ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אוי דער שפראך אידאך אזוי ריין, אזוי זיס מיט טעם.

מנשה, האלטס אט ביים אלף'ל ,מיר ערווארטען עפעס ספעקטאקולער!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מתוק לחיך! האסט מיר געמאכט שמייכלען און אויך הנאה האבן! דאנקע שעהן!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

צוקער זיס! א דאנק פארן מהנה זיין.

א גראם מיט טעם האט געשריבן:מנשה, האלטס אט ביים אלף'ל ,מיר ערווארטען עפעס ספעקטאקולער!
הק' איש ימיני
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלדיג גוט ר' מנשה

זייטיגע פראגע (כ'האף דו ליינסט די קאמענטארן דא...): די סנעפ קארטלעך ווערן אנגעפולט לויטן אלפאבאטישן סדר?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מנשה'לע!! ציקער זיס ווי אלעמאל. אזא נאטורליכער שרייבער זעהט מען זעלטן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

רט, די שפראך איז עפעס אויסערגעווענליך גוט, אזוי פליסיג און געשמאק מיט אזא הומאר, זעלטן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גוט. וועכע שיך סטאר?
קלימאט
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 11, 2015 10:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלימאט »

ר' מנשה באמת געשמאק און זיס, שטארק הנאה געהאט קוק מיר ארויס אויפן המשך...
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

מנשה שרייבט גוט.
I reserve the right to disagree
12:56
חלה פיש אין קיגעל
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה פיש אין קיגעל »

מנשה זאג עפעס לאכעדיגס
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ב''ה
פארוואס? פארוואס טאקע..
ס'קען זיין שוין באלד א חודש צייט, און נאכאלץ הענגט עס דארט, ווי כאילו ס'איז דורכזיכטיג, צו אפשר ווארפט עס פחד.. ווער ווייסט.
ס'איז א כשר'ע געקניפטע ציצית, די פולע שיעור, פיר'קאנטיג און ריין, און קיינער צו דעם נישט צורירן, כאטש בטעות.
ווען כ'זאל איבערלאזן בטעות מיין שירעם, מיינע קאלאשן, נישט מער ווי א האלבע שטונדע! און וויבאלד ס'רעגנט אינדרויסן, איז עס אטאמאטיש, כאילו עשאוהו בית דין הפקר.. און ס'איז נעלם! אזוי שנעל ווי כ'האב עס איבערגעלאזט..
ס'קען שטייט א נאמען, שווארץ אויף ווייס, ס'כאילו הניחו על קרן הצבי.. ס'נישטא!
אבער דא לעצטענס, זע איך א נייע מציאות, א חידוש פארוואס..
ווייל כ'האב ביי מיר באשלאסן, אז מיין 'צודאקל' – מיין אלטע וואלענע ציצית'ל איז מיר שוין איינגעשרימפן – פון אזויפיל וואשן, און אויפן דעת, אז יעדע דבר שבקדושה ווערט בטל בין רוב בני אדם, ס'ווערט הפקר, האב איך עס לכתחילה גלייך אויפגעהאנגן – דארט פון וואו מ'לקח'נט מיר אלץ אוועק פון אונטערן האנט, מיינע בגדים און חפצים.
אין מקוה!
כ'קום צו'מארגענס, והנה ס'ליגט נאך דארט, אומ'בארירט!
כ'האב געמיינט ס'וועט העכסטנס הענגן א צעטל, למי הבגד והפתילים.. ניין, כאטש ווער נעלם פאר א נויטבאדערפיגער.. ניין.
נאך א וואך צייט, וואס ס'איז אריבער א פארנומענע ערב שבת, ווען די מקוה איז איבערפול מיט באזוכער, און ס'נישטא קיין איבעריגע הענגער פאר א רפואה, וועט עס זיכער נעלם ווערן.. ניין!
שוין אריבער א שבועות, נאך אפאר וואכן מיט אפאר שבתים, און גארנישט.. ס'הענגט און ס'הענגט און ס'הענגט.. ס'געליבן ווי מ'זאגט הענגן!
וואס זענען די הלכות פון הפקר? וויאזוי ווערט א חפץ הפקר, און וואס עפעס איז מיין נדבה פאר הקדש געבליבן אומבארירט, און ס'הענגט אפ ווי לכתחילה אויף להכעיס..
זאל איך בטעות איבערלאזן וואס איך דארף יא, באלד יש עליו קופצין, וועל איבערלאזן א נדבה בסתר וואס איך דארף נישט, ליגט עס ווי א חררה שאין לה מהפכין.. מה זאת??
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

חחחח.... גוד פוינט מנשה!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

"וקבצנו יחד מארבע כנפות" מיט דיינע ארבע כנפות בלייבן מיר נאך אלס קבצנים........
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

מנשה, איר זענט ציקער זיס! מיר האבן שטענדיג הנאה פון אייער גאלדענעם פעדער.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

מנשה, פיין געשריבן און צום פוינט, דיין היט האסטו שוין בטעות געלאזט אין מקוה?

כהאב געהאט אזא עקספיריענס פאריגע וואך פרייטאג, געטראפן זונטאג א קאפעלוטש, אבער א קאפעלוטש...
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ס'געווען א יוד, וואס איז אנטלאפן מיט א קליינעם שיפל - מיט זיין פרוי און קינדער - פון די שפאנישע איקוויזיציע ימ''ש.
אינמיטן ים, איז אראפגעקומען א בליץ, און אומגעברענגט זיין פרוי, נישט לאנג דערנאך, איז געקומען א שטורעם, און אריינגשליידערט זיינע קינדער אינעם ים.
ער האט זיך געטראפן שטיין איינער אליינס אויף א פארווארפן אינדזל, בורפיסיג צעבראכן און פארלוירן, און ער הייבט אויף זיינע הענט און אויגן לאבינו שבשמים, און זאגט הויעך:
ריבון העולמים! איינציגער טאטע, איך בין אנטלאפן פון שפאניע, און דא אהער געראטעוועט געווארען, פארוואס? נאר כדי איך זאל דיר הייליגע גאט ב''ה קענען דינען אן קיין שום שטער, צו מקיים זיין דיינע ליבע הייליגע מצוות, און מקדש זיין דיין הייליגן נאמען.
אבער רבונו של עולם, אסאך איז געשען, וואס האט געקענט גורם זיין, אז איך זאל חלילה וחס איבערלאזען יודישקייט רח''ל.
טאטע! אויב מיינסטו אז די אלע נסיונות וועלן מיר אראפ'פירן פונעם דרך הישר, זאג איך דיר קלאר און הויעך – ניין!
כ'זאג דיר ליבע גאט, אלוקי ואלוקי אבותי, דאס וועט קיינמאל מיט מיר נישט פאסירן בכלל.
קענסט מיר דערדרוקן, קענסט מיר אוועקנעמען דאס טייערסטע, קענסט מיר מאכן יסורים ביז צום טויט, אבער איך וועל שטעדינג בלייבן א געטרייע יוד! א יוד בין איך געבוירן, און א יוד וועל איך אלץ בלייבן!
גאט ברוך הוא, ישתבח שמך לעולמי עד, אלוקי הנקמות, אלוקי האמת והמשפט, ס'וועט קומען די טאג ווען ס'וועט אויפשיינען די וועלט מיט דיין אמת, און דאן וועט אויפציטערן אלעס, מיט אונזער געשריי צו דיר.
השם הוא האלוקים! בידך אפקיד רוחי, שמע ישראל השם אלוקינו השם אחד!!!
[ציטירט פון שערי מדע להרב משה נחום קרויס שי', מיט זיין געשריבענעם רעכט]
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

א שרייבער שנעלער ווי א ליינער

אזויפיל אנציאגען
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

געב נאר א קוק, וואס איז פון מיר געבליבן.
איך בין אליינס פאר'אלמנ'ט, אלעס לאכט אלעס לעבט, און איך זיץ איינזאם, גאנצע נעכט מיט טיפע הארץ קלעמענישן און טייכן טרערן.
נישטא קיין טרייסט, נישטא קיין הילף, אלע חברים זענען צו מיר פרעמד געווארן, ס'איז ביטער און שווארץ, ס'בייסט דאס הארץ און די אויגן אנגעווייקט מיט זאלציגע טרערן.
כ'בעט דיך רבונו של עולם, ס'מיר זייער ענג אין הארצן, מיינע אינגעווייד און געדערים ווערן איינגעצויגן פון זעלבסט פיין, און איך קלאג און קרעכץ צו די טויבע ווענט.
איך שפיר ביי מיר פארווארפן, סאיז ביי מיר צעטראסקעט דאס שיינקייט פון לעבן. איך שפיר צעשלאגן און באזיגט פון נקמה פון מיינע שונאים, און איך קען אויסגיסן דאס הארץ און וויינען אן א סוף, אבער ס'נישטא קיין סוף..
וואס איז פון מיר געווארן.
וואס פאר א טעם האט עס, צו עסן שבת יום טוב, ווען די מויל איז ביטער פון טרערן, זאט פון קלעמעניש. גאנץ אליינס, אבער דאך איז דער אייבירשטער דא מיט מיר, און ווייסט וואס איך שפיר, און האט אנגעגרייט עפעס גוטס אין א שיינעם טאג, אויף וואס איך ווארט אומגעדולדיג - שטיל און פארביסן די ציין אויף די ליפן.
נו ווען וועט דאס שוין זיין..
אז כ'וועל עס אנ'נעמען באהבה, וועט עס פילייכט בעסער זיין, אז כ'וועל ליבערשט אראפשלונגען די ווייטאג, אפשר וועט מיר בעסער ווערן אויפן הארצן.
אז איך וועל לאזן פאטשן די פאקטן אין פנים, וועל איך כאטש שלום מאכן מיטן מצב, און אזוי כאטש זאט ווערן.
וואס האב איך מיר דען צו באקלאגן, כאטש אפקומען די זינד וויפיל עס גייט, און עס גנב'ט זיך ארויס א שנירעלע טרערן, וואס שלעפט מיט זיך מיט, א פלייץ פון שטורמישע טרערן, אן אויפהער.
טייכן טרערן פליסן, און פארשוועמען דאס גאנצע דערווארטונג, א פריילעך שטוב - געווארן וויסט און שטיל, עלענד און איינזאם, פאר'יתומ'ט אומעטיק און אראפגעשלאגן, ווילאנג נאך וועל איך זיין פארגעסן און פארלאזט, אנגעוויזן פאר פרעמדע טובות.
ווילאנג נאך, וועל איך זיך אויפעסן דאס הארץ פון קלעמעניש, ווילאנג נאך וועל איך זיצן איינגעבויגן, און מבול'ן טרערן און געוויין, ווילאנג נאך וועל איך ווארטן ענדלאז אויפן ישועה, ווען מ'זעט נישט קיין שטראל אינעם צוקונפט.
יא מיר גלייבן באמונה שלמה, אז ס'דא א חשבון, ס'דא אויך פארהאנען א אויסוועג און האפענונג צו יעדע פראבלעם.
דאך בעט איך דיר, פאטער אין הימל, טו שוין אויפשיינען מיין גליק, ברענג שוין נאנט דעם ענדגילטיגן לייזונג, פארטרייב דאס ביטערניש און טרויער, וויש אפ מיינע טרערן, און מאך מיר שוין אויפגעראכטן און פריילעך.
זאג שוין אן א גוטע בשורה, ווען וועט מען דעקן דעם טיש מיט פרייד, לאמיר שוין הערן דאס געזאנג און לחיים.
= אזוי האט ירמי' הנביא געשריבן אין מגילת איכה =
– אזוי וויינט ירושלים און די שכינה אויפן חורבן הבית וגלות עם סגולה, און מיר פירן אלץ אויס מיטן גאנצן אמונה, השיבנו ה' אליך ונשיבה, חדש ימינו כקדם..
לשנה הבאה בירושלים, הבנויה, אמן.
[וואס און פארוואס זענען די ווערטער מיר געקומען אין געדאנק? אז כ'האב צו געווארט ביז יעצט די ימי המצרים זיי צו שרייבן און מפרסם זיין?.. במאמר הבא אי''ה.]
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

און איך וויין.... פארוואס טוסטו דאס צו מיר??
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נישט דא קיין בעסערע אריינפיר צו די 9 טרויער טעג ווי אזא סארט הארציגע אפענע שפראך פון אונזער חבר מנשה.

חז"ל זאגען כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה, לאמיר האפן אז אלע וואס ווערן פארקלעמט ליינענדיג דיין ענגשאפט זאלן זיך בקרוב קענען פרייען על ראש שמחתך.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

לכאורה האט געשריבן:נישט דא קיין בעסערע אריינפיר צו די 9 טרויער טעג ווי אזא סארט הארציגע אפענע שפראך פון אונזער חבר מנשה.

חז"ל זאגען כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה, לאמיר האפן אז אלע וואס ווערן פארקלעמט ליינענדיג דיין ענגשאפט זאלן זיך בקרוב קענען פרייען על ראש שמחתך.

אמן ואמן
מיין קיבארד איז געגאנגען פייפן פון די טרערן
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

געכאפט א געזונטן ציפ ביים ליינען.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

לכאורה האט געשריבן:נישט דא קיין בעסערע אריינפיר צו די 9 טרויער טעג ווי אזא סארט הארציגע אפענע שפראך פון אונזער חבר מנשה.

חז"ל זאגען כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה, לאמיר האפן אז אלע וואס ווערן פארקלעמט ליינענדיג דיין ענגשאפט זאלן זיך בקרוב קענען פרייען על ראש שמחתך.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

בכל צער וצער , אוי אוי אוי שיש לישראל ,אני אני אני עמהם ....
אויפען הארץ אזויפיל ווייען
מיין קינד איך הער דיך שרייען
ווייל איך שטיי נעבן דיר און איך וויין .....

דאנציגער מיט זיין פענע
שטורעמט די הארץ טענער
בענקט צו אן עתיד שענער
פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל

דער בורא וועט אראפ קוקען
אפווישען די טרערען וואס שטיקען
די אויגען ווערען טרוקען
צוריק ווי אמאל

אוי אני עמהם בכל צער וצער .....


מנשה האסט אונז מרגש געוועזן ,ש'כח.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

עיני עיני ירדה מים...
לבי עליך אחי...
הק' איש ימיני
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”