ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

דאנציגער האט געשריבן:~ בארג ארויף איז שווער, אבער ס'איז בארג ארויף!


שטארק!
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ג]
~ געוויסע פריינד זענען פיינט, אבער קיין איין פיינט איז נישט קיין פריינד.
~ געווען א גוטע מענטש, אבער וואס האב איך פון געווען?..
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ד]
~ דאן איז גוט ביים שכן קוקן, צו וויסן וואס מיר האבן ב''ה נישט.
~ דאס בעסטע וועג צו האלטן א סוד, איז מיט זיך אליין.
~ דאס גאנצע לעבן איז פוהל מיט אנטשולדיגונג.
~ דאס לעבן איז גענוג שאקעלדיג! ווילאנג דו האסט נישט אריינגעזעצט, גיי ווייטער..
~ דו ביסט נאכנישט אזוי גרויס, זיך צו האלטן אזוי קליין..
~ די אונטערשייד פון טיפשות צו גבורה, איז א מזל שפיל.
~ די גרעניץ צווישן קאמעדיע און שיגעון, איז גאנץ א שמאלע.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

גאר שטארקע זאכן
פאסט פאר פריערדיגע גוטע אידן
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

זייער גוט יעדע איינס....
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

~ די פוילע לייט, טוען אלץ בארגן.
~ די שפיגל איז א גרויסע שונא דעם מענטש.
~ די שפייז פון צופרידנקייט איז ענערגיע.
~ דעם חכם'ס פארהוילונגס מיטל, איז תמימות. [דער חכם פארשטעקט זיין חכמה אין תמימות.]
~ דעם קריטיקירער קען מען נישט באזיגן, ווייל ער איז שוין לאנג באזיגט.
~ דער אייבירשטער גייט נישט אויף פענסיע, אפילו איינער טריצט, צו גלייבט נישט..
~ דער וואס איז מיט מיר נישט באפריינדעט, דארף טאקע מיין פריינד נישט זיין.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

דאנציגער האט געשריבן:~ דעם חכם'ס פארהוילונגס מיטל, איז תמימות.

;l;p- ;l;p-
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ה]
~ העלף נישט און מאך נישט שווערער..
ו]
~ וואס ביים ערוואקסענער אויפן געוויסן, ביים אלטן אויפן צונג.
~ וואס מ'טוט איז געטון, וואס מ'קלערט בלייבט געקלערט..
~ וואס קלוגע פאבריצירן קענען נישט עשירים פארדינען.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

דאנציגער האט געשריבן:~ וואס ביים ערוואקסענער אויפן געוויסן, ביים אלטן אויפן צונג.

;l;p- האסט נישט קיין מושג ווי גוט דו זאגסט, מנשה!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

יא יא! איינס בעסער פונ'ס פיפטן...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

טיפע תורה
mi a nagy ügy
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

היינט, ער''פ ע''ז איז מיר דאס איינגעפאלן.
א געבורט-צייכן האט צומאל א חן, אבער א וואונד-שראם {צלקת} פון קאמף, איז א כבוד צייכן.
כתם לידה יכול להיות חן טבעי, אבל צלקת של קרב, הוא אות של כבוד
A birthmark can be a natural charm, but a scratch of a battle, is a sign of honor
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

שוין לאנגע וואכן וואס איך וויל שרייבן אפאר שורות, אבער מיינע טרערן פארשטעלן מיר דאס וועג, און איך האב נישט די מוהט צו געבן מיינע פינגער דעם הסכמה, שרייב וואס דו גארסט אזוי שטארק צו שרייבן.
פארוואס, ווייל כ'וויל נישט אויסברעכן מיינע שווערע טעג אינעם רשות הרבים, און כ'ווארט נישט קיין רחמנות פון אזעלכע וואס קענען ממילא נישט העלפן, און זיי סתם מצער זיין האב איך נישט דאס הארץ דערצו.
אבער דאך, אויב ס'קען זיין צווישן די שורות עפעס א תועלת, און אולי עפעס א סארט השתדלות מצידי, אויב כ'האב עס נאכנישט גענוג געטון, וויל איך שוין עכט נעמען דעם טינטער און מוציא זיין מכח אל הפועל מיינע געדאנקן, און פון דאן ביז יעצט איז אויך א היבשער כברת דרך.
ממילא זייט וויסנד, די אותיות זענען געשריבן מיט אפענע וואונדן – אבער אן קיין באשולדיגונג חלילה. נאר כאשר שח איש אל רעהו מקירות לבו.

וואס וועט זיין יאנקל וועגן א שידוך וועגן מיר?
איך בין נישט קיין שדכן..
פאר דיינע קינדער וועסטו דאס אויך זאגן? און ווער קען זאגן אז ער איז יא א שדכן, ס'שטייט דאך אויפן אייבירשטן אז ער איז יושב ומזווג זיווגים, עפעס וואס שטייט גארנישט ביי א שוחט צו א רב, איז ווער קען זאגן 'ער' איז יא דער וואס איז 'א שדכן'.. מ'העלפט א יוד פונקט אזא גמ''ח ווי ביקור חולים והלוואות..

וואס וועט זיין זיין ר' שמואל מיט מיר, איך בין שוין ניין יאר אליינס..
Wow ניין יאר!! באמת? ס'איז זייער אסאך.. פארוואס רעדסטו נישט מיט א שדכן..?
ר' שמואל, קוקט מיר אין די אויגן, און זאגט מיר צו ס'איז אייך יעצט איינגעפאלן דעם בייפאל.. עפעס וואס איך האב גארנישט געטראכט ניין יאר אין א רייע... וואס?
כ'מיין עס ערנסט, רעדט מיט שדכנים, אדער גיי אויף דייטינג סייטס, און פראביר פראביר.. אז מ'טוט העלפט דער אייבירשטער...
א גרויסע דאנק ר' שמואל פאר אייער הארציגע עצות, איך ווארט פון אייך עפעס א גוטע הצעה..
איי.. איך האב נישט.. איך וואלט זיך זייער געפריידט ווען דו ווערסט אויפגעראכטן.. דער אייבירשטער וועט דיך זיכער העלפן..

אה, ר' הערשל.. א גוט שבת, דו ווייסט איך בין זייער צעמישט, איך זיך שוין א שידוך לאנגע יארן, און כ'טאפ א וואנט..
באמת? אוי געוואלד, דו ווייסט וויפיל איך האב דיך אינזינען..
נו? אז דו האסט מיר אינזינען האסטו דאך אוודאי שוין געהאט אין קאפ אפאר הצעות..
ניין, ביים דאווענען יעדן טאג, ממש איך טראכט פון דיר..
ר' הערשל, טוט מיר א טובה, און דאווענט מיר ווייניגער, און זייטס עפעס מציע, עפעס פראבירט.
איך? איך בין נישט אין די ליין... איך קען אפשר פרעגן איינעם..
אה, גוט פרעגטס איינעם, מאכסט א שטיקל שטויב.. איך האב שוין אסאך פראבירט, און איך וואלט געוואלט הערן כאטש עפעס הצעות, כאטש עפעס זאל זיך טון..
זאגסט גוט.. דער אייבירשטער זאל זיך מרחם זיין..
עה, ר' הערשל איך האב געמיינט איר וועט עפעס טון פאר מיר זאכליך..
וואס זאל איך טון, איך קען נישט אויפהייבן א טעלעפאן, איך קען נישט קיין פרויען, איך טו דאס נישט.. פשוט איך קען 'דאס' נישט טון.

ר' זלמן, א גוט יאר.
אה! כ'האב הנאה ביסט אלץ פריילעך.. זאג מיר עפעס א ווערטל..
ר' זלמן, איך האב אויפגעהערט ווערטלען.. ווייל מ'מיינט אז איך בין שלום עלי נפשי, איך זיך נישט קיין שידוך, און ס'מיר גוט אזוי..
פארוואס זוכסטו טאקע נישט?
פארקערט, דאס זאג איך אייך, איך זיך יא, און כ'זיך זייער שטארק, אפשר קענט איר מיר עפעס מציע זיין, עפעס זאכליך אנטראגן..
ווי קען דאס זיין אז האסט נאכנישט געטראפן, אזוי לאנג? יגעתי ומצאתי תאמין, ס'קען נישט זיין אז האסט טאקע גענוג געטון..
א גרויסע דאנק ר' זלמן פאר אזא קאמפלימענט..
ניין, כ'מיין דיר נישט צו טשעפענען, איך מיין דיין טובה, דו מוזט מער טון.. רעדן צו א שדכן, אנרופן מענטשן און נישט נאכלאזן..
גלייב מיר איך טו דאס אלץ, איך האב שוין אסאך געטון, מער ווי מיינע געפילן לאזן מיר, אבער איך זע איך מוז גיין פון חבר צו חבר, פון עסקן צו עסקן.
זייער גוט טוסטו, וועסט דאס טון וועסטו אם ירצה השם טרעפן..
אפשר ר' זלמן קענט איר עפעס אנטראגן..
וואס זוכסטו?
ר' זלמן! אין איין ווארט! איר ווילט מיר העלפן? איך האב נישט פיינט וואס איר האט ליב.. און איך בין נישט קלייבעריש, אוודאי וויל איך חתונה האבן מיט א ערליכע פרוי, און אויך נישט מיט קיין קאליקע, אבער איך בין דווקא נישט מקפיד אויף מנהגים לבוש און דאס גלייכן.
אוודאי קענסטו נישט מקפיד זיין..
נו אפשר קענט איר עפעס מציע זיין.
דארפסט רעדן מיט די וואס טוען אין זיווג שני...
אוי, איך האב שוין מיט זיי אלע גערעדט.. און געמוטשעט.. יעצט האלט איך שוין נאך אלע סגולות, נאך אלע קונצן, נאך אלע הבטחות, און גארנישט..
נו וואס קען 'איך' העלפן..?
טראכטס עפעס, פרעגסט מענטשן.. העלפט מיר אביסל..
כ'וועל זען, כ'וועל האלטן מיינע אויגן אפען...

ר' בערל.. ס'יום טוב אויפן וועלט, און איך שפיר זייער קאלמוטנע, ווי און מיט וועם עס איך די סעודות, ביי יענעם אן קיין אייגענע שטוב, אן קיין אייגענע אטמאספער. ס'מיר ביטער אויפן סדר טיש.
אוי, זאגסט מיר.. איך קען מיך פארשטעלן..
יא? וואס שטעלסטו זיך פאר?
אז ס'דיר זייער שווער... און אז דער אייבירשטער האט פון דיר נישט פארגעסן.. גלייבסט?? יא אדער ניין... און איך זאג דיר צו.. אז ביז נעקסטע יאר ביסטו שוין חתונה געהאט און אפילו מיט א צווילינג אין די האנט.. מיין אנטווארט! אזא הרגש האב איך..
ר' בערל לאמיר רעדן תכלית, איך האב נישט ליב קיין פאלטשע האפענונגען וואס דו האסט אזא הרגש, איך וואלט זייער פריילעך געווען ווען דו קענסט מיר העלפן טרעפן א שידוך, כאטש עפעס מציע זיין..
די ערשטע זאך זיי פרייליך, מ'מוז זיין פרייליך יו''ט.. און דער אייבירשטער וועט זען אז ביסט פריילעך וועט ער דיר העלפן.. אזוי ווי איך זאג דיר אז איך שפיר אז ביסט א געהאלפענער...

ישעי' נחום עזרי פנחס מענדל אברהם יצחק יעקב משה אהרן יוסף דוד ראובן שמעון לוי יהודה יששכר זבולון..
די רשימה פארט ווייטער מיט אזעלכע שפיציגע קלוגע און טרעפליכע געדאנקן... וכשם שפרצופיהן שונות כך תירוצותיהם שונות...
און איך בין גוט לעקיש.. קשיות טאר מען נישט פרעגן, טענות טאר מען נישט האבן.. מענטשן זענען פאריאגט, מ'כאפט זיך נישט.. מ'מיינט חלילה נישט.. אבער וואס האב איך פון דאס אלעס???

אזא רחמנות ווער דארף נאך רחמנות.. אזעלכע חברים ווערט דארף חברים..
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

חחח, די לייגסט עס אראפ זייער זיס, פיר אויס למעשה, אפשר לייגסט אראפ די זעלבע ארטיקל און די שרייבסט וואס מ'זאל יא טוהן.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זעהסט מנשה, נאך אזא תגובה גיבסטו קיין ארט פאר רעאקציעס... יעדער טרעפט זיך אין איינע פון די יקוש-פייבלעך וואס דו האסט געשילדערט, און מען שעהמט זיך פון זעך...
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אוי ר' מנשה עס טוט וויי און עס שטעכט דאס הארץ,

זאל השי"ת שוין העלפן, עס שטייט דאך לכל תכלה ראיתי קץ, יעדע נסיון האט אן ענדע,
השי''ת זאל העלפן עס זאל שוין "שמחנו כימות עניתנו" בכפלי כפלים במהרה!


------------
האמיר ערשט יעצט באמערקט די דאזיגע אינטערסאנטע אשכול פון ר' מנשה לוסטיג, און אויך געטראפן אין איינוועגס די אשכול און דורכגעבלעטערט אביסל,
עס קומט צו וויינען און לאכן אויף איינמאל,
עס ממש צום באוואונדערן ווי אזוי מנשה איז זיך מחזק פיל מיט אמונה און בטחון אין זיינע שווערסטע צייטן, און פון אנדערן זייט ברענגט ער כסדר ארויף שמייכלען אויפן ציבור מיט זיין געשליפן צינגל.. אנטשולדיגט "פעדער",

גיי אהן ווייטער ר' מנשה! מ'קען שעפן אזויפיל חיזוק פון אייערע ארטיקלען.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מנשה, אהה, גוט כאדעך געטראפן, און כ'על זיך וואגן זיך צו קריגן מיט לכאורה'ן.... האסט יא געלאזט פלאץ פאר רעאקציעס, אמער, לכאורה האט דאך געטון ס'זעלבע. ער האט יא רעאגירט.

מנשה, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, איך וועל אין מיין לעבן נישט פארגעסן אונזער ערשטע באגעגעניש אויפ'ן פארקינג לאט אין קרית יואל. דו ביסט אריין אין מיין הארץ, און איך שפיר יעדע תגובה וואס דו שרייבסט, כ'קען זיך ס'רוב נישט רעאגירן, ווייל כ'בין מרוגש ביז איבער'ן מוח.

אלזא, מנשה, וואס הערט זיך עפעס גוט ביי דיר? כ'וויל אויך הערן עפעס גוטס, אז ס'איז ביטער ווייסעך און כ'הער, לאמיר זוכן מיט וואס השי"ת האט אונז עפעס גוט געשאנקן.

מנשה, כ'ווייס אז מיינע צרות קומען ניט צו צו דיינע. כ'קען זיך אין מיין לעבן נישט פארשטעלן וויאזי ס'שפירט אן אלמן אין די יארן, און זאל קיין שום איד עס נישט וויסן, און בעזרת השם יתברך דו אויך נישט. אבער איין זאך קען איך דיר זאגן, אז ווען נישט כ'זאל זוכן די גוטס וואס השי"ת טוט מיר אין מיין לעבן, העט איך שוין געוועזן אין טשיגאעם הויז, אדער אין נארן הויז ווי מ'פלעגט דאס רופן אין די אלטע היים.

הערויס, דיינע הערליכע פראזן און סעינגס אין די תגובות פון פארדעם, - וואס מען קען טאקע זען אז דאס קומט פון א טיפער דענקער, יאך וואלט מסתמא נישט אויפגעקומען מיט אזעלכע טיפזיניגע ווערטליך - איז א זאך וואס פילע אידן - און איך אינצווישן - זענען זיך מחי' דערמיט, מעגסט זיך אויך מחי' זיין דערמיט. אפילו ס'איז ביטער פון די אנדערע זייט.
און כ'מיין אז אויב כ'וואלט געווען א שדכן, העטכעדיך שוין אנגערופן, יא? כ'האף אזוי....

אלל זע בעסט,
ידידיך מאז
סאכדעס
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

לאמער פאלגן סאכדעס מיר אלע זענען דאך אין אחדות..

ו]
~ ווילאנג ס'נישטא קיין ענדערונג אין די זיטן, וועט זיך די מצב גארנישט בייטן.
if there is no change, nothing will change.

~ ווען מ'שטויסט דעם קעגנער אין פינטל, האט מען דערגרייכט דעם ציל.

~ ווען ס'דא פוהל תירוצים, דארף מען קיין שום תירוץ נישט.

~ ווען ס'שוין דא ווער ס'זאל וויינען, קען איך שוין לאכן..
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אהה, לאכעך שוין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
ביזן סוף
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 09, 2017 10:54 am

שכוח זייער הנאה געהאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזן סוף »

[color=#FF8000]חילך לאורייתא[/]
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ט]
~ טוה נישט קיין טובות און מאך נישט קיין חובות. {dont do favors, and avoid the Flavors..}
י]
~ יודישקייט איז קיין דעמאקראטיע, ווייל דעמאקראטיע איז קיין תכלית.
~ יעדע מאלצייט און זיין געשמאק, יעדע געשיכטע און זיין אויסטייטש, אזוי יעדע מענטש זיין מיינונג.
~ יעדע מוצלח פארמאגט א אומ'פארגעסליכע וואונד.
באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלזאם »

מנשה, מיר באלעקן זיך מיט דיינע סחורה

keep it coming
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

באלזאם האט געשריבן:מנשה, מיר באלעקן זיך מיט דיינע סחורה

keep it coming
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

פרץ און הערשל, ביידע זענען דאס פארמעגן פונעם שטעטל, ליידער אויף זיי ווערט געזאגט דאס ווערטל, נפשות רבות וחסרונן.. על כל מה שבראת, פארוואס זענען זיי באשאפן געווארן.. להחיות בהן, זיי זאלן פרייליך מאכן.. ליידער אויף יענעמס חשבון געלאכט..
אבער וואס זאל איך א שטייגער טון אז ס'לאכט זיך..
נישט פרץ נישט הערשל זענען פון די פולקאם געזונטע; אויב לאמיר זאגן פרץ איז מער א פלייסיגער און הערשל א שלעפער, פרץ רעדט שנעל און הערשל שטייט, פרץ האלט מיט אלע נייעס און רעדט זיך איין ער דעקט די וועלט, הערשל איז אלץ פאר זיך, רעדט צו זיך, און אינטרעסירט נישט דאס גאנצע וועלט, נישט אין ליידן נישט אין פריידן.
פרץ ארבעט ווי א טערמוס'טאט, ווען ס'קאכט זיך איז ער צעקאכט, און הערשל ווי א זייגער, ער לעבט זיך זיין פארבארגענע רוטין, זומער צו שניי, היצן צו קעלט, ווען ער עסט פרישטיג בין השמשות איז אינדערפרי, און שטאק פינסטער אין נאכט – זוכט ער תיקון, ס'איז זיין באבעס יארצייט..
- דאגעגן פרץ איז אויפן צייט, א מינוט פאר זמן מעריב איז ער שוין מיט איין פוס אין בעט.
והיה בצהריים, הערשל איז שוין אויפגעשטאנען, פרץ איז שוין אפגעמאטערט.. זעלטן זיי זאלן זיך אנשטויסן איינער אינעם צווייטן, אבער היינט האט עס פאסירט.
פרץ שטייט אויף דרום זייט, און צייגט מיר אויף הערשל. נעבעך דעי הערשל! ער איז שמוציג – זאגט מיר פרץ, הערשל איז נעבעך נישט מיט אלעמען.. ווי האלט עס זיין משפחה אויס.. פרעגט מיר פרץ. און תוך כדי דיבור צעשרייעט זיך פרץ.. הערשעלע! לעב אויף!! ברויכסט קארן טשיפס?? איך געב עס דיר אוועק..
און איך קלער, דאס טייטש פרץ האלט אז ער איז פון די בינונים.. ער זארגט זיך פאר משפחת הערשל..
און הערשל צעלאכט זיך ווי זיין שטייגער – זעקס מאל א שעה.. און ווייזט מיר כ'זאל קומען צו עהם, ער האט פאר מיר א סוד צו זאגן אין די אויערן..
יא ר' הערשל א גוט יאר..
הערסטע מנשה.. דער פרץ איז נעבעך נישט מיט אלעמען, פארוואס נעמט מען נישט קער אויף עהם? ער דרייעט זיך אין די גאסן, און מענטשן לאכן פון עהם.. זאג וואס טראכטן זיינע קרובים..?
הייסט הערשל האלט זיך א באזעצענער.. א דורכגעטראכטער... א בעל רחמנות...
פרץ האלט זיך פאר א נדבן א טויגליכער, א דעם וועלטס חבר.
צוויי משוגעים, איינער האט רחמנות אויפן צווייטן.. ואני אנא אני בא... ווער ווייסט וואס א פנים איך האב, ביי וועמען.. וואס ווייס איך וואס ווער טראכט וואס וועגן מיר..
לאמיר האפן כלפי שמיא זעמער נישט קיין געלעכטער, אז מיר מיינען מיר פארשטייען, צו מיר עסקנ'ן.. און והנה חלום א פאנטאזיע א וויץ.
יו נעווער נאוי!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלדיג!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”