פארוואס וויינט דער עלטער זיידע ביי די חתונה?!
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 3:03 pm
בס"ד
דער עלטער זיידע וויינט ביי די חתונה. פארוואס?!
ניין, מ'האלט שוין נישט ביי די חופה, און מ'האלט שוין לאנג נאכן קבלת פנים, און דאכט זיך אז ביזן מצוה טאנץ וועט נאך אויך דויערן אביסעלע, אבער ער וויינט... פארוואס?
הקדמות זענען גענצליך איבעריג, ווי די ליינער האבן זיך שוין איבערצייגט בין איך נישט קיין אפטער שרייבער, כ'בין בדרך כלל פארנומען, אן צופיל איבעריג צייט אויף די האנט, האב איך דעריבער נישט די מעגליכקייט זיך צו קענען ארויסגעבן מיט'ן שרייבן ארטיקלן צו אפט.
ב"ה אז מ'איז פארנומען מיט גוטע זאכן, ויעזור ה' מ'זאל זוכה זיין צו מער הרחבת הדעת, און אפשר קענען מער מהנה זיין דעם ציבור.
וואס מאכט מיר נעמען דעם פעדער אין די האנט אין א גרינעם דינסטאג... יא היינט געזאגט יום שלישי, שנכפל בו כי טוב, איז עפעס וואס האט מיך בארירט נעכטן נאכט, (נעוואדע, יעדער שרייבער איז בארירט... פון עפעס).
כ'וועל נישט שלעפען די ווערטער און די געהירן נאר באלד קומען צום פונקט.
אורמלויפענדיג נעכטן נאכט אויף אידישע שמחות, פרובירענדיג צו כאפן אלע חתונות אין איין נאכט, און אפגעבן דעם מזל טוב פאר פריינט און קרובים ביום שמחתם, בין איך אנגעקומען צו איינע פון די חתונות, וואו מען האט זוכה געווען צו די פערזענליכע באשיינונג פון אן עלטער עלטער זיידן בליעה"ר א צירקע בן תשעים עמו"ש, וואס האט שטייטסעך פיל צוגעגעבן צו די שמחה, צו זעהן א איד א שריד לדור ישן זיך פרייען ביי זיינס אן איר איר אייניקל.
נאך איידער'ן צוגיין אפגעבן דעם מזל טוב פאר דעם אלטן זיידן, האב איך דערשמעקט אז דער איד איז עפעס אויסער געווענליך מרוגש, און שטייענדיג מיט (אום)געדולד אויסווארטענדיג מיין רייע, צו קענען איהם גיבן די האנט און וואונטשן מזל טוב, האב איך דערווייל אבזערווירט די אנדערע וואס גיבן איהם די הענט און ואונוטשן איהם מזל טוב, און כ'האב געמערקט אז ער רעדט גאר ווארעם מיט זיי, נו, מסתמא קען ער זיך מיט זיי, באקאנטע, קרובים, צו ווייסעכוואס, שוין העמיר ווארטן ביז דער שמועס ענדיגט זיך, אז כ'בין שוין געקומען ביז אהער, ווילעך גיבן די האנט פאר אזא שריד לדור ישן אויך.
ענדליך קומט די רייע אויף מיר, כ'שפאציר צו צו דעם עלטער עלטער זיידע, כ'שטרעק אויס מיין האנט, ער גיבט מיר צוריק זיין עלטער-עלטער-זיידע-צוקנייטשטע האנט, עס פילט זיך מיר א זכי' דאס אנצוכאפן, כ'האלט אין די האנט א שטיק היסטאריע, כ'כאפ אן א פארבינדונג מיט דער אלטער-היים, איבער וואס מיר האבן אזויפיל געהערט און געליינט, אבער פארט נישט גענוג קיין השגה גענוג צו פארשטיין וואס דאס איז געווען, און ווי ווייט מיר זענען דערפון, כ'שפיר די מיטמאכענישן צרות יגון ואנחה וואס זענען אריבער אויף די האנט, מיט די אויסערגעווענליכע אמונה ובטחון מיט אמת'ע תמימות מיט וואס ער האט זיך מזחק געווען אין די שווערסטע אומשטענדן...
כ'האלט אן אצינד א פארבינדונג צו עולמות שחרבו, א קשר מיט די גלאררייכער פארגאנגענהייט, ווען יעדער פשוט'ער איד און אידענע איז געווען דורכגעווייקט מיט יראת ה' און אמונה פשוטה אן קיין חכמות... ווען די המבדיל.. בין ישראל לעמים איז געווען מיט א פעסטע מחיצה... ווען כמעט אין יעדן שטאט און שטעטל זענען געזיצן על כס הרבנות און מתנהג געווען באדמורות גאונים צדיקים וקדושים, פון דעם קאליבער פון וועלכע מיר ליינען נאר אין מעשה ביכלעך, פון דעם מאדעל וואס איז 'דיסקאנטיניוד', 'דעי דאונט מעיק'עם עני מאר', פון די וואס מיר האבן קוים פארכאפט אפשר א בליק צו טוהן אויף איינציגע יחידי סגולה, וועלכע השי"ת האט מותיר געווען לפליטה נאכ'ן ביטערן חורבן.
שטייענדיג אזוי פארגאפט עטליכע סעקונדן, האב איך זיך צוריק דערדראפעט צום ווירקליכקייט, דא אינמיטן די טאנצעדיג רינגן וועלכע שלענגלן זיך דא אינעם חתונה זאל, איך פרוביר זיך צו אריענטירן און איך וואונטש דעם עלטער עלטער זיידן א ווארעמע ברכה, דער אויבערשטער זאל העלפן, איר זאלט זוכה זיין ווייטער צו זעהן אסאך אידיש נחת געזונטערהייט, ביז הונדערט און צוואנציג [האט אמאל אן אלטער איד אפגעענטפערט אויף אזא ברכה אנטשלדיגט.. דאס אלעס? כ'בין שוין נישט צו ווייט פון די 120...], עמממ... ביז משיח'ס טאג, דערלעבן משיח'ן...
דער עלטער עלטער זיידע דריקט מיר ווארעם די האנט, און קוקט מיר אן מיט זיינע ווייכע דורכדרדרינגליכע בליקן, און דאן האט עס פאסירט....
כ'ווייס נישט פארוואס... צו איז דאס געווען מיט יעדן, צו נאר ספעציעל פאר מיר, אבער, ער קוועטשט מיר די האנט, און ער נעמט זיך רעדן, ווען ס'שטיקט איהם דאס געוויין, און א שטילע כליפע גנב'ט זיך ארויס צווישן יעדע פאר עטליכע ווערטער.
...ער מעג שוין קומען.. ס'מעג שוין קומען די ישועה.. אונז האמיר דאך אזויפיל מיטגעמאכט.. ס'מעג שוין קומען די ישועה...
עס שטיקן איהם די טרערן, ער כליפעט שטיל, די גאנצע צייט האלט ער מיר אן די הענט, און ער זעצט פאר, מיט געהאקטע זאצן.
ס'איז דאך געווען אזוי פינסטער... אבער מען האט דאך געקענעט זעהן אפענע זאכן... אין די פינסטערניש...
...ברוך ה' מ'האב מיר זוכה געווען... ווער האט דאס געגלייבט.... פינף דורות... מ'האב מיר צוגעזאגט, אויב מ'וועט געראטעוועט ווערן... אויב איך וועל געראטעוועט ווערן... אדער אנדערע.... וועלן מיר פארזעצן די דורות.... ברוך ה' מ'האט זוכה געווען, פינף דורות..... פינף דורות.....
דא האט ער זיך צעוויינט, און די מוזיק הויכהילכערס זענען גלייכצייטיג געשטיגן מיט אפאר דעציבעלס, אז כ'האב נישט געקענט ווייטער הערן.
...א שאד
כ'בין געשטאנען דארט פאר'חלומ'ט אינמיטן דעם רינג, די רויט פארשוויצטע פרייליכע בחור'לעך, געטרייע חברים פונעם חתן האבן מקיים געווען דעם כיצד מרקדין אויף די העכסטע אקטאוועס, אבער איך בין נישט געווען דא... כ'בין געווען ערגעץ אין אן אלטע פארגעסענע פארגאנגענהייט, און זיך פרובירט פארצושטעלן וואס דער איד שפירט אצינד.
כ'האב קוים ארויסגשטאמעלט, און איהם געענטפערט:
- איר זאלט דערלעבן משיח'ן מיט נחת.
און איך האב אוועק שפאצירט א פארטראכטער, איינגעזינקן אין מיינע רוישיגע געדאנקן, פרובירענדיג צאמצושטעלן וואס כ'האב אלץ געעהערט איבער די ביטערע קריעג, פון מיינע עלטערן, זיידעס, באבעס, רבי'ס, און וואס כ'האב אלץ צאמגעליינט, און יא אויך וואס כ'האב געזעהן, די [שוידערליכע] בילדער אויך... און איך האב פרובירט דאס אריינזעצן אינעם ראם, מיט דעם איד'ס הרגשים ביי די חתונה.
וואס זאל איך אייך זאגן, כ'האב נישט מצליח געווען... כ'קען זיך דאס ניטאמאל פארשטעלן.
זייענדיג אונטער דעם איינדרוק, האב איך באשלאסן כאטש אריינצוגלייגן די מחשבות אין ווערטער, און דאס מיטטיילן.