ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..

תגובהדורך דאנציגער » זונטאג מאי 24, 2009 6:50 pm

לכבוד ידידינו היקרים שיחיו לעולמי עד ולא עד בכלל..
מיט גרויס פרייד, טוה איך אייך אלע מעלדן, אז יעך בין צוריק אין סערוויס. און ומחה השם דמעה, מ'קען שוין לאכן נאכאמאל, מ'האלט שוין אט אט נאך ספירה, און כ'טאנץ שוין מיט פרישע פעדער און טינט, אויף ווייס געדעקטע פאפירן, וואס גלייכן זיך צו לאזן פארפלעקן פון מיינע קרעפל תורות על הסדר.
לאמיר נאר אנווארעמען די גיסטע..
He is not my president!! It's like saying, this is not my sky..

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג מאי 24, 2009 7:39 pm

וואס איז געשעהן מיט קאפ שטיקן??? בכל אופן מיר בענקן מיר בענקן, איף יור העפי איים שור יול מעיק אז העפי, וועלקאם בעק.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מאי 24, 2009 7:43 pm

וואט א מנשה, אפפפס כ'מיין א שמחה. איך טראכט פיל פון אייך, איך האף צו הערן פון אייך עפטער.

יאנאש, דיין פראגע איז נישט רעלעוואנט. מנשה איז נישט מצומצם צו קיין שום ניק, די ניקים זיינע, זענען צוגעבינדן צו אים.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג מאי 24, 2009 7:51 pm

מנשה מנשה, יעדעס ווארט דיינס איז ווערד געוועזן א מאיאנטעק... ברוך הבא...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מאי 24, 2009 8:12 pm

שלום עליכם ר' מנשה, וועלקאם בעק (זאגט מען אין ענגליש ---)

דארפסט א לאלי-פאפ? (איך האב מיך סתם דערמאנט פון די משלוח מנות וואס איך האב באקומען פון דיר אינמיטן העלן יאר.

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » זונטאג מאי 24, 2009 8:37 pm

איך ווייס נישט ווי כ'זאל אנהייבן, און ווי כ'זאל מיך צעלאזן.
אבער היות, היינט צו טאגס ארבעט איך אין א גראסערי, און כ'שטיי ביים געוועלב טישל, און איך 'רעכען' מיך אפ מיט יעדן בייזוויליגער קליענט. האב איך אסאך צו דערציילן מענין לענין באותו ענין.
צוערשט, אז קרעמער האט דערמאנט וועגן לאלי פאפס. האב איך מיך דערמאנט א עפיזאד, ווי א קליין קינד איז געקומען איינקויפן ''א מיני טשאקאלאדע' און ווען איך זאג עם, ס'קאסט 45 סענט, פרעגט ער מיך בתמימות, 'כ'האב עס געקויפט פאר מיין עלטערע שוועסטער א מתנה, איר קענט עס פליז דעליווערן אהיים..??
אה, דאס תמימות האט דאך אזויפיל חן, ס'ווערד אלע מתוקות'ן שבעולם. די טייערע זיסע בחנ'טע תמימות'דיגע שאלות, וואס געבט מיך פון צייט צו צייט א בוסט פארן טאג.
He is not my president!! It's like saying, this is not my sky..

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מאי 24, 2009 9:02 pm

מנשה... שאמאלייכעם.. וועלקאם בעק, א_וואו איז געווען די רייזע?.. ביסט געקומען מיט די נייע יודישע עיר-ליין?.. חחחחחח.. איך לאך נאך יעצט..

עניוועי, וועלקאם בעק, מיר ווארטן צו הערן, און מיר האפן אז דאס מאל בלייבט איר שוין דא..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מאי 24, 2009 9:55 pm

אה, האבן מיר שוין א גראסערי-מאן (און איך האב מיך איינגערעדט אז דו ביסט געווארן א סוחר אין דאנציג). אדרבה, געב אונז איבער נאך נאטיצן מהני מילי מעלייתא וואס מאכן זיך טעגליך אין קראם.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מאי 24, 2009 11:18 pm

ממממממעעעעעעעעענננננננננננאאאאאאאאאאשששששששששששעעעעעעע!!!!!!! וועלקאם בילד.... קיפ אפ..

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » זונטאג מאי 24, 2009 11:57 pm

איין מינוט מיסיס קאצנעלנבויגנפיס תחי', די טאמאטן און איגערקעס איז אויכעט אייער'ס?
יא יא..
נו וואס זאגט איר נישט. ביז ווי איז אייער ארדער..
אה, כ'האב דא דרייסיג אייז פאפס, זיבן קענדי ספריי, אכט פרוטלעטער, אלעס צוזאמען האב איך דריי און פערציג ביסעליס, אלעס קאסט די זעלבע פרייז??
זאל זיין דריי און פערציג, די זעלבע פרייז, אבער ביז ווי ווייט ציט זיך אייער ארדער..
אה, כ'האב נאך א קעריטש.. וויפיל איז דעליווערי? איר מאכט נאך יעצט אזוי שפעט דעליווערי?
גראדע יא..
אה, איך פרעג סתם.. מיין מאן טראגט עס אהיים..
שוין, שוין, ווי האלט די ביל????
מיסיס קאץ וכו' די סך הכול איז דריי הונדערט דאלער און פערציג סענט 'סטרייט'..
WOW WOW וואס האט געקאסט אזויפיל געלט....? אפשר די מעלאנע? וואס, די טשאקלעט קאסט אזויפיל?? כ'האב געמיינט ס'איז אויף סעיל.. וואס הייסט, א קראס די סטריט קאסט עס ביליגער.. עה! כ'ווייסנישט פארוואס כ'האב מיך איינגערעדט דא איז ביליג..
אקעי מיסיס הינט, איימסארי מיסיס קאץ. איר זענט פארטיג? כ''האף איר פארשטייט איז זענט נישט דער בן יחיד דא אין געשעפט, ס'שטייט א לאנגע רייע אינטער אייך.
אמת.. עם עם.. מיין מאן האט געזאגט אז ער גייט באקומען א טשעק נעקסטע וואך... איר קענט אפשר פליז זיין אזוי גוט און עס דערווייל לייגן אויף האלד ?
ניין, איר קענט נישט אויפשרייבן מער ווי הונדערט און פופציג!
וואס? הונדערט און פופציג איז דאך ממש ברויט מילעך און פוטער... דאס איז ווייט פון יושר מיסטער מנשה קאפשטיק. איר מעגט זיין א הארץ שטיק און רחמנות האבן, איך גיי באצאלן , מיין מאן האט געזאגט אז ער איז נישט קיין גנב..
מיסיס קאץ וכו', הונדערט פופציג שרייב איך אויף. און די איבריגע איז אייער אחריות, איך האב נישט קיין געדולט, איך שרייב באצאלט, און איר זאלט אליין געדענקן אז איר דארפט צאלן פאר אייער ביסן.. אבער נעקסטע וואך, קלערט אפילו נישט פון איינקויפן מחרצנים ועד זג, ביז איר האט אויסגעצאלט די ביל.
אויוויי וואס טוהט מען - קווענקעלט זי.. שוין, ווייסט איר וואס.. אויב שוין ממילא אזא ביל, לייגט צו צוויי קעיסעס סעלצער.. און א באקס גרעיפדזשוס און עפלסיידער.
[ווי איינער זאגט, ביז כ'וועל באצאלן, וועט נאך זיין א לאנגע טרוקענע זומער, ממילא געבט מיר ביזן שענק א זיפ משקה כ'זאל נישט פארטריקענט ווערן ביז איך דערשלעפ מיך צום נעקסטן גראסערי, און איך זעץ זיי אויכעט אן..]
He is not my president!! It's like saying, this is not my sky..

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 25, 2009 6:36 am

;l;p- ;l;p-

זי האט אויך מיטגעברענגט איר שוועסטער פאפירענמאנאוויטששטיינבערגנוסבויםפלאם?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג מאי 25, 2009 8:03 am

שמעלייכעם מנשה, די ערשטע מאל געהערט פון אייך, אבער שוין הנאה געהאט!
עפעס א אויפלעבעניש און די קלעבעדיגע פאר שוויצטע טעג.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מאי 25, 2009 8:13 am

יוי אידאס טיפיקל מנשה... געלויבט איז דער פון אויבן, וואס האט דיך צוריקגעברענגט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 25, 2009 9:07 am

ליינענדיג די לעצטע תגובה, איז מיר אויפגעקומען אויפן געדאנק, צו ווען מנשה שרייבט נישט אז דאס איז ער, צו איך וואלט ווען נישט אליין געכאפט.. סידעך אזוי טיפיקל..

מנשה, זייער גוט, מיר ווארטן דא אויף נאך..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 25, 2009 9:43 am

מנשה, שלום עליכם א איד! לאנג טיים נאו ספיק..

סימיר גוט צו הערן בלויז אז די ביסט דא צוריק, כ"ש אז די האסט שוין דא אפגעשריבן דיין טאג-טעגליכער גראסערי ארבייט.

איך האב הנאה געהאט און איך קוק ארויס צו פאברענגען ווייטער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » מאנטאג מאי 25, 2009 9:54 am

סאכדעס האט געשריבן:יוי אידאס טיפיקל מנשה... געלויבט איז דער פון אויבן, וואס האט דיך צוריקגעברענגט.



וויכטיג מאכער האט געשריבן:ליינענדיג די לעצטע תגובה, איז מיר אויפגעקומען אויפן געדאנק, צו ווען מנשה שרייבט נישט אז דאס איז ער, צו איך וואלט ווען נישט אליין געכאפט.. סידעך אזוי טיפיקל..

מנשה, זייער גוט, מיר ווארטן דא אויף נאך..
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מאי 25, 2009 10:36 am

יו איז דער גוט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 25, 2009 10:38 am

שלום עליכם ר' מנשה, מיין שאק האבעך שוין געכאפט אין אישית, סאו דא האבעך פלעין ערווארטעט אז ס'זאל אנפאנגען פליסן פול פארסט, והך כוה. א גרויסן יישר כח, איך מוטשע מיך שוין יעצט מיט מיינע דמיונות, וויפיל מיני שכוחות איך האב אין מיין ארסענאל, און ווי שנעל דו גייסטעס מיר אויסניצן.

האלט אן.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 25, 2009 11:18 am

יוי מנשה, באבעך אבאנטש געלאכט.... עכט מנשה'דיג...

שטעלט אייך פאר... פון א טרעוועל עידשענט איזער געווארן א גראסערי מאן.... מיר קענען קוים ווארטן אויף דיין טעגליכע באריכט...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג מאי 25, 2009 11:34 am

וועלקאם בעק מנשה. איך פריי מיך דיר צו זען צוריק מיט די זעלבע זיסקייט פון אמאל.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג מאי 25, 2009 11:59 am

מנשה : שלום עליכם, איך האב אסאך געטראכט פון דיר, וואס מאכסטו ?
ישר כח פארן ציריק קומען, נא יעצט הייב אן .............
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 25, 2009 1:05 pm

ער האט שוין לאנג אנגעפאנגען. ער דארף יעצט נאר ממשיך זיין.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מאי 25, 2009 2:56 pm

יא, דאס איז מנשה. הוא מנשה מתחילתו ועד סופו.

קרעמער, שכוח פאר'ן אויספלאץ. כ'האב נישט געוואוסט אז מ'קען נאכשרייבן דעם ווארט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג מאי 25, 2009 8:04 pm

אז מ'רעדט שוין. פארשטיי איך נאכנישט אינגאנצן, וויאזוי כ'האב מיך פארדינט דעם 'נארמאלע' נאמען 'דאנציגער'.
מעשה שהיה כך היה, כ'האב געוואלט שרייבן אונטערן קאפשטיק, און ס'האט זיך סותם געווען, ווי כאילו כ'בין א שונא אינעם קרעטש.
האב איך מיך ממש אויסגעטוהן די הויזן פארן מערכת, זאל מיך פרגיטיגן און צוריק אריינלאזן אינעם קרעם.
בין איך דורך זיי משונה שם געווארן, 'דאנציגער', גראדע קען איך עהם דעם דאנציגער, ער איז א היבשע ביזנעסמאן, און כ'וואלט געקענט ניצן זיין נאמען בדיעבד, אבער ווי קומט דאס אז איך בין גאר דאנציגער אליין 'פארקיפס'..
מיילע מייןצינגער, צו מיין שרייבפינגער, אבער גאר דיין צינגער, מיטן גרויסן גראבן טייטל פינגער ;l;p-
שוין, לא המדרש העיקר, לאמיר כאפן א שנאפס ליקער, און ווידער משמח זיין דעם קרעמל פון אויסגעזויגענע סברות, וואס פאלט מיר איין און ליגט מיר אויפן 'צינג' וואס רוהט אינעם ''קאפשטיק', וויבאלד מ'האט 'משנה'' געווען פאר 'מנשה', זאל נאר שמחה נישט זיין דער פאר'לוסט', נאר אך טוב וחסד ירדפונו כל ימי חיינו אמן ואמן וכן יה''ר וכן למר.
He is not my president!! It's like saying, this is not my sky..

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דינסטאג מאי 26, 2009 12:23 am

כאניש קאאנונג ווער די ביסט? אבער אז די בעטסט וועליך די מכבד זיין "שאלעם האליכעם"
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט