בלאט 2 פון 8

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 11:10 am
דורך לחם לפי הטף
הרב שא"ץ
א ספעציעלער ישר כוח פאר דער זמר.
עס האט מיך זייער בארירט.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 23, 2009 7:50 am
דורך farshlufen
א דאנק פאר די פרייליכע בשורה, ברוך רופא חולים, מי שגמלך טוב הוא יגמאך כל טוב סלה בבריות גופא ונהורא מעליה. אמן

-----

הרב שאץ, גאר א שיינער זמר'ל
עס איז אריין טיף אין מיין הארץ קעמערל.

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 29, 2009 9:57 pm
דורך לחם לפי הטף
א גוטע וואך!
די וואך ווערט זעקס וואכען פונעם אפעראציע.

גלויבט דער באשעפער, מען זעהט שינוים פון טאג צו טאג אויף בעסער.
בנוגע די כוחות, קען מען זאגען אז עס איז כמעט אונגאנצען צוריק.

דאס פראבלעם פון זיך קענען קאנטראלירען ביים ארויסגיין, גייט א ביסעל צי לאנגזאם. אבער מען האט געזאגט פון פאראויס אז דאס וועט
אזוי זיין. מיט דעם אלעמען, איז און דעם געביט קען מען אויך שוין זעהן אסאך פארשריטען אויף בעסער.

דינסטאג וועט זיין דער 6week checkup וויא זיי רופען דאס אהן.
מען איז א ביסעל נערוועיז בנוגע א ספעציעלער בלוט טעסט וואס עס וועט ווייזען.

אלע סימנים ווייזען אבער אז מיטען אייבערשטער'ס הילף וועט מען האפענטליך קרוגען א clean bill of health

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 29, 2009 10:05 pm
דורך געלעגער
לחם'ל מיר וואונטשען אין האפען אויפן בעסטען,
לאזט אונז וויסען די רעזולטס,

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 29, 2009 10:23 pm
דורך פאטאקי08
דיך אי"ה אינזין האבן מארגען ביי סליחות
און דער באשעפער זאל העלפן זאלסט טאקע באקומען א clean bill of health ביז די 160!

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 29, 2009 10:24 pm
דורך קרעמער
איר ווייסט וואס קומט נאך די 6'טע וואך אונטערזוך?

נישט גומל בענטשן, דאס האט איר דאך שוין געטאן פון פריער.

איך רעד פון בילקעלעך...
---
פאטאקי האקט אריין

פילייכט זאגט ער סליחות גאנץ אלול.

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 29, 2009 11:24 pm
דורך שטארק זיך
דער רבוש"ע זאל העלפן דער טעסט זאל צוריק קומען מיט די בעסטע רעזולטאטן לרפואה שלמה.
.......................................
ביז היינט האבן מיר געוואוסט אז פאטאקי איז אונגערישער נו"ן ליוצאי שאראש פאטאק, פילייכט איז ער א ספרדי, וטעות לעולם חוזר...

ווייסט איינער אפשר פון וואו אבאמא שטאמט...?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 30, 2009 1:44 pm
דורך לחם לפי הטף
שטארק זיך האט געשריבן:ווייסט איינער אפשר פון וואו אבאמא שטאמט...?

ער זאגט אז אויף זיין געבורטס סערטיפיקעט שטייט Hawaii :wink:

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 30, 2009 1:46 pm
דורך לחם לפי הטף
קרעמער האט געשריבן:איר ווייסט וואס קומט נאך די 6'טע וואך אונטערזוך?

נישט גומל בענטשן, דאס האט איר דאך שוין געטאן פון פריער.

איך רעד פון בילקעלעך...
---

גערעכט!
עס איז און דער פלאן און מען וועט פארשטענדיגען......

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 01, 2009 10:16 pm
דורך לחם לפי הטף
היינט געווען ביים דאקטאר פאר דעם וויכטיגען בלוט טעסט.

ב"ה מעקען זאגען און פריידען אז די רעזאלטאטען זענען געווען גאר גוט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 01, 2009 10:22 pm
דורך קרעמער
חסדי ה' כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 01, 2009 10:33 pm
דורך ביקסאד
ואל תטשנו הוי"ה אלקינו לנצח.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 5:04 am
דורך פאטאקי08
קרעמער האט געשריבן:חסדי ה' כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 6:19 am
דורך 3x0
פאטאקי08 האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:חסדי ה' כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו.

דער אויבישטער זאל העלפן איר זאלט שנעלערהייט צוריקקומען צו די כוחות אזויווי פארדעם, און איר זאלט אלעמאל זיין געזונט אין שטארק.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 6:36 am
דורך פויער
ברוך רופא חולים

די חסדים פונעם גרויסן באשעפער איז אין לשער אפילו אינעם גרעסטן הסתר פנים זעהט מען דעם יד ה'

זאל דער בוכ"ע העלפן עס זאל שוין מקויים ווערן ביי דיר און ביי גאנץ כלל ישראל כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאיך

מען זאל נאר דארפן צוקומען צו דער דאקטער נישט צו קיין צווייטן

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 6:47 am
דורך bailout
פאטאקי08 האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:חסדי ה' כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 8:56 am
דורך איך_הער
מי שגמלך כל טוב, הוא יגמלך כל טוב סלה.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 6:31 pm
דורך געלעגער
הודו לה' כי טוב כי לעולם!! חסדו,

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 6:52 pm
דורך מר. מצליח
אה הודו לה' כי טוב
ב"ה זאל דער פון אויבן ווייטער העלפן אלע אידן

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 11:25 pm
דורך שטארק זיך
ברוך השם ככשר כוח פאר די גוטע נייעס.
כן יעזור ה' הלאה.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 11:45 pm
דורך שוועמל
הודו לה' כי טוב

ס'קומט פאר א גרויסארטיגע סעודת הודאה אין דעם זאל פונעם אשכול.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 03, 2009 12:56 am
דורך שאץ מאץ
שוועמל האט געשריבן:הודו לה' כי טוב

ס'קומט פאר א גרויסארטיגע סעודת הודאה אין דעם זאל פונעם אשכול.


איך מיין אז מ'זאל דאס צוזאמען שטעלן מיט די קומזיץ וואס בעילאוט האט געוואלט מאכן חול המועד פסח,
זאל מען יעצט מאכן חול המועד סוכות.....

א סעודת הודאה, מיט אלע פארבן....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 9:57 pm
דורך לחם לפי הטף
עס איז שוין דריי חדשים.
די כוחות זענען שוין ב"ה אינגאנצען צוריק.
מען מעג עסען וואס מען וויל, מען מעג טוהן וואס מען וויל, אפילו הייבען שווערע זאכען.

נאכען אפעראציע האט דער דאקטאר געזאגט אז ליתר שאת וואלט מען געדארפט רעידיעישען אויך.
מען האט גענומען א בלוט טעסט נאך זעקס וואכען אוויא געשריבען און א שריערדיגע תגובה.
די רעזולטאטען זענען געווען גוט...נישט פערפעקט אבער גוט הייסט עס.
חוה"מ סוכות האט מען איבערגענומען דעם בלוט טעסט. לויט די רעזולטאטען פון ביידע טעסטס איז דער דאקטאר שטארק נוטה אויף גיין פאר רעידיעשען. די טריטמענטס איז מיט א קלענערע קראפט און די צאל טריטמענטס איז אויך ווינציגער וויא ווען מען וואלט נישט געהאט סורדשערי.

עס איז נישט עפעס וואס מוז געטוהן ווערען וויא אמשנעלסטען, אבער צו לאנג ווארטען זאגט ער זאל מען אויך נישט. דאס בעסטע איז אז עס זאל נישט אדורך גיין זעקס חדשים פונעם אפעראציע.

איך רעדט מיט איינעם ווער עס איז אדורך געגאנגען די זעלבע פרשה מיט די זעלבע רעזולטס צוויי יאהר פריערט, און ער זאגט מיר אז זיין דאקטאר האט געהאלטען אז מען דארף נישט רעידיעשען.

נאכאמאל נישט וויסען וואס צו טוהן...

דערווייל ווארט מען!
דריי חדשים איז נאך דא. מעגייט זיך דורך רעדען מיט א 'גוטען יוד'.
און דערנאך וועט מען מאכען אן החלטה.

=====

מען קען דאס נישט משיג זיין...דאס ארום גיין מיטען וויסען אז מען איז געווען זייער קראנק. און מען ווייסט נישט אויף א זיכער אז מען איז געהיילט אונגאנצען.. (הרב 'מיללער' האט מיר געשריבען אז די רפואה איז דא אבער עס פעלט און שלימות, און ווען מען ווינטשט אהן א רפואה שלימה מיינט מען שלימה במלא המובן.)

דער פחד פון דעם brush with death בלייבט מיטען מענטש. דאס נישט וויסען וואס דער עתיד ענטהאלט.

דער מאמר חז"ל פון 'שוב יום אחד קודם...' אויפאמאל קרוגט אן אנדערע דערהער.

און איך קלער אז דאס קען אויך זיין א פשט אונעם מאמר פון ר' יוחנן און מסכת גיטין...דער מאמר וואס איך האב דערמאנט.
מהו דכתיב אשרי אדם מפחד תמיד...
אז מען לעבט מיט דעם פחד, און מען פארלירט זיך נישט איז 'כל יום בתשובה' און דאס איז דער 'אשרי'

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 10:08 pm
דורך שטארק זיך
דער רבוש"ע זאל העלפן אז במקום 'רעידיעישאן' זאל אייער לעבן אנגעפילט ווערן מיט 'שטראלען' פון ליכטיגקייט, מעתה ועד עולם.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 2:16 am
דורך שאץ מאץ
איינער האט געטייטשט אמאל והסר ממנו את מכת המות הזה... מות איז עפעס א מכה?, א מכה איז א מכה און מות איז מות...
נאר צומאל דייעגנאזט מען איינעם מיט א מכה וואס בלויז דאס מחליט זיין אז ער ליידט אויף דעם איז מכת המות. מ'דערשרעקט אים מיטן טויט, והסר ממנו עס מכת המות הזה...

זאל דער אייבישטער העלפן הקריאה מעורר הזמן, די פרשה פון א"א נאכן ברית האט ער געהאט א רפואה, כחום היום כחום ר"ת 'והסר 'ממנו 'כל 'חולי,
יקח נא מעט מים וגו', ס'זאל זיך גיסן השפעות,
.