגע נייעס, זאל מען טאקע הערן נאר גוטע בשורות פון אייך, מיט א הודאה על העבר ובקשה על העתיד, על החולים שיתרפאו ועל הבריאים שלא יחלו!!
זאל איר זוכה זיין צו לאנגע 'געזונטע' יארן, און די אלע יסורים און מיטמאכענישן זאלן אייך ביישטיין פאר א זכות, איר זאלט מער נישט וויסן פון זיי, וכל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאיך
און האב טאקע אינזין אנדערע אידן אויך וועלכע וואלגערן זיך ליידער אין די שפיטעלער, דער בוכ"ע זאל זיך אויף זיי מרחם זיין במהרה, וישלח להם רפואה שלימה על כל רמ"ח אבריהם ושס"ה גידיהם, אמן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 28, 2010 5:14 pm
דורך קרעמער
איך האב אריינגעלייגט "ביי מיין עלטערע טאכטער אין שטוב" אין מעפ-קוועסט, און עס גיבט נישט קיין פונקטליכע אדרעסע...
וואס זאלן טוהן די איי-וועלט'ליכע אידן וואס ווילן זיך באטייליגן אין די שמחה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 28, 2010 5:40 pm
דורך קעכער
קרעמער האט געשריבן:איך האב אריינגעלייגט "ביי מיין עלטערע טאכטער אין שטוב" אין מעפ-קוועסט, און עס גיבט נישט קיין פונקטליכע אדרעסע...
וואס זאלן טוהן די איי-וועלט'ליכע אידן וואס ווילן זיך באטייליגן אין די שמחה?
האסט נישט געשריבן "לעיקוואד"...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 28, 2010 9:38 pm
דורך וויכטיג מאכער
קרעמער, גאר גוט! אבער דו ווייסטעך שוין, די בעק סיט דרייווער דארף נישט וויסן קיין דיירעקשן'ס...
ר' לחם, א שיינעם דאנק פארן מיט-טיילן די גוטע נייעס. (סיי דא, און סיי אין טעקסט) איך ווארט אויף די אינוויטעישן. (צו אויף טעקסט, צו דא, נישט קיין חילוק...)
הייליגער באשעפער, א שיינעם דאנק פארן צושטעלן אזעלעכע גוטע נייעס, און גיב פאר אונזער חבר נאך לאנגע און געזינטע יארן. מיר ווארטן אלע צו הערן די גוטע בשורה, מיטן אנקום פון משיח.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 29, 2010 1:21 am
דורך שאץ מאץ
מ'קען שוין אפיר נעמעם דעם זמר'ל וואס איך האב פארפאסט לכבוד די סעודת הודאה, ווען מ'האט נאך נישט געטראכט פון די סעודת הודאה, דער יודו לד' חסדו וגו'
נאר מיט גוטע בשורות
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 29, 2010 8:09 am
דורך אייער_קיכל
ברוך רופא חולים!! א דאנק פארן מעלדן די פריידיגע בשורה!
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 29, 2010 9:12 am
דורך שמערי בערי
אפשר איז כדאי צו מאכן אנעקסטערן סעודת הודאה פאר אונז חברי השטיבעל?
עניוועי, ברוך רופא חולים, השי"ת זאל דיר געבן גוטע געזונטע געבענטשטע יארן מיט כל מילי דמיטב. און זיין אלעמאל געזונט און שטארק מיט אסאך כח!
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 29, 2010 2:49 pm
דורך מוישע_יאכעס
הודו לשם כי טוב כי לעולם חסדו! האצעך אויסגעדריקט שע_יאכעס פון די חברי הקרעטשמע,
און א עקסטערן דאנק לחם טייערער פארן נישט פארגעסן פון אונז און פריידן, און אונז מיטטיילען די גוטע בשורה, זאל דיר דער אייבערשטער שענקן געזונטע לאנגע יארן מיט נחת און פרייד, און זאלסט אונז שטאנדיג קענען מיטטיילען נאר גוטע בשורות!! די הערסט? איך ווארן דיר! גענוג געליטען איך וויל מער דיר קיין צרות מער נישט הערן!
שמערי איך בין זיכער מסכים מיט דיר פאר א סעודת הודעה, איך ברענג די אראנדזש סאדע, ווער נאך רופצעך אן?
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 30, 2010 8:48 pm
דורך אויפריכטיג
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!
עס איז מיר געווען א גרויס פרייד צו הערן פון ר' לחם שליט"א די גוטע נייעס!
השי"ת זאל אייך העלפן איר זאלט זיין געזונט און שטארק עד מאה ועשרים שנים בבריות גופא ונהורא מעליא.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 28, 2010 3:47 pm
דורך ווינקל
יעצט געליינט צום ערשטן מאל די ביידע אשכולות אויף איינמאל. די דאזיגע, און אויך דאס.
http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=7760מיטגעוויינט (וויפיל מען הערט ליידער פון מענטשן, איז עס קיינמאל די זעלבע ווען מען ליינט פונם ליידנדער בעת צר), און מיטגעשמייכלט, על כל צעד.
ר' לחם, ליינט איבער יעצט אייערע תגובות פון גאנץ אנהייב ביז איצט. די חילוק אין שפראך, אויסלייג וכו' איז אזוי מערקבאר... ב"ה מען קען דערציילן אין פריידן.
יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם!
---
דרך אגב, איז מיר אונטערסאנט געווען צו הערן אז איר האט גומל געבענטשט איידער איר האט געהאט א
פולקאמע רפואה. (איר האט מסתם דאס געטאן אויפן אנווייזונג פו אייער דיין.)
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 27, 2011 10:23 pm
דורך לחם לפי הטף
געווען היינט און האספיטעל פאר בלוט טעסטס.
די רעזולטס פון אלע markers זענען געווען normal.
נעקסטע וויזיט פאר די טעסטס איז און 6 חדשים ארום (נאך דו הייליגע טעג).
די לעצטע טעג פונעם פארגאנגענעם יו"ט איז געווען מיט אסאך ענגזייעטי. וואס וועלען די טעסטס ווייזען.
עס וועט זיין דאס ערשטע מאל אז מענעמט די טעסטס נאכען פארטיגען אלע טריטמענטס.
צום סוף האט עס זיך אויסגעלאזט נאר מיט פחד. אוויא דאס ווארט פון טשערנאבלער מגיד וואס איך האב דערמאנט.
אשרי אדם מפחד תמיד. די אשרי איז אז עס איז נאר פחד, און מיטען פחד איז מען אפגעקומען.