בלאט 1 פון 1
תורה מה תהא עלי'?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 1:05 pm
דורך farshlufen
מיין טייערער חברותא
אקדמות מילין ושריית שותא
הער מיר צו ווערטער איינינגקע
פון מיין שכל דאס קליינינגקע
א לאנגע צייט וואס מיר לערנען שוין צוזאמען
הערליכע טיפע סוגיות געשוואומען אין זייערע ים'ן
געלערנט א בלאט נאך א בלאט
קיינמאל פון תורה געווארן זאט
געהארעוועט מיט פלאג און מיה
תורת ה' מחכימת פתי
ענינים וואו איך בין געווען צומישט שטענדיג
זענען קלאר געווארן דורך און דורך אינעווענדיג
שעה'ן אויף שעה'ן געלערנט ברציפין
פארגעסן אינגאנצן אהיים צו רופן
אוי איז דאס געווען מתוק מדבש
בעסער ווי די בעסטע נאש
איצט אבער אז דו ביסט אויף וואקאציע געפארן
כ'טרעף נישט קיין געהעריגער חבר כ'פיל זיך פארלארן
וואס וואס וועט פון מיר ווערן
ביי די הייליגע גמרא כ'זיץ גערן
אן א חברותא אבער א סוגיא צו שערן
ווער וועט מיר א הארבן תוספות ערקלערן
קליינע קשיות זעהן אויס ווי גרויסע בערן
עפעס גייט נישט עס טוט שטערן
הייליגער בורא עפן שוין אויף די חכמה רערן
מיין טייערער חבר טו מיר פארשטיין
איך האלט נישט אויס מער דאס לערנען אליין
א איד דארף דאך לערנען ווען אימער
קאלט אדער הייס ווינטער צו זומער
דו זיצט זיך באקוועם אונטערן בוים
און איך ליידער לערנען קען קוים
עד מתי, ווי לאנג וועל איך נאך ווארטן אויף דיר
עד מתי, ווען וועסטו שוין קומען צום שיעור
עד מתי, עד מתי וכו'.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 1:08 pm
דורך טיטאניק
וואו וואוינסטו, איך זוך יעצט א חבר!!! איך קום שוין אריבער, הארציג אראפגעלייגט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 2:31 pm
דורך קרעמער
הערליך הערליך
(בדרך צחות: קענסט עס געבן פאר יאמי לעווי'ס נייע טעיפ "עד מתי"...)
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 3:18 pm
דורך געלעגער
פארשלאפען,
איך האב לעצטענס אסאך געזעהן אידן לערנען מיט זייער חברותא אין די בלוי ציינדעל אויפן אויער איז די פארמיטלער, פראביר עס אפשר וועט ער דיך אויך ציפרידן שטעלען.
אין צום עצם ארטיקעל,
הערליך שיין
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 4:13 pm
דורך בןהרחמן
שיין געזאגט וואויל געזאגט, אמת'דיג און הארציג
(וועלכע טאן קומט אויף דעם?)
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 9:34 pm
דורך איך_הער
מ'זוכט נאך א קאמפויזער דערפאר, קענסט נאך ווערן.
הרב פארשלאפן, הערליך, כ'האב שיער געוויינט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 12:39 am
דורך שמערי בערי
איך אויך...
ייש"כ פארשלאפן, ס'איז שוין גארנישט פארשלאפן... (דער ארטיקל... די חברותא אפשר יא...) זייער הארציג און שיין.
כ'מיין אז ס'גייט אויף בדידי חלק ב'...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 1:10 am
דורך וויכטיג מאכער
אין ביהמ"ד אין א ווינקל, זיצט זיך א "לעבעדיגער" יונגערמאן, דער יונגערמאן פארמאגט א טאלאנט וואס מ'זעהט זעלטן, סיי ער קען שרייבן שיינע גראמען, סיי ער האט א מורא'דיגע ווארעמקייט אין זיך, אויך פארמאגטער א שטארקע געפיהל, און מער פון אלעם איז, אז ער האט דעם טאלאנט אז ער קען אלע דריי צאמשטעלן אויף איין מאל, ד.מ. באשרייבן זיינע געפיהלן, מיט א מורא'דיגע ווארעמקייט, און ס'זאל זיין אויף גראמען..
ס'נאר דא איין זאך וואס שטערט דעם עולם, צו וואס הייסט דער יונגערמאן פארשלאפן, ווער האט עם דעם נאמען געגעבן??!!.. כ'מיין, אויב דעם הייסט פארשלאפן, וואס מיינט לעבעדיג?..
אבער דערווייל האט נאך קיינער נישט קיין קלארן תירוץ אויף די קשי', ווער ס'האט א תירוץ, זאל פליז קומען צו די מייק, אבער שנעל, פאר זיין חברותה קומט צוריק...
פארשלאפן, געוואלדיג..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 7:20 am
דורך הערשי קניהויז
הערליך שיין!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 8:14 am
דורך תמים
פארלאפן איך מוז דיר זאגן ביסט ריזיג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 1:03 pm
דורך יאנאש
הערליכע חרוזים, מען זעהט אז עס קומט פון טיף.
איז דען נישטא אסאך חברותא'ס וואס זענען אויף האלד אין דיעזע טעג? אפשר איז כדאי צו עפענען א שטיקל פארמיטלונג נאר פארן זוממער.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 05, 2009 11:58 pm
דורך שאץ מאץ
דאס איז קלאר
אז דיר פעלט א פאר
א פאָר וואס זאל זיין מיט דיר צוזאם
ווייל אזוי האט עס א בעסערע טעם,
איז אבער געשעהן
אז א נייעם פאָר טוט מען דא זעהן,
אנשטאט צו נעמען א פאָר צום לערנען,
וואס זיין אפווענזהיינט טוט דיר דערצערנען
האסט זיך גענומען א פאָר ווערטער און שורות,
זאלן זיך צוזאמען פאָרן ווי די זמירות,
זייער פיין און זייער שיין,
אזוי האבן כאטש הנאה גרויס און קליין,
סיי א חבר, און סיי א פאָר, לאזן נישט זיין "פארשלאפן",
און אויף א פרישן ארטיקל טוען מיר האפן,
.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 9:10 am
דורך יעקעלע פוקס
ר' פארשלאפען מיין טייערע חבר פון שטאט
לאמיך דיר זאגען אפן אין גראד
איך פארשטיי גיט דיין פראבלעם
און פאר מיר צי לערנען אן דיר, איז אויך נישט באקוועם
אבער וויסען זאלסטי אז די נערווען מיינע מיזען אביסעל רוען
און אין שטאט טיט מיין גוף מיט די נשמה ציזאמען בריען
איז מיין עצה צי דיר זייער קלאר
א טעמפערערי חברותא נעם דיר גאר
שעם דיך נישט טוה אים שיין בעטן
און א פרישע סוגיא טוה מיט אים קנעטן
ווייל נישט לאנג, בערך ווי אן אויגן בליק
בין איך שוין פון די בערג צירוק
און ציזאמען זיך מתעלס זיין באהבים ווי פריער
און האקען שטיקער אן א שיעור
כל טוב, זאל דיר אלעס גיין בנחת ובניקל (בלית ברירה לכבוד דעם גראם מיז מען עס זאגען יעצט מיט א סגו"ל)
וואונטש איך דיר מריחוק המקום ומקירוב הלב, יעיקל
נ.ב. געדענקסט נאך אונזער שיעור חו"ר
(טויזענט יאר צירוק ווען [איי] וועלט איז נאך געוועהן וועלט?......)
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 10:05 am
דורך קרעמער
היינט געזען אין דבר יום ביומו א חברותא ווערט געזוכט פון 5:15 ביז 6:15 פארטאגס אין די וואלאבאוט געגענט.
אויב דאס איז נישט פארשלאפן, אפשר קענט איר אייך צוזאמשטעלן.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 10:43 am
דורך scy4851
פארשלאפען! יעקעלע!
עטץ זענסט ביידע ריזיג!
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 10:47 am
דורך ברוך
מיין חברותא איז אויכעט זייער ברוגז אויף מיר, (ער לייקענט נאך דערווייל אז ער שרייבט און קרעטשמע)
סאו אפשר קען מען עס צוזאמשמעלצן?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 07, 2009 3:28 pm
דורך farshlufen
ר' טיטאניק, איך ווארט אויף אייך.
קרעמער, ר' וויכטיג דארף עס אפראווען, אן דעם איז א שאד די הארעוואניע..
ר' ושכבת, מיין חבר ווייסט נישט ווי אזוי מ'באנוצט זיך דערמיט.
בן הרחמן, דעם טאן לאז איך פאר די פראוס.
ר' איך הער, אויב שוין יא לאזן א טרער, וואס איז טאקע געווען דער שטער?
שמערי, מיין חברותא זז"ג איז ווייט פון פארשלאפן. [תרתי משמע, ודו"ק]
ר' וויכטיג, איך האב שוין לאנג פארגעסן, אבער דאס איז דער מציאות.
ר' הערשל, דאנקע שיין.
ר' תמים, צו זיין א תמים דארף מען אסאך שכל.
יאנאש, אפשר ביי אייך אין שטובל?
ר' שאץ, מיין טייערער פריינט
א גוטע איידיע האט איר אויסגעפלאנט
דאס איז אמאל sure
אז שבת געלט קומט אייך א פאר.
ר' יעקעלע, ווי איך פארשטיי [נוץ דיין איינגערינגעלטע..]
אילו זכינו לזה
וואלט געווען א דבר השלם
ווען עס קומט ווען צושטאנד אייער חלום.
קרעמער, עס וועט נישט צושטאנד קומען צוליעב לאגיסטישע סיבות..
ר' שמחה, א דאנק, זאלט איר זוכה זיין ללמוד וללמד לשמור ולעשות ןלקיים מיט געזונט, כח און מוח.
ברוך, מארגן וועל איך עס נאכאלץ לייקענען.
און צום לעצט נאט אייך אלע
פון מיין טיפן הארצן א דאנק בשמחה ובצהלה
פארן אוועקשענקען א מינוט ממינע ווערק צו לייענען
זאל דער בורא עולם מיט אלעס גוטס אייך בא'חנ'ען.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 07, 2009 6:23 pm
דורך יאנאש
נע, מיין אפיס איז זייער אנגעלייגט מיט מערערע פראיעקטן, אבער איך בין זיכער אז עס קען זיך יאווען איינע פון די טעטיגע וומ"סער עסקנים דאס צו דורכפירן, און מיט סוקסעס.
עס איז דא נאך א סיבה פארוואס עס זאל זיין גרינגער זוממער צו צאמשטעלן חברותות אפי' זיי וואוינען נישט אינעם זעלבן געגענט, ווייל די טרעפיק איז פיל פיל גרינגער די טעג אין ווילי, און אויך מיט פארקינג איז היבש בעסער.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 13, 2009 10:24 am
דורך דארפסמאן
איך לערן מיט מיין חברותא אויפן טעלעפאן אדער זעץ איך מיך און א ווינקל און בהמ"ד און טי אן די בלוי ציין אין געט א רוף ישראל וארייתא פון אפאר חדשים ציריק און מען שווימט אריין און ים התלמיד
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 2:17 pm
דורך farshlufen
דער זומער איז שוין דא ווידער
מיין חבר פארט ווייטער אויסרוען זיינע גלידער
ואני הקטן פארמוטשעט און פארפלאגט
האב נישט מיט וועמען צו לערנען צופרי איידער עס טאגט
פארפאלן ס'איז א צרת רבים א מכת מדינה
דאס האבן נאך געטאן אונזערע זיידעס אלס גרינע
זיך פארגענומען צוויי חדשים א יאר צו ליידן גלות
דערווייל די חברותות אין שטאט עיניהם כלות
וואס פעלט אויס אזוי זיך צו באמיטשען
נאר צו הערן די היישעריקן גריטשען
צאלט זיך עס דען אויס, Does it pay
פון מאראסט צו ווערן שמוציג און גרעי
און דערצו עס נאך אן רופן א וואקאציע
וואס פעלט דאס אויס און די היינטיגע אינפלאציע
הערטס נאר צו אידעלעך טייערע און וואוילע
דאס קאסט דאך א געוואלד, א פארמעגן איז דאס עולה
די ריכטיגע מנוחה איז דאך נאר אין די גמרא
א סימן אין שו"ע א הסבר א סברא
פון אלעם טוט מען דאן פארגעסן
פון שלאפן טרינקען און פון עסן
אנשטאט צו ארבעטן און דערנאך פאר קאנטרי צו צאלן
ענדערש פון די ארבעט טוט אראפצופן אין לערנט ווי מיר האבן אראפגעמאלן
איי וועט איר דאן פילן א רואיגקייט א מנוחה
פיל מער ווי א מלך אויפן כסא מלוכה
ביידע וועלטן וועט איר פארמאגן
און איר וועט אייך נישט דארפן א מרחק רב יאגן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 11:43 pm
דורך בשבילי נברא
קרעמער האט געשריבן:היינט געזען אין דבר יום ביומו א חברותא ווערט געזוכט פון 5:15 ביז 6:15 פארטאגס אין די וואלאבאוט געגענט.
אויב דאס איז נישט פארשלאפן, אפשר קענט איר אייך צוזאמשטעלן.
א יישר כח פאר די גלענצנדע הצעה
מ'האב מיר טאקע אלעס אפגעשמועסט און ערלעדיגט אז אויפן קומענדיגן פארטאגס זאל מען זיך זעצן אינאיינעם לערנען.
איך געפיהן מיך שוין אין ביהמ"ד פון זייגער פינעווע פארטאגס און איך ווארט און ווארט, די זייגער ווייזט שוין 7:15 און איך ווארט נאך אלץ, ענדליך נעם איך מיך די מיה און איך רוף אן מיין נייע חברותא פרעגן וואס אזוינס ס'גייט דא פאָר?
שטעלטס אייך פאָר וואספארא מין אויסגעדראשענע תירוץ ער האט מיר געגעבן שוין אויפן ערשטען טאג.
איך בין "פארשלאפן"!!!שמו נאה לו ולמשנתו
.