ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:15 am

מנשה גאנץ שנעל מיט נאכאיינס... מיר קוועלן פון דיינע סחורה.

לייג אבער צו א סטעיטמענט צו דיין תגובה, מען מעג לערנען ביים עסן, מען מעג בענטשן אין א סידור, אבער עס נישט פארשמירען.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 6:25 am

מנשה! זעה נישט ווייס צו מאכן אונזער האר פון איינס ביזן אנדערען
די עולם ווארט שוין קוים אויס

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 3:42 pm

ב''ה
שוין אריבער זעקס שעה, אויך אכט שעה, און יאנקעלע האט זיך נישט באוויזן..
וואס מיינט עס?
ניין יאנקעלע איז נישט קיין קליין קינד, נישט קיין דרדקי קינד, יא א בחור'ל א וואוילע.. שוין באלד א חתן בחור.
אבער פארוואס קען ער מיר נישט קומען גריסן, כאטש קלינגען און זיך וואוסנדיג מאכן.
איך האב עהם דאך אזוי ליב, ער איז מיין לעבן מיין נשמה מיין נחמה, שוין זייט ער איז געבוירן, טראג איך עהם אויפן געוויסן, טאג און נאכט.
ווער ווייסט צו ער באגרייפט דאס בכלל, יא ער ווייסט אז איך בין דא פאר עהם, ער ווייסט גוט אז כ'וועל אלעס טון פאר עהם, און איבערדרייען א שטאט, אויב עהם עפעס פעלט.
מיין יאנקעלע קומט פאר אלעס, פאר יעדן, ס'נישטא עפעס וואס דערפרייעט מיך מער, ווי עהם צו זען העפי.
כ'וועל נישט לייקענען, אוודאי וועל איך מיין יאנקעלע נישט לאזן פאטשקענען אין בלאטע, פשוט ווייל ס'שמעקט עהם אזוי..
ער איז צו חשוב ביי מיר אז כ'זאל צוזען ווי ער ווערט פארשמוצט.
איז וואס האב איך עהם נישט געגעבן, וואס האב איך עהם אפשר געזאגט נישט גוט, אז ער רעדט נישט צו מיר היינט.
ער הייבט אפילו נישט אויף דעם טעלעפאן.. איך רוף שוין באלד פופצן מינוט אין איין צי.
כ'האב שוין מורא וואס איז געשען, עפעס וואס ער וויל מיר נישט זאגן, צו מעגליך ער איז פארלוירן צו כ'ווייס אליינס נישט.. כ'האב מורא צו טראכטן.
*
אה!!!! יאנקעלע... דא ביסטו!
כ'האב מיך אזוי געזארגט פאר דיר..
יאנקעלע הער אויס! פארוואס ביסטו מיר נישט געקומען זאגן העלא.. כאטש געב מיר א קלונג, מאך דיך וואוסנדיג.
טאטי!!!
יא יאנקעלע וואס ווילסטו מיין זיס קינד??
זאג.. וואס טוט זיך עפעס גוטס..
טאטי כ'דארף זיבעציג דאלער.. יעדער דארף ברענגען זיבעציג דאלער..
אקעי, אבער כ'האב דיר נעכטן געגעבן געלט?
ניין, יענס איז פאר עפעס אנדערש, און אויך כ'דארף גראדע נאך געלט, ווייל..
כ'געב דיר אלעס יאנקעלע, דו בעט מיר נאר, און קום אריין מער אפטער.
טאטי, אפשר בארגסטו מיר צען דאלער?
נאך צען דאלער? פארוואס?
כ'דארף אמאל עפעס קויפן, כדארף עפעס געלט אין טאש, יעדער האט..
גוט יאנקעלע, איך געב דיר גערן, איך האב אזוי הנאה אז ביסט געקומען, און פליז, רוף מיך ווען דו קענסט נישט קומען. פליז יאנקעלע איך בענק זיך נאך דיר אייביג.
*
וואס גייט פאר מיט יאנקעלע?
כ'האב עהם אזויפיל מאל געזאגט, איך פריי זיך אזוי שטארק מיט עהם, ער זעט נישט איך געב עהם אלעס? ער טראכט פשוט נישט פון מיר? איך טראכט דאך אזויפיל פון עהם..
וויפיל מאל האב איך אריינגעשטופט געלט אין זיין העמד טאש, ווער ער איז געשלאפן, און כ'האב זעלטן געהערט פון עהם א דאנק.
זייער אינטערעסאנט.. איך בין נייגעריג, פארוואס טוט ער מיר א טובה, אבי יוצא געווען, געבט ער מיר א קלונג – אפילו נישט אינדערפרי, נאר שפעט נאכמיטאג, נאך א גאנצע טאג עהם קלונגען, ווער ווייסט וויפיל מאל..
אייביג מיט זיינע תירוצים.. אבער כ'האב עהם נאכאלץ ליב, מיין יאנקלע.. אה! איך באקום א שטיק חיות ווען איך קלער נאר פון עהם – מיין זיסע נחת, מיין בן יחיד.. אה!!!
*
א וואך צייט.. און ער קען נישט אריינקומען מיר באזוכן?
אקעי, ער איז אריינגעפאלן דא פאר א מינוט, פונקט בין איך געווען פארנומען, און דאס איז עס? ער קומט קוים צו מיר באזוכן, אפילו ווען יא, איז עס אויך נאר ווייל ער דארף עפעס..
ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס ער איז דא געווען, צו אז ער האט מיך נאר געקלונגען, און ס'האט זיך נישט גערעדט פון עפעס וואס ער דארף 'זייער' וויכטיג, און שוין יעצט!
זאל איך עהם אויפהערן געבן?
יא? זאל ער וויסן אז איך בין נישט קיין הפקר פעטרישקע, מ'בעט מ'נעמט, און מ'דארף נישט אפגעבן קיין דאנק, קיין הכרת הטוב?
אפשר דארף איך עהם טאקע לערנען...
ניין! מיין זיס קינד געב איך.. איך געב נישט אויף מיין ליבשאפט, איך וועל עהם העכסטנס מעורר זיין.
כ'מוז עהם זאגן כאטש אזויפיל: יאנקעלע ס'נישט שיין.. דו קומסט נאר ווען דו דארפסט עפעס..
אזוי האב איך מיר געקלערט - אביסל פארזויערט – קינדער קומען צו די עלטערן.. יא! ווייל זיי דארפן עפעס.. אז נישט, הערט מען נישט פון זיי..
*
און איך קלער...
האב איך נישט אזא פנים כלפי שמיא? ווען איך דארף עפעס, שטעל איך מיר וויינען און מוטשען..
אוואו בין איך אינדערפרי.. איך טו א טובה דעם אייבירשטן איך כיפער אפ.. יוצא געווען!
מנחה מעריב מהיכי תיתי..
געביקט געשאקלט מודים דרבנן.. אמן יהא שמיא רבא... יא שמערל וואס איז נייעס... מברך לעלם ולעלמי עלמיא יתברך...
הערשל זאגט ער געבט מיר די דזשאב... אמן... בריך הוא...!! נו נו... אמן... וואס זאגסטע?
אבער דער ליבער פאטער אין הימל זאגט, מיין טייער פאלק ישראל, ואהבתך אל תסיר ממני לעולמים, ניין כ'וועל נישט אויפהערן דיר ליב האבן..
בני בכורי ישראל, כ'האב אוודאי נישט ליב, אז דו ווערסט פארפאטשקעט, אבער ווייל דו ביסט נישט מכיר טובה, און ס'טאקע נישט שיין פון דיר, אבער איך געב דיר ווייטער..
כ'בין דאך דיין טאטע! דו ביסט דאך מיין ליב קינד..
הבן יקיר לי.. כי מידי דברי בו זכור אזכרנו עוד..
אבער פארוואס טאקע ישראל, זאלסטו מיר נישט אנערקענען, און זאגן הויעך און קלאר, אלע זאלן וויסן און קומען מיר אנערקענען פונקט אזוי.
מיר צוליב טון און לערנען מיינע הייליגע געבאטן, וואס איז פאר דיר ישראל'יקל א טובה! נישט פאר מיר.. פאר דיר..
פארוואס?
אזוי איז עס.. ווען מ'דארף עפעס קומט מען וויינען.. אבער ווען מ'לאכט, מעג מען פארגעסן ווער ס'האט געגעבן שמחה והנאה?????
ס'געבט זיך גאר אנדערש.. ווען כ'ווייס אז דו ביסט מכיר טובה. און ס'פאר דיין טובה..
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
שתקן
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:35 pm

תגובהדורך שתקן » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 5:12 pm

רירענד ביז גאר !! שטארקע דיבורים !!

אוועטאר
קאטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm

תגובהדורך קאטשקע » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 5:12 pm

wow @דאנציגער

בוסט מעכטיג!!!!!!

מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

תגובהדורך מחבר ספרים » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 6:10 pm

זייער גוט מנשה איך לאדען דיך איין צו געבן שבת שובה דרשה ביי אונז אין ביהמ''ד ביסט דאך צוקער זיס

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 9:16 pm

מנשה, כ'בין געווען זיכער אין אנהייב אז דו גייסט דא אראפלייגן א פיינעם חינוך ארטיקל, אבער האסט מיר סופרייזד מיט דיין רירענדע משל ונמשל, הערליך שיין!

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 10:18 pm

אזוי אויפריכטיג, אזוי געוואלדיג, און אזוי מאנענדיג!!!

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 11:04 pm

טריסקער האט געשריבן:מנשה, כ'בין געווען זיכער אין אנהייב אז דו גייסט דא אראפלייגן א פיינעם חינוך ארטיקל, אבער האסט מיר סופרייזד מיט דיין רירענדע משל ונמשל, הערליך שיין!

הערליכע ארבעט ;l;p-
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 5:49 am

;l;p-
ווי געווענליך שטעלט מנשה אראפ א שיינעם ארטיקל
און איז מחיה דעם עולם!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4533
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 3:30 pm

הערליכע ארבעט !
הרב דאנציגער וואלט איר געלאזט מאכן א PDF פון דיינע ארטיקלעך אז מיין ווייב און קינדער זאלן אויך הנאה האבן ??
כ'האף אז יא
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 3:38 pm

זיכער, לייענט און פארשפרייט מיינע מאמרים...
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4533
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 3:39 pm

דאנציגער האט געשריבן:זיכער, לייענט און פארשפרייט מיינע מאמרים...

טא הרב שעפעלע ביטע ביסט מכובד !!!!!
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 3:51 pm

נאט אייך הרב עללער!
צוגעלייגטע
מיין יאנקעלע.pdf
(154.82 KiB) דאונלאודעד 170 מאל

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4533
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 6:22 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:נאט אייך הרב עללער!

שכח !
אבער אפשר קען מען נעמען אלע זיינע ארטיקלעך אין מאכן איין גרויסע PDF ?
דאס האב געמיינט צו בעטן .
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 1:12 pm

הערליך שיין.
נשמה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » זונטאג פאברואר 05, 2017 2:41 pm

היות איך קום נישט אן צו שרייבן מאמרים לעצטענס, און כ'וויל זייער שטארק מיט'טיילן מיינע געדאנקן מיטן ציבור, האב איך געקלערט אז כ'וועל ארויסלייגן מיינע 'פרישע סלאגענס' פון די לעצטע תקופות.
אבער כ'וויל איין זאך, אז אויב מ'קאפיעט פון דא עני סלאגאן, זאל מען אונטערשטרייכן פון ווי עס קומט, 'מנשה לוסטיג' אמר:

מסכים?
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג פאברואר 05, 2017 2:43 pm

דאנציגער האט געשריבן:היות איך קום נישט אן צו שרייבן מאמרים לעצטענס, און כ'וויל זייער שטארק מיט'טיילן מיינע געדאנקן מיטן ציבור, האב איך געקלערט אז כ'וועל ארויסלייגן מיינע 'פרישע סלאגענס' פון די לעצטע תקופות.
אבער כ'וויל איין זאך, אז אויב מ'קאפיעט פון דא עני סלאגאן, זאל מען אונטערשטרייכן פון ווי עס קומט, 'מנשה לוסטיג' אמר:

מסכים?


סארא פראגע???

נע וואדע!!!

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » זונטאג פאברואר 05, 2017 2:44 pm

נו נו, ווארט מיר מיט שפאנונג...

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » זונטאג פאברואר 05, 2017 2:53 pm

ב''ה
ציטוטי מחשבה
עשרות פתגמים פרי מחשבה מנסיון החיים
מחשבה ציטאטן

~ חלק שני ~
לפעמים די בפתגם קטן כדי לספק השראה לכל החיים. פתגמים יכולים לעורר בנו היצר להתמודד עם סוגיות מורכבות, את המוטיבציה לחולל בעצמנו שינוי מיוחל אותו התקשינו להשיג או אפילו סתם לגרום לנו לעצור, ולו לרגע קט, ולהיזכר כמה מזל יש לנו בחיים אם רק נזכור להסתכל על הדברים הקטנים. ישנם זמנים משמחים וישנם זמנים קשים, והסוד הוא לסגל לעצמנו השקפת חיים מציאותית, אותה תמיד נוכל לקבל בהבנה.
א קאלירפולע זאמל פון סלאגאנען, וואס איז גורם צו קוקן אויף יעדע מציאות מיט א אנדערע בליק. יעדע קוואוט איז א אנערקענונג, וואס קומט פון ניסיון און התמודדות, הצלחה און רגש, אינעם אייגענעם לעבן.
א סלאגאן איז צומאל תרתי משמע, ס'האט עטליכע באדייטן – נישט איינס, און ס'איז טאקע מער מחשבה איידער ארויסגעזאגט, און דאס בעסטע איז קורץ און שארף געזאגט, און יעדער פארשטייט עס לפי הבנתו.
כ'וויל בעטן ווידעראמאל ווי ביים ערשטן טייל, אז ווער ס'וויל אמאל נוצן איינע פון מיינע ציטאטן, זאל ביטע צוצייכענען בשם אמרו, און וועט מיר דערמיט פארגוטיגן.

~*~

א]
~ א גאנץ לעבן, שפילן מיר אין א פאהרשטעלונג.
~ א גוטע בעל דרשן, קומט מיט געפיצטע ציין..
~ א גוטע השקעה איז נאר, ווען אפי' מ'דערלייגט, דאך פארדינט מען אויך.
~ א געבוירענע חונף ווערט נישט ערשעפט.
~ א גרויסע שיגעון הייבט זיך אן פון א קליינע שיגעון.
~ אויב א מענטש איז קוים מבין אויף א קאץ, וויאזוי זאל א קאץ זיין מבין אויף א מענטש.
~ אויב ס'נאך דא אפעטיט אויף מיסט שפייז, צייגט דאס א מאנגל אין לעבנס שפייז. [וכן ברוחניות.]
~ אויך א חי' פארשטייט ווער ס'איז עהם געטריי.
~ אונטערן פורהאנג, זינגט דער קאץ פונקט ווי דער ש''ץ..
~ אזויווי א בלינדער פארשטייט נישט צו קאלירן, פארשטייט מען נישט א איש ניסיון זיינע דיעות.
~ אז דו האסט נישט וואס צו זאגען, זאג עס נישט..
~ אז כ'זע ווער ס'איז דיין שונא, ווייס איך שוין ווער דו ביסט!
~ אז מ'איז מיט טאלאנט געבוירן, וועט מען עס נישט אנווערן (– פארלירן).
נאר מ'זאל זיך דערמיט וויידן, וועט מען זיך דערפון נישט שיידן.
~ אז מ'וויל באמת, איז באמת שוין נישטא קיין פראבלעם.
~ אז מ'וויל עפעס ער'רייכן, מוז מען זיין גרייט עפעס אנדערש צו פארלירן.
~ אז מ'טוט נישט, איז אפילו קיין חרטה לעקציע אויך נישטא.
~ איידער יענעם צו לערנען, וואס קען איך זיך דערפון אראפלערנען..
~ אינטערעסאנט, אז די וואס מענטשלן אלץ יעדן, בלייבן אליינס אומ'מענטש.
~ א לעבנס פראבלעם, צייגט אויף דעם לעבנס אויפגאבע.
~ אלע ווילן עסן, אבער נישט אלע ווילן באצאלן..
~ אמאל וויינען איז לאכן, אבער אמאל לאכן - איז פון געוויין.
~ אפילו מ'קאכט, דאך איז מען נאך קיין קעכער נישט.
~ א פראבלעם וואס מ'קען ניט שלינגען, צעקייעט מען.
~ א קראנקע קנאקער איז דאך א קנאקער.
~ א קרעכץ איז יענס פארגעניגן, אבער דאך א פארגעניגן.
~ א ראש כבש איז קיין עסק, נישט צום עסן, און נישט צום האנדלען..
המשך יבוא
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » זונטאג פאברואר 05, 2017 3:12 pm

זייער טיעף און שיין. ווי האט ער נאר געזאגט?
דאנציגער האט געשריבן:~ אז מ'איז מיט טאלאנט געבוירן, וועט מען עס נישט אנווערן (– פארלירן).

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » זונטאג פאברואר 05, 2017 3:46 pm

באמת אינהאלטפול, יש"כ מיר ווארטן אויף נאך
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג פאברואר 05, 2017 5:33 pm

מנשה, געשמאק און זאפטיג

זיך צו באלעקן די פינגער
פאר קריטיק דריקט דא

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4533
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג פאברואר 05, 2017 6:34 pm

מאכט סענס? האט געשריבן:זייער טיעף און שיין. ווי האט ער נאר געזאגט?
דאנציגער האט געשריבן:~ אז מ'איז מיט טאלאנט געבוירן, וועט מען עס נישט אנווערן (– פארלירן).

יאפ אמת א גרויסן דאנק אייך.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » דינסטאג פאברואר 07, 2017 2:11 pm

~ א טאג לעבן, הייבט זיך אן מיטן ערשטן שמייכל.
ב]
~ בארג ארויף איז שווער, אבער ס'איז בארג ארויף!
~ בייזקייט איז קיין נקמה, אפשר גאר א מפלה.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט