בלאט 1 פון 2
אז געלט איז באשערט וועט עס אנקומען צו דיר
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2009 9:25 pm
דורך געלעגער
א מעשה וואס כ'האב געהערט פין זרח וואס האט עס געהערט ברוך אין אזוי ווייטער ביזען בעל המעשה.
לאמיר אים ריפען דודי, דע דודי זינגט אויף חתונות נישט אלטס האבי נאר מער פאר פרנסה אויס, זיין פרייז פאר א חתונה איז לאמיר געבען א משל טויזענט דאלער, אין די פרייז איז פאר א חתונה פין 8 ביז בערך 12 אזייגער.
יעצט צום עצם מעשה, ר' גרונעם ריפט אן מיין חבר צי ער קען קימען זינגען ביי זיין זוהנ'ס חתונה, מיין חבר זאגט אים זייער גערען דאס אין דאס איז מיין פרייז, אקעי זאגט גרונעם עמיר זיך זעהן,
אפאר טעג פאר די חתונה ריפט די מחותן אן אז ער וויל מאכען א פריע זאך סאו ער זאל פראבירען דארט צי זיין א שעה פריער , ס'גייט זיין א פריע זאך,
די נאכט פין די חתונה האט מען טאקע אנגעפאנגען פריער, אבער ווי פארשטייט זיך אזא מחותן ווי גרונעם ווי קען ער זיך געזעגענען פין אזא רקידון של מצוה? האט זיך עס טאקע פארצויגען אביסקעלע, ווען ס'איז געקימען צי באצאלען געט די מחותן א פרעג איז עס טאקע טויזענט דאללער....? ס'נישט דא קיין דיסקאונט...?
אזוי רעדענדיג געט ער א וויש די נאז מיט די פינגערס אין פין זיין פיאות טראפט נאך אזוי, זאגט אים דודי איך מיין עם עם עם.... איך מיין אז ס'קימט זיך מיר נאך צוויי הינדערט דאללער כ'בין דא געוועהן פריער ווייל איך האב געמיינט אז ס'גייט זיין א פריע זאך למעשה האט זיך עס היפש פארצויגען, די מחותן קיקט אים אן מיט אזא מינע אויפען פנים אווי איינער זאגט ביסט אויפן קאפ געפאלען, דא האסטי דיין טויזענט דאללער אין .... אה יא ס'זייער שיין געוועהן.
איך דארף אייך נישט זאגען אז דודי איז אהיים ציפאטשט, ער האט באמת געשפירט אז דע געלט איז זיך אים געקימען, ס'ערליך פארדינטע געלט,
א טאג נאכדעם באקימט ער א טעלעפאון קאלל פין א מחותן אז אין צוויי וואכען ארים מאכט ער א שבע ברכות אין ער קען באשטיין צי האבען א זינגער פאר צוויי שעה, וואס דאס קימט בערך אויס צוויי הינדערט דאללער, דודי האט ממש אויפגעשיינט, אז געלט איז באשערט אין ס'קימט זיך עט דער אויבערשטער זיכער מאכען אז ס'עט אנקימען צי אים, אויף יעדע מין וועג,
צוויי טעג פאר די געפלאנטע שבע ברכות קאלט אים אן גרונעם אינזער באקאנטע מחותן אין ער אנטשולדיגט זיך.... ער האט זיך דורעך געטראכט אין ס'קימט זיך דיך טאקע נאך צוויי הינדערט דאללער אין די קענסט עס קימען אפנעמען ביי מיר,
אפאר שעה שפעטער באקימט ער א קאלל פין די שבע ברכות מחותן מיט א גאנצע אנטשילדיגונג אז איינער אין די משפחה קען זינגען אין ער מיז יענעם נעמען, סא ער קענסעלד... סארי
די יונגערמאן איז געוועהן ספיטשלעס... אזא קלארע יד השם....
קאמענטארען זענען איבריג
איין זאך איז קלאר, א מענטש קען מיינען אז ער פירט עפעס ער מאכט עפעס, גאאארנישט... ס'איז דא איינער אויבען אין וואס ער וויל אזוי עט זיין, אין אז ס'איז דיר באשערט עפעס וועט עס אנקימען צי דיר, קיינער קען עס נישט אוועק נעמען...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2009 9:35 pm
דורך יצמח
שכוח פארן פארציילען די מעשה.
וויאזוי האט זיך געלעגער אויסגעדריקט
"קאמענטארען זענען איבריג" עיין בתגובה הנ"ל.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2009 11:20 pm
דורך קרעמער
א שיינע מעשה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 6:22 am
דורך הערשי קניהויז
טאקע א אינטערעסאנטע מעשה, שכוח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 8:49 am
דורך מאשקע
העכסט אינטערעסאנט און באלערנד. יישר כח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 12:03 pm
דורך יאנאש
זייער אינטערסאנט און תוכן'פול, און נאך פיין אראפגעלייגט.
יישר כח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 12:15 pm
דורך ברוך
הערליך, און נאכדערצו אז איך בין אינוואלווד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 3:02 pm
דורך וויכטיג מאכער
קאמענטארן זענען איבעריג?.. איי דאונט טינק סאו..
זייער א שיינע, באלערענדע מעשה, און איך מיין אז יעדער איינער דא, האט צו פארציילן אזאנע מעשיות, ספעציעל, די וואס ארבעטן נישט פאר יענעם.. נאר אונזער ידיד ערעב געלעגער, האט זיך נישט געפוילט, נאר געשריבן, לאמער זיך אלע אפלערנען פון עם..
געלעגער, טענקס..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 3:32 pm
דורך ווער בין איך?
זייער באלערנד
שכוח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 6:54 pm
דורך געדולד
ישר געלגער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:19 pm
דורך געלעגער
געוועהן אמאל א אלטע בחור (נישט אינזער חבר דא) וואס האט געשפירט אז זיינע יארען אין ישובה האבען שוין עקספייערד, ער גייט צום ראש ישובה זאגען אז נעקסטע זמן קימט ער מער נישט צירוק, וואס גייט פאר פרעגט אים די ר'י? ווייסט'עך אז מ'דארף טראכטען פין א פרנסה, איך וועל מיך גיין לערנען א פאך צי קענען שפייזען די קינדער,
פרעגט אים די ר'י מיט ווינדער, די האסט שוין קינדער? זאגט די בחור ניין אבער אי"ה ס'עט קימען מיין באשערטע,
אין וויזוי ווייסטי אז די העסט האבען קינדער צי שפייזען? וואס הייסט זאגט ער, די אייבערשטער וועט זיכער העלפען, אהא, אין ביסט זיכער אז די וועסט חתונה מאכען דיינע קינדער?
דא האט שוין די בחור געפילט ער שיסט... איך מיין... די ר'י וויל מיך שעלטען חלילה? דער אויבערשטער וועט העלפען אז אלעס וועט גיין גיט,
די ראש ישיבה געט זיך א שטעל אויף אין ריפט זיך אן, 'זאל דיין מויל הערען וואס דיין אויער רעדט'
די טראסט אים מיט דיין שידוך,
די טראסט אים מיט קינדער,
די טראסט אים אז ער וועט העלפען זיי חתונה מאכען,
אבער מיט פרנסה איז ער נישט געניג טראסבאר??
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2009 10:15 am
דורך זיס
מיט א זעכציג יאר צוריק האט געוואוינט אין ירושלים א איד מיטן נאמען "ר' שמואל תפילינסקי" (מיללער וועט זיכער וויסן ווער דאס איז געווען), ער איז געווען פון די צדיקים וואס בחייו איז ער געווען א נאמבער אבער איז מיט די צייט פארגעסן געווארן, אזוי ווי פיל אנדערע גדולים, איך וועל נאר דערמאנען אזוי פיל, אז כ"ק מרן אדמו"ר מראחמסטריבקא שליט"א (ארה"ב), האט פיל געווייקט ביי אים ווען ער האט געוואוינט אין ירושלים און דערציילט פיל נאך פון אים, אויף אזוי ווייט אז ער האט זיך לעצטנס אויסגעדרוקט אז דער דמות צו וועמען ער איז שואף נאכצואוואקסן איז ר' שמואל...
פון די עיקר מידות וואס האט בולט געווען אין אים איז געווען דער מידת הבטחון, מען פלעגט אים רופן "דער בעל בטחון פון ירושלים".
אבער ער איז נישט נאר געווען א בעל בטחון מיט דיבורים, נאר אויך מיט מעשים... ער פלעגט ווייזן פאר מענטשן שווארץ אויף ווייס אז אלע השתדליות וואס מען טוט פאר פרנסה איז גארנישט, עס איז בלויז אן אחיזת ענים אבער דער באשעפער שיקט זיינ'ס נישט קיין חילוק וואס דער מענטש טוט.
ווי אזוי האט ער דאס געוויזן פאר מענטשן? - גאנץ פשוט! ער האט געהאט א ביכל וואו דארט פלעגט ער פארשרייבן אלע זיינע חשבונות מיט א פונקטליכקייט (ער איז בטבע געווען א פונקטליכע מענטש), אלע הוצאות מיט אלע הכנסות, און פלעגט ווייזן אז טראצדעם וואס ער האט אמאל געמאכט א השתדלות פאר פרנסה, האט זיך צום סוף ארויסגעשטעלט אז ער האט גארנישט אויפגעטאן דערמיט, הגם בשעת מעשה האט עס אויסגעזען אז די השתדלות האט געברענגט פירות.
איין דוגמא: ער פלעגט לערנען אין כולל "עץ חיים" אין ירושלים, וואו דארט פלעגט ער באקומען באצאלט פון כולל, אמאל איז געקומען א גביר פון אמעריקא און געגרינדעט א נייעם כולל וואו מען האט געצאלט דאפלט, ר' שמואל האט זיך אנגעשלאסן אינעם נייעם כולל, קלערנדיג אז דאס איז א חלק פון די נארמאלע השתדלות וואס א מענטש ברויך טון פאר פרנסה, בפרט ווען עס נעמט נישט אוועק פון זיינע לימודים וכו'. סוף יאר ווען ער האט איבערגערעכנט זיינע חשבונות האט ער געזען אז ער האט פארדינט פונקט די זעלבע ווי אלע יארן... וואו איז דאס געלט געגאנגען? - עס זענען צוגעקומען הוצאות ווי דאקטוירים און אנדערע זאכן... ר' שמואל האט תיכף מחליט געווען צוריקצוגיין קיין עץ חיים, זאגנדיג "פארוואס זאל איך פארדינען מער און האבן גרעסערע הוצאות ווי דאקטוירים וכו', איך בלייב ביים אלטן, איך וועל פארדינען די זעלבע און מיינע קינדער וועלן נישט דארפן צוקומען צו דאקטוירים..."
נאך א זאך וואס ער פלעגט שטענדיג זאגן: לעולם בין איך א שיינע בעל פרנסה, ווייל יעדע יאר ענדיג איך דעם יאר מיט א חוב פון צוויי לירות; עס קען נישט זיין אז איך קום נישט דורך דעם יאר, ווייל אויב יא וואלט עס זיך געדארפט דאפלען דעם קומענדיגע יאר און פון צוויי לירות וואלט געדארפט ווערן פיר לירות חוב, נאר וואס דען, איך פארדין פונקטליך וויפיל איך דארף און די צוויי לירות חוב איז א גזירה פון הימל, א פעקל וואס איך מוז טראגן, נו ווער זאגט אז איך מוז טראגן דעם פעקל א גאנצן טאג?! - קום איך אין ישיבה לייג איך אראפ דעם פעקל, איך פארגעס פון אלעס און איך נעם זיך לערנען, שפעטער ווען איך גיי אהיים נעם איך דעם פעקל איך קלער ווי אזוי צו צאלן דעם חוב און יענעם חוב, איך קום אהיים לייג איך ווידער אוועק דעם פעקל אין זייט, און אזוי לעב איך רואיג.
א זעלטענע זאך וואס מען האט געזען ביי אים, ווען ער האט געדארפט האבן געלט האט ער זיך אוועקגעשטעלט אין א ווינקל מתפלל זיין און יעדע מאל איז אונטערגעקומען געלט אויף אן אנדערן אופן, אומגעראכטענעהייט.
מען קען פיל דערציילן איבער דעם זעלטענעם איד, ודי לנו לעת עתה...
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2009 10:28 am
דורך אלטעבחורל
געלער; א געוואלדיגער מעשה, אריין אין מעלות...
מען קען אפשר צולייגן; איינער האט אמאל געזאגט אז ער האט געבעטן דעם באשעפער אז 'ביז די פערציג' קען ער באשטיין צו לעזן זיינע יארן אלס ארימאן, אבער 'פון די פערציג' אין ווייטער וויל ער לעבן ווי א עושר. זאגט יענער: ער זעהט ממש ווי זיין תפלה איז אנגענומען געווארן. ער איז אזא "עני ואביון" אפילו ער איז נאך קארגע דרייסיג...
שוין; ביינונז אין שפאָלע שטובל פלעגט מען זאגן, זאל די מעשה ברענגן מוסר השכל, אין פאר די איבריגע פרנסה.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2009 11:54 am
דורך קרעמער
יישר כח 'זיס'.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 9:53 am
דורך יאנאש
דער ר' שמואל תפילינסקי איז נישט ר' ברוך מיללער'ס (ראש הכולל ק"י) שווער?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 10:30 am
דורך אונגארישער
י"כ ר געלעגער פארן עפענען דעם אשכול אין שטייטצעך פאר די שיינע מעשה
י"כ ר זיס פאר דיין שיינע מעשה
כמיין מזאל עפענען א שיעור אין מוסר דא אין ביטחון איעדן טאג העט מען לערנען אביסעלע איעדער וועט עפעס אריין ווארפן זיין עקספיריענעס אף לייף לאוו דווקא אין פרנסה סקען זיין אנדערע ענינים
האאא וואס זאגן די געסט ?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 10:43 am
דורך זיס
יא, יאנאש; ער איז געווען דער שווער פון ר' ברוך מיללער.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2009 12:28 pm
דורך געלעגער
צדיקים פלעגען ניצען די מעשה אלץ א משל.
געוועהן אמאל א יוד וואס איז ארום געגאנגען נאך געלט אפאר חדשים אין חוץ לארץ, נאכען צאמשטעלען א שיינע סכום האט ער זיך געגרייט אהיים ציגיין, ס'איז געקימען די לעצטע שבת אין חו"ל ער טרעפט א יוד ער פרעגט צי ער קען איינשטיין ביי אים, די יוד זאגט זייער גערען, אדרבה א גאסט אויף שבת וואס קען זיין שלעכט?
ס'קימט זמן הדלקת הנירות די גאסט גייט צו צי זיין גאסט-געבער אין זאגט אים אז ער האט א גרויסע סכום אויף זיך ווי ער זאל עס לייגען, די יוד זאגט צי זיין גאסט, איך וועל עס אוועק לייגען אויף א גוט פלאץ, די גאסט געט אים דאס געלט אין די גאסט-געבער לייגט עס אוועק,
ס'קימט קבלת שבת די גאסט נעמט זיך אזוי טראכטען, איך האב מיך אנגעפלאגט אזויפיל חדשים צאמצישטעלען דע סכום אין יעצט האב איך עס אריין געגעבען אין די הענט פין א מענטש וואס איך קען ניטאמאל... וואס טי איך אויב נאך שבת זאגט ער מיר... להדם??
די גאסט איז געווארען זייער אימרואיג, ביי די סעודה האט ער נישט געקענט עסען, ער איז געשטאנען אין באטראכט זיין גאסט-געבער צי ער גייט נישט אין קיקט נישט אויף די לעדעל ווי די געלט ליגט, איך דארף אייך נישט זאגען אז ביינאכט איז דע יוד נישט געשלאפען..
אזוי איז דורך גאנץ שבת מיט זייער אן אנגעצויגען געמיט.
ס'קימט סוף שלש סעודות די גאסט ריקט זיך צי נענטער צי זיין גאסט-געבער, די רגע ס'איז געווארען די זמן געט די גאסט א שפרינגצי צי זיין גאסט-געבער אין געט א שריי 'געמיר מיין געלט', די גאסט-געבער קיקט אים אזוי אן אין זאגט אים אקעי עמיר אהיים גיין פין שוהל מאכען הבדלה אין נאכדעם געב איך דיר אלעס,
די גאסט ווערט רויט אין טראכט ביי זיך כ'דאך געוויסט אז איך בין אריין געפאלען דא, אוי באשעפער.....
נאך הבדלה נעמט די יוד ארויס דאס געלט אין געט עס פאר'ן גאסט, די גאסט טראכט נישט קיין צוויי אין נעמט זיך ציילען, הינדערטערס, אלעס שטימט, פיפציגערס, אלעס שטימט, צוואציגערס צענערס, אלעס שטימט,
ער פאנגט אן צי ציילען די סינגעלס אין דא האט זיך די גאסט-געבער אויפגערעגט,
איך וואלט דיר געקענט בארויבען די גאנצע זאך אן דעם וואס די זאלסט אפילו קענען אויפווייזען,
אין יעצט די זעהסט אז איך האב נישט גענימען א פעני פונעם פעקעל ביי די סינגעלס טרייסטו מיך צי פאקען? די מאכט ליצנות פין מיר??
די נמשל איז, דער אויבערשטער שטעלט צי פאר יעדעם איינעם בני,חי', אין ער קען עס אוועק נעמען יעדע רגע, אבער ער ברוב רחמיו איז משפיע נאך אין נאך, קימט די מענטש אין זאגט פאר'ן אויבערשטען יא יא אבער די סינגעלס די מזונא דא טראסט איך עם נישט...
נישט קיין ליצנות??
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2009 1:21 pm
דורך יאנאש
גוט גוט, זייער טיף.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2009 1:27 pm
דורך אונגארישער
ר זיס שיינע משל י"כ
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2009 2:49 pm
דורך נאטורליך
א גיטן ר' זיס. איך האב געהערט א טעיפ פון זיינס א אייניקעל טוסיג פון ב"פ ער דערציילט מורא'דיגע ענינים פונעם זיידענס מידת הביטחון, עס איז כדאי יעדער איד זאל דאס קויפען ביי ובלכתך בדרך.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 10:02 am
דורך געלעגער
איך האב מיך דערמאנט פון דעם אשכול נאכדעם וואס איך האב געהערט א מורא'דיגע משעה די וואך,
די מעשה האב איך געהערט פון א איד וואס ער האט עס געהערט פונעם בעל המעשה.
נישט לאנג צוריק דערציילט דער איד בין איך געזעצן און מיין קאר אונמוטן דרייוון האב איך געשפירט אז איך דארף זייער שטארק און ביה"כ, נישט האבענדיג קיין ברירה בי איך אראפ געפארן די נעקסטע עקזיט און זיך גענומען זיכן א פובליק פלאץ וואו איך קען אריין סטעפן...
דאס ערשטע פלאץ וואס איך האב געטראפן איז געווען א גוי'אישן טשאפל (פיונערל הויז) און אזוי וואו אעך האב ממש געשפירט אז ס'איז כלות האב איך מיך אפגעשטעלט אריין צו גיין, אנקומענדיג ביים טיר בעט מיר די דאר מען מיין נאמען און אדרעסס, איך האב אום דאס לכתחילה נישט געוואלט געבן נישט וואוסענדיג פארוואס ער דארף מיין אינפארמאציע,
אבער ער האט נישט געלאזט גיין ווייטער וואו לאנג איך געב נישט די אינפארמאציע, נישט האבענדיג קיין ברירה האב איך אום געגעבן וואס ער האט געבעטן און מיט דעם האט זיך די זאך געשלאסן, אזוי עכ"פ האב איך געמיינט.
נאך צוויי וואכן קומט מיר אן אויף די פאסט א "טשעק פון איין און צוואנציג טויזנט דאללער".....
ארויס געשטעלט האט זיך אז בשעת איך בין דארט געווען צו ניצן דעם בית הכבוד איז פארגעקומען א לוי' פון א רייכן גוי וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער און אויף זיין לעצטע וואנטש בריוו האט ער געבעטן אז מ'זאל צוטיילן זיין ירושה צווישן די אלע וואס באטייליגן זיך ביי די לוי'.....
און אזוי וואו איך בין געווען אויף די ליסטע פון די באטייליגטע איז מיר אנגעקומען מיין חלק......
עפעס צוצולייגן? פעלט נישט אויס!
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 10:46 am
דורך קרעמער
איך האב שוין געהערט די מעשה איבער 20 יאר צוריק!
היינט וואלט מען דאס געגוגעלט און גלייך געפונען פאלש... אמאל האט מען נאך געגלייבט.
דאס איז אבער אמת אז עס וואלט געקענט אמת זיין.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 10:57 am
דורך יהיה כן
קרעמער האט געשריבן:איך האב שוין געהערט די מעשה איבער 20 יאר צוריק!
היינט וואלט מען דאס געגוגעלט און גלייך געפונען פאלש... אמאל האט מען נאך געגלייבט.
דאס איז אבער אמת אז עס וואלט געקענט אמת זיין.
פאר צוואנציג אלפים גלייבסטע נישט, אבער פאר א הונדערטער וואלסט עם יא פארגינען......
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 11:07 am
דורך געלעגער
קרעמער וואס ווילסטו מיר זאגן אז דער איד וואס האט געזאגט אז ער איז די בעל העובדא איז א ליגנער? אדער די איד וואס האט מיר עס דערציילט איז א ליגנער? אדער איך בין גאר דער שקרן דא?