בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 11:46 am
דורך קרעמער
געלעגער האט געשריבן:קרעמער וואס ווילסטו מיר זאגן אז דער איד וואס האט געזאגט אז ער איז די בעל העובדא איז א ליגנער? אדער די איד וואס האט מיר עס דערציילט איז א ליגנער? אדער איך בין גאר דער שקרן דא?

די ליגענט באשטייט אין די ווערטער וואס דו האסט געשריבן "נישט לאנג צוריק"... אזעלכע פאסירונגען פאסירן נישט אזוי אפט, און 20 יאר איז גאנץ לאנג צוריק.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 4:25 pm
דורך סאדע_באטל
געלעגער, דאכט זיך מיר די מעשה שטייט שוין אין יונה אקסלער'ס ביכל "דער בדחן'ס דייערי"...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 4:30 pm
דורך געלעגער
אקעי איך גיב אויף....
איינער לכאורה האט געהאקט קאטאוואס פון מיר....
איך ווייס נישט וואו שנעל איך וועל נאכאמאל גלייבן אזאנע מעשיות, אלס אדאנק קרעמער,
שכח.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 4:36 pm
דורך זיס
סאדע_באטל האט געשריבן:געלעגער, דאכט זיך מיר די מעשה שטייט שוין אין יונה אקסלער'ס ביכל "דער בדחן'ס דייערי"...


;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 5:37 pm
דורך שוועמל
געהערט פון א בעל המעשה:
פארנדיג קיין סוסעקס נ.ג. צוליב א ביזנעס צוועק האב איך געזען שטיין א קאר אין די זייט קענטיג אז ער ברויך הילף, מיין אידישע געפיל האט זיך ערוועקט ווען כ'אב געזען אז יענער טראגט א ווייסע העמד און טונקעלע הויזן טראכטענדיג אפשר גאר איז יענער א איד.
קומענדיג נענטער האב איך אריינגעצויגן און אראפגעשטייטערט די קאר אבער יענעמס געשטאלט האט זיך שוין קלאר אנגעזען אנע קאפל, א פאלנער גוי, נו אוועקפארן סתם אזוי קען מען נישט בין איך ארויס פון קאר און פרובירט צו העלפן מיט וואס מעגליך. למעשה האט יענער געברויכט טוישן א ראד וואס האט געפלאצט, איך אינאיינעם מיט ער האבן געארבעט מיט די טולס וואס מיר האבן געהאט און ענדליך נאך א דרייסיג מינוט איז געלונגן און דער ספעיר ראד איז שוין געווען גוט ארויפגעלייגט.
דער גוי איז געווען אויסער זיך, קיינער, קיינער זאגט ער האט זיך נישט אפגעשטעלט חוץ א האסיד מיט דעיר גוד הארטס ענד ווילינגנעס טו העלפ, איי ריעלי אפרישיעט יור גודנעס, דערביי נעמט ער ארויס פון זיין בערזל עטליכע באנקנאטן און שטרעקט אויס זיין האנט מיר דאס איבערצוגעבן. איך וואס האט שוין געזען דא אז אויב נישט עזוב תעזוב עמו האב איך דא מקיים געווען א געוולדיגע קידוש השם האב דאס געלט נישט געוואלט נעמען טראץ וואס יענער האט שטארק מפציר געווען. צום סוף בעט מיר יענער איין קלייניקייט בלויז מיין נאמען און אדרעס איך האב דאס אים געגעבן און יענער האט זיך ווארים געזעגענט מיט מיר נישט אויפהערנדיג צו באדאנקען פאר דעם חסד וואס כ'אב אים געטאן.

צוויי וואכן זענען אריבער, ווען אין פארנט פון מיין הויז שטעלט זיך אפ א ווען פון א באקאנטע בלומען קאמפאני דער דרייווער קומט ארויס און שלעפט ארויס א גרויסע ארעינזשמענט מיט הערליכע קאלירפולע בלומען און קלינגט אריין צו מיין טיר, איך וואונדער מיך ווער איז דאס וואס שיקט מיר בלומען יעצט, נישט וויסנדיג נעם איך איבער דעם גאנצן קראנץ איך שטעל עס ארפפ אויפן קאנאפע איך זע דערין א קאנווערט אריינגעשטעקט מיט א בריוועלע, איך הייב אן ליינען:

טייערער מיסטער (-)
איך געדענקט נאך גוט די חסד וואס דו האסט געטון צו מיר אויפן גארדן סטעיט פארקוויי פאררעכטענדיג דעם ראד, דיין גוט הארץ האט מיר שטארק באצויבערט, טראץ דעם וואס דו האסט נישט געוואלט נעמען באצאלט האב איך אבער פון דיר נישט פארגעסן, ביטע נעם דעם איבער דעם בייגעלייגטן טשעק פון פופציג טויזענט דאלער און איך האף מיט דעם צו באצאלן כאטש די שכר טירחה.
נ.ב. אויב דו שפירסט אז עס איז ווייניג באצאלט ביטע לאז מיר גלייך וויסן.

פון דיין פריינט
דאנאלד טראמפ.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 6:07 pm
דורך ביזנעסקאפ
זייער שיינע מעשיות, אבער דער עיקר די מוסר השכל דערפון.

שוועמל
באלד קומט א תגובה פון קרעמער, גארטל דיך אן...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 8:56 pm
דורך סאדע_באטל
דארפסט נישט ווארטן אויף קרעמער.
דיזע ערציילונג איז שוין געדרוקט אין א ענגליש ביכל, כמדומה לי וויזשענס אוו גרעיטנעסס פון ראביי חיים יוסף ווייס, אדער אין די מגיד סעריע פון פסח קראהן.

אבער דארט שטייט אויך אז די מעשה איז געשעהן, וואס איז מיר נאר אינטערסאנט איז, אז שוועמל האט עס געהערט פון די בעל המעשה.....

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 10:25 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך האב געהערט די מעשה יארן צוריק, און אויף בילל געיטס, און נישט טראמפ...

די מעשה האט אסאך קשיות, 1) וויפיל איך קען די עשירים, האבן זיי א מנהג צו פארן מיט א שאופער, נו, דאנעלד טראמפ קען זיך נישט ערלויבן א שאופער???

שנית, ווען א גוי פרעגט מיך מיין נאמען און אדרעסס בינעך נישט זיכער אז איך וואלט עם געענטפערט די ריכטיגע... וד"ל.

קיצר, איך זאג נישט אז די מעשה איז אמת אדער ליגענט, איך זאג נאר אז די מעשה איז שוין יארן אלט, און ס'שטעלצעך נישט אזוי אויפן שכל.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 11:30 pm
דורך ביקסאד
וויכטיג מאכער האט געשריבן:און ס'שטעלצעך נישט אזוי אויפן שכל.

Maybe it doesn't make sense, but it made a couple of dollars.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 7:21 am
דורך איך_הער
סאדע, נישט פונעם בעל המעשה, נאר פון א בעל המעשה, פון איינעם וואס פארציילט מעשיות.

צוריק צום נושא.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 7:24 am
דורך מאנאגרעמס
ביקסאד האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:און ס'שטעלצעך נישט אזוי אויפן שכל.

Maybe it doesn't make sense, but it made a couple of dollars.

יא, דאס מאכט נאך די מערסטע סענס... ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 02, 2010 10:54 am
דורך א גוטע זאך
געלעגער, ישר כח!!

א אפענע השגחה פרטית, ווער עס האט שכל קען עס זעהן אויף יעדע שריט און טריט. מורא'דיג!