בלאט 3 פון 8

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 26, 2009 10:02 pm
דורך קרעמער
היינט ביי קריאת התורה האב איך אריינגעקוקט אין חומש פון א קאלעגע קרעטשמעריסט, אינמיטן נעמט ער זיך טייטלן אויף אייניגע ווערטער אין פרשת ויגש "לחם לפי הטף", מיט א פרעגנדע מינע אויפן פנים, נעמליך: וואס הערט זיך מיט אונזער ידיד ר' "לחם לפי הטף"? וויאזוי ערהוילט ער זיך?

היות מיר האבן שוין לאנג נישט געהערט קיין אפדעיט, ווילן מיר בעטן ר' לחמ'ל - אויב עס קומט אים נישט אן שווער - צו געבן א שטיקל רעפעראט איבער די אנטוויקלונגען, האפנטליך לטובה ולברכה.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 7:15 pm
דורך לחם לפי הטף
יא, מען האט געליינט וויא יוסף האט געגעבען לחם לפי הטף.

עס זענען דא צוויי פשטים דערויף.
דער ספורנו שרייבט דא אויפען פלאטץ אז וויבאלד עס איז געווען א שנת רעבון, האט יוסף געגעבען גנוי וויפיל א מענטש עסט,
און פאר קינדער האט ער געגעבען ווייניגער, 'לחם לפי הטף'

און אן הגה און מחזור וויטרי שטייט פינקט פארקערט.
לחם לפי הטף, קינדער ברעקעלען אסאך, האט ער געמוזט געבען מער פון וויפיל זיי עסען.

דא האלט מען אויך אויף צוויי דרכים מן ההיפוך להיפוך
און איך וועל מסביר זיין.

אויבען האב איך דערמאנט די בלוט טעסטס וואס האבען געצייגט אז עס איז
געראטען אדורך גיין רעידיעשען.
מען האט זיך געטראפען מיטען רעידיאלעדשיסט, און ער האט געגבען א פיל וואס מען נעמט איינמאל א טאג.
דאס איז אוויא אן התחלה פאר די רעידיעשען טריטמענטס.

ווינדער איבער ווינדער, דער ערשטע בלוט טעסט נאך א וואך אויף די פילס, האט געצייגט אז די נומערען זענען אינגאנצען אראף.
ווען דער גאנץ ערשטע בלוט טעסט וואלט געהאט די רעזולטאטען, וואלט רעידיעשען בכלל נישט געקומען אויף די פראגע.

איך האב מיך געהאט אדורך גערעדט א שטיקעל צייט פריערט מיט איינע פון ר' הערשעלע ספינקער ז"ל קינדער און יענער האט מיר געזאגט,
אז זיין טאטע ז"ל האט געזאגט אז מען דארף טוהן אלעס וואס די דאקטוירים עצה'ן און גארנישט משנה זיין.

יעצט וועט מען רעדען מיטען דאקטער ביים נעקסטען אפאינטמענט נעקסטע וואך דינסטאג, און זעהן וואס ער האט צו זאגען.
איך האב בדעה צו פרעגען אויב 'wait and observe' איז אן אפשען.

די כוחות זענען אינגאנצען צוריק, דער סדר היום איז מער ווייניגער צוריק אוויא פריערט.
עפעס מער נייעס איז נישט דא. וויא אזוי גייט נאר דאס ווערטעל?
.no news is good news

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 8:14 pm
דורך לוסטיג
פשש.. ס'א שמחה אין אלע עולמות, מיר זענען זייער 'לוסטיג' צו הערן, אין מיר ווארטן אויפן ענדגילטיגן בשורה טובה מיטן אייבירשטען'ס הילף..

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 8:19 pm
דורך 3x0
א גרויסן שכוח פאר די אפדעיט, מיר וועלן אייך ווייטער אינזין האבן.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 9:53 pm
דורך שוועמל
א דאנק ר' לחם פאר די געהויבענע עדכון.
הקריאה מעורר, די השפעות פון יוסף הצדיק ויוסף הוא המשביר זאל אייך באגלייטן ביז מו"ע שנה מיט לחם לפי הטף לויט אלע פשטים!

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 6:09 pm
דורך קרעמער
יישר כח לחם'ל פאר די אפדעיט, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 6:15 pm
דורך farshlufen
קרעמער האט געשריבן:יישר כח לחם'ל פאר די אפדעיט, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 03, 2010 12:36 pm
דורך איך_הער
יישר כח קרעמער פארן פרעגן, און לחם'ל פארן ענטפערן.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 03, 2010 4:40 pm
דורך פוילישער
קרעמער האט געשריבן:יישר כח לחם'ל פאר די אפדעיט, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 12:59 pm
דורך לחם לפי הטף
לחם לפי הטף האט געשריבן:ווינדער איבער ווינדער, דער ערשטע בלוט טעסט נאך א וואך אויף די פילס, האט געצייגט אז די נומערען זענען אינגאנצען אראף.
ווען דער גאנץ ערשטע בלוט טעסט וואלט געהאט די רעזולטאטען, וואלט רעידיעשען בכלל נישט געקומען אויף די פראגע.

איך האב מיך געהאט אדורך גערעדט א שטיקעל צייט פריערט מיט איינע פון ר' הערשעלע ספינקער ז"ל קינדער און יענער האט מיר געזאגט,
אז זיין טאטע ז"ל האט געזאגט אז מען דארף טוהן אלעס וואס די דאקטוירים עצה'ן און גארנישט משנה זיין.

יעצט וועט מען רעדען מיטען דאקטער ביים נעקסטען אפאינטמענט נעקסטע וואך דינסטאג, און זעהן וואס ער האט צו זאגען.
איך האב בדעה צו פרעגען אויב 'wait and observe' איז אן אפשען.

איך בין געווען היינט ביים דאקטאר פארען 6 חדשים טשעקאף. (און אמתן נאר 5 און א האלב)

איך האב אוהם געפרעגט וועגען דער 'wait and observe' אפשען.
האט ער מיר גענטפערט אזוי.

וויסען זאלסטו, אז פון אינזער שטאנדפונקט ביסטו קענסער פריי, אויב עס וואלט עפעס נאך געווען, וואלט די בלוט נומערען געווען מיט אסאך העכער אפילו ביים ערשטען בלוט טעסט נאכען סורדשערי.

וויבאלט די נומערען זענען אזוי נידעריק געווען, האט עס נישט געדארפט אסאך אז עס זאל אינגאנצען אראף גיין, און די פילס וואס איך נעם יעצט האט טאקע אינגאנצען אראף געשטיפט.

נאר וואס דען?

מעדעצין איז נישט קיין exact science . אסאך זאכען וואס מיר טוהן אדער עצה'ן זענען געבויט אויף סטעטיסטיקס פון לאנגע יאהרען.

פון שטודירען און אבזערווירען האבען זיי איינגעזעהן, אז פאציענטען מיט מיין ערפארונג, און די לאנג ראן, איז די סורוויוועל רעיט אסאך בעסער מיט רעידיעשען.

אויב מען זאל נעמען 200 מענשטען מיט עקזעקטלי מיין קעיס, און פאר 100 גיבט מען רעידיעשען תיקף, און פאר 100 טוט מען
wait and observe , און מען איטרעווינט ערשט ווען עס מאכט זיך א פראבלעם,
פון זייער ערפארונג האבען זיי געזעהן, אז די גרופע פון 100 וואס האבען געקרוגען גלייך רעידיעשען, האבען אסאך בעסער טשענסעס געהאט, און וויינגער מענטשען זענען געשטארבען פון דער מחלה, וויא דער אנדערע גרופע.

דאס, זאגט ער מיר, איז פון זייער שטאנדפונקט, וויא זיי קוקען עס אהן אויף א רבים,
אבער איך, אלטס יחיד, ער קען מיר נישט זאגען וויא איך פאל אריין, צו איך בין פון די וואס פארוועם עס וואלט געווען גוט אפילו אהן רעדיעשען אויך. און, שטעלט ער צו, the choice is mine .

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 1:07 pm
דורך 3x0
זיי צומישן אייך ווייטער?

אזויווי איר האט עס פאריגעס מאל א דורך געמאכט, וועט איר עס אי"ה דאס מאל אויך א דורכמאכן.

און מיר וועלן אייך ווייטער אינזין האבן ווען אימער מען קען.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 1:13 pm
דורך איך_הער
דער פון אויבן זאל אייך צופירן די ריכטיגע מחשבה און דעסיזשן, א ברכה און אנווייזונג פון א גוטן יוד קען זיכער נישט שאטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 7:57 pm
דורך לחם לפי הטף
די וואך מאנטאג האט מען אהנגעפאנגען רעידיעישען.
דערווייל איז נישט דא קיין שום סייד עפעקטס, און וויא די נורסעס זאגען, עס וועט גאנץ מעגליך נישט זיין
אפילו להבא אויך נישט. אפשר אפשר וועט זיין א ביסעל שוואכקייט, באט דעטס איט.

עס וועט אבער נעמען א שטיקעל צייט.
פינף טעג א וואך, אכט וואכען.

זיי זענען מסביר אז די גאנצע רעידיעישען טריטמענטס איז נאר ליתר שאת.

מען קומט א יעדען טאג און האספיטעל. מען זיצט אונעם 'וועיטינג רום'.
מען קוקט זיך ארום. מען זעהט, ליידער, יונגע מענטשען, אחינו בני ישראל, זיצען אויך דארט און ווארטען און די רייע.
דינסטאג איז דארט געווען א חסידישער פארפאלק מיט א קליין קינד און א סטראלער. די פרוי האט געווארט און 'וועיטינג רום' אויף איהר מאן.
היינט איז דארט געווען א יונגע פארפאלק. זיי האבען נישט אויסגעזעהן עלטער וויא און די צוואנציגער יאהרן. דער מאן איז מיטגעקומען מיט זיין ווייב 'טו קיפ הער קאמפעני'.
דאס הארץ ווערט פארקלעמט צו צו קוקען.
אוי באשעפער! וויא פיל דארפען יודען ליידען?
שוק א גאנצע רפואה פון הימעל פאר כל חולי עמך ישראל במהרה...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 8:21 pm
דורך פרייליכערהייט
לחם'ל: זאל עס טאקע זיין ליתר שאת, וליתר עז, און ס'זאל שוין זיין "כל עצמותי תאמרנה"!!! און תמיד הערן בשורות טובות.

דיין לעבעדיגע באריכט איבער די ווארט זאל. די "וועיטינג רום", ווי קינדערלעך, יונגעלעך, פאר-פעלקע'לעך, און גרויס'עלעך, מענער, פרויען, ווארטן אלע מיט אנגסט, און שרעק, מיט האפענונג אויפ'ן בעסטן, באנעמט דאס הארץ, און עס צוגייט פון רחמנות,... עס איז נישט קיין שלעכטע פלאץ צו באזוכן פון מאל צו מאל-נאר געזונטערהייט, און פרייליכערהייט, ג'אסט אביסל זיך אומצוקוקן וואס "אונזערע" ברודער און שוועסטער, שכינים און באקאנטע-גייען דורך. אוי באשעפער שיק "זיי" שוין א גאנצע רפואה, קל נא רפא נא לה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 8:24 pm
דורך קרעמער
יישר כח פאר די אפדעיט, מיר האבן גראדע געווארט דערויף.

זאלט איר האבן א רפואה שלימה בתכלית השלימות.

אייר איז דאך ר"ת אני ה' רופאך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 8:47 pm
דורך קנעפעל
ר' לחמל זאלט איר אוואדי זיין געזינט און שטארק בבריאות השלימות, איר האט זיך שוין געניג אנגעליטען, פון היינט און ווייטער נישט וויסן פון קיין דאקטרים שפיטעלער וכ"ו,נאר אויף שמחתדיגע אויפנים,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 10:33 pm
דורך שוועמל
בריך רחמנא, אדאנק פאר די עידכון לחם.
איי דאס ראי'ה איז מיר פארנעפלט ליינענדיג דיין שילדערונג אין וועיטינג רום.

א"מ שלח רפואה שלימה לחולי עמיך

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 23, 2010 9:44 am
דורך ווילדער קאפ
יא יא, די וועיטינג רום איז א לעבידיגע מוסר ספר.
אידען דארפן רפואות, א"מ שלח רפואה שלימה לחולי עמיך.

ר' לל"ה זאלסט אונז אייביג קענען מבשר זיין נאר גוטע בשורות.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 23, 2010 10:35 am
דורך לחם לפי הטף
אמן פאר אלע ברכות. און אוהר אלע זאלטס קיינמאל נישט דארפען אהנקומען אהון.

פארעפענטליכט: שבת אפריל 24, 2010 7:58 pm
דורך געלעגער
א גרויסן דאנק ר' לחם פאר די אפדעיטס,
דער אויבערשטער זאל דיר שיקן א גאנצע רפואה בקרוב אמן!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 7:44 pm
דורך לחם לפי הטף
היינט איז געווען דער זעקסטע טריטמענט.
נאך 34 צו גיין. (דא ציילט מען צוויי סארט ספירה)
.so far so good
דער רבוש"ע זאל העלפען אז עס זאל אזוי גיין ווייטער.

נעכטען ביים אהנקומען און שפיטאל, צודריזעלט זיך דער סעלפון און טאש. מען גיבט א קוק אויפען קאולער איידי און עס איז נישט מער נישט ווייניגער נאר 'וויכי' בכבודו ובעצמו.
ער זאגט מיר אז ער פארט יעצט אוועק פון שטוב און קומט מיך אויפנעמען ווען איך בין פארטיק און ער וועט מיך א היים נעמען.

עס איז מיר א ביסעל אום באטעמט, ווייל בטבע גלייך איך נישט זייער זיך באנוצען מיט אנדערע. אבער 'וויכי' האט שוין לעצטע וואך געזאגט אז ער טוט עס גערען און איך מוז אוהם לאזען.

עס איז מיר געקומען און געדאנק דאס ווארט וואס דער המגיד הגדול ממעזריטש זי"ע האט געזאגט פאר די צוויי ברידער דער רבי ר' אלימלך זי"ע און דער רבי ר' זושע זי"ע.
די צוויי ברידער, וויא עס איז ידוע, זענען געגאנגען אפרעכטען גלות. וויא זיי זענען נאר אהנגעקומען און א שטא, האבען זיי קיינעם נישט געדארפט פרעגען וויא דער בית מדרש איז. זיי האבען דאס אליינס דערשפירט און גלייך אהון געגאנגען.
דאס איז אלטס געווען איידער זיי האבען זיך דערנענטער צום דרך הבעש"ט. יעצט האבען זיי שוין נישט דערשפירט דער מקום פון בית מדרש און שטאט, און זיי האבען געדארפט פרעגן.
זיי האבען זיך איבערדעם באקלאקט צו זייער רבי'ן דער גרויסער מגיד, אז היתכן זייט זיי האבען זיך דערנענטערט צום דרך החסידות זענען זיי געפאלען און די מדרגה.
האט זיי דער מגיד גענטפערט,
וואס ארט אייך אז ווען עטס וועטס פרעגען, און א יוד וועט ענק ענטפערען און אנצייגען וויא מען גייט צום שוהל, האט עטס גורם געווען אז א יוד האט געהאט די זכיה צו טוהן אן ענין פון גמילת חסד?

דער מעשה איז מיר דורך געגאנגען און מוח בשעת 'וויכי' האט זיך איינגעאקשנט אז ער קומט מיך אפנעמען, און איך האב מסכים געווען מיטען כוונה אז אויב דורך מיר וועט א יוד טוהן אן ענין פון גמילת חסד, זאל דאס אויך ביישטיין לזכותי.

וויכי איז פונקט אהנגעקומען בשעת ווען מען איז דורך געגאנגען די טריטמענט
איך בין פארטיק געווארען און איך קום ארויס נעמען מיין מאנטעל און ספר, און עס ווארט מיר אן איבעראשונג.

וויכי איז נישט געקומען אליינס.
און וועטינג רום האב איך מיך באגעגענט מיט דעם מיסד הקרעטשמע הרב 'קרעמער' ואתו עמו הרב 'שאץ מאץ'

דער נעכטיגער טאג האט זיך נישט אהנגעהויבען אויף גלייכע רעסלען. און דער באגעגעניש האט מיר געהויבען די מוד. דער רבוש"ע זאל ענק באצאלען כפל כפלים.

איידער מען האט זיך ארויסגעלאזט פון האספיטעל האט מען ביסעל געוויילט דארט און עס האט זיך אנטוויקעלט א שמועס איבער מנהגים.
בתוך הדברים האב איך דערמאנט אז איך האב אמאל געהאט געהערט אז עס איז דא א מנהג צו עסען פרייטאג דווקא פלייש, משום מנהג הנוצרים שלא לאכול בשר ביום ששי. זיי רופען דאס אהן בשם meatless Fridays
הרב קרעמער האט געזאגט אז עס איז געווען א מנהג ביי צדיקים נישט עסען מילכיגס אום פרייטאג.
אויף דעם האט 'שאץ' געזאגט אז ביי זיין טאטען איז דא א מנהג נישט זיך צו שערען ביום ראשון, און דאס איז אלטס נישט מזלזל זיין בכבוד שבת. אויב די ווילסט דיך אפשערען ביום ראשון, פארוואס האסטו זיך נישט אפגעשוירען ערב שבת לכבוד שבת?

מען האט זיך דער נאך ארויסגעלאזט און גאס צום קאר, און וויכי האט מיך אהיים גענומען ביז צי די טוהר

מי כעמך ישראל!

 

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 8:03 pm
דורך מאנאגרעמס
מי כעמך ישראל!!! ווערי נייס פראם יו גייס!

און צו דיר, לחם. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט מער נישט דארפן אנקומען צו די טריטמענטס. זאלסט האבן א רפואה שלימה בקרוב.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 8:47 pm
דורך קרעמער
דער קרעדיט קומט זיך פאר וויכטיג-מאכער, ער איז געווען דער אינציאטאר פון די גאנצע באזוך, אויסערדעם האט ער אונז ארויסגעדרייווט און אהיימגעפירט ווי לחם-לפי-הטף זאגט "טיר צו טיר" סערוויס. דער זכות זאל אים ביישטיין בזה ובבא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 12:07 pm
דורך פוילישער
ווער קען זיך פארגליכן צו וויכיס גאלדענע הארץ.

ר' לחם, א רפואה שלימה בקרוב במהרה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 2:39 pm
דורך שאץ מאץ
מיין זיידע פלעגט צו זאגן דור לדור ישבח מעשיך, ווי מ'זאגט אין ענגליש דאר טו דאר סערוויס, ווער עס טוט א טובה דאר טו דאר דער איז ישבח מעשיך,
וויכי ישבח מעשיך דאר טוט דאר סערוויס, ווי מיר האבן אינאיינוועגס שיין פארברענגט,