ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
היינט, ער''פ ע''ז איז מיר דאס איינגעפאלן. א געבורט-צייכן האט צומאל א חן, אבער א וואונד-שראם {צלקת} פון קאמף, איז א כבוד צייכן. כתם לידה יכול להיות חן טבעי, אבל צלקת של קרב, הוא אות של כבוד A birthmark can be a natural charm, but a scratch of a battle, is a sign of honor
שוין לאנגע וואכן וואס איך וויל שרייבן אפאר שורות, אבער מיינע טרערן פארשטעלן מיר דאס וועג, און איך האב נישט די מוהט צו געבן מיינע פינגער דעם הסכמה, שרייב וואס דו גארסט אזוי שטארק צו שרייבן. פארוואס, ווייל כ'וויל נישט אויסברעכן מיינע שווערע טעג אינעם רשות הרבים, און כ'ווארט נישט קיין רחמנות פון אזעלכע וואס קענען ממילא נישט העלפן, און זיי סתם מצער זיין האב איך נישט דאס הארץ דערצו. אבער דאך, אויב ס'קען זיין צווישן די שורות עפעס א תועלת, און אולי עפעס א סארט השתדלות מצידי, אויב כ'האב עס נאכנישט גענוג געטון, וויל איך שוין עכט נעמען דעם טינטער און מוציא זיין מכח אל הפועל מיינע געדאנקן, און פון דאן ביז יעצט איז אויך א היבשער כברת דרך. ממילא זייט וויסנד, די אותיות זענען געשריבן מיט אפענע וואונדן – אבער אן קיין באשולדיגונג חלילה. נאר כאשר שח איש אל רעהו מקירות לבו.
וואס וועט זיין יאנקל וועגן א שידוך וועגן מיר? איך בין נישט קיין שדכן.. פאר דיינע קינדער וועסטו דאס אויך זאגן? און ווער קען זאגן אז ער איז יא א שדכן, ס'שטייט דאך אויפן אייבירשטן אז ער איז יושב ומזווג זיווגים, עפעס וואס שטייט גארנישט ביי א שוחט צו א רב, איז ווער קען זאגן 'ער' איז יא דער וואס איז 'א שדכן'.. מ'העלפט א יוד פונקט אזא גמ''ח ווי ביקור חולים והלוואות..
וואס וועט זיין זיין ר' שמואל מיט מיר, איך בין שוין ניין יאר אליינס.. Wow ניין יאר!! באמת? ס'איז זייער אסאך.. פארוואס רעדסטו נישט מיט א שדכן..? ר' שמואל, קוקט מיר אין די אויגן, און זאגט מיר צו ס'איז אייך יעצט איינגעפאלן דעם בייפאל.. עפעס וואס איך האב גארנישט געטראכט ניין יאר אין א רייע... וואס? כ'מיין עס ערנסט, רעדט מיט שדכנים, אדער גיי אויף דייטינג סייטס, און פראביר פראביר.. אז מ'טוט העלפט דער אייבירשטער... א גרויסע דאנק ר' שמואל פאר אייער הארציגע עצות, איך ווארט פון אייך עפעס א גוטע הצעה.. איי.. איך האב נישט.. איך וואלט זיך זייער געפריידט ווען דו ווערסט אויפגעראכטן.. דער אייבירשטער וועט דיך זיכער העלפן..
אה, ר' הערשל.. א גוט שבת, דו ווייסט איך בין זייער צעמישט, איך זיך שוין א שידוך לאנגע יארן, און כ'טאפ א וואנט.. באמת? אוי געוואלד, דו ווייסט וויפיל איך האב דיך אינזינען.. נו? אז דו האסט מיר אינזינען האסטו דאך אוודאי שוין געהאט אין קאפ אפאר הצעות.. ניין, ביים דאווענען יעדן טאג, ממש איך טראכט פון דיר.. ר' הערשל, טוט מיר א טובה, און דאווענט מיר ווייניגער, און זייטס עפעס מציע, עפעס פראבירט. איך? איך בין נישט אין די ליין... איך קען אפשר פרעגן איינעם.. אה, גוט פרעגטס איינעם, מאכסט א שטיקל שטויב.. איך האב שוין אסאך פראבירט, און איך וואלט געוואלט הערן כאטש עפעס הצעות, כאטש עפעס זאל זיך טון.. זאגסט גוט.. דער אייבירשטער זאל זיך מרחם זיין.. עה, ר' הערשל איך האב געמיינט איר וועט עפעס טון פאר מיר זאכליך.. וואס זאל איך טון, איך קען נישט אויפהייבן א טעלעפאן, איך קען נישט קיין פרויען, איך טו דאס נישט.. פשוט איך קען 'דאס' נישט טון.
ר' זלמן, א גוט יאר. אה! כ'האב הנאה ביסט אלץ פריילעך.. זאג מיר עפעס א ווערטל.. ר' זלמן, איך האב אויפגעהערט ווערטלען.. ווייל מ'מיינט אז איך בין שלום עלי נפשי, איך זיך נישט קיין שידוך, און ס'מיר גוט אזוי.. פארוואס זוכסטו טאקע נישט? פארקערט, דאס זאג איך אייך, איך זיך יא, און כ'זיך זייער שטארק, אפשר קענט איר מיר עפעס מציע זיין, עפעס זאכליך אנטראגן.. ווי קען דאס זיין אז האסט נאכנישט געטראפן, אזוי לאנג? יגעתי ומצאתי תאמין, ס'קען נישט זיין אז האסט טאקע גענוג געטון.. א גרויסע דאנק ר' זלמן פאר אזא קאמפלימענט.. ניין, כ'מיין דיר נישט צו טשעפענען, איך מיין דיין טובה, דו מוזט מער טון.. רעדן צו א שדכן, אנרופן מענטשן און נישט נאכלאזן.. גלייב מיר איך טו דאס אלץ, איך האב שוין אסאך געטון, מער ווי מיינע געפילן לאזן מיר, אבער איך זע איך מוז גיין פון חבר צו חבר, פון עסקן צו עסקן. זייער גוט טוסטו, וועסט דאס טון וועסטו אם ירצה השם טרעפן.. אפשר ר' זלמן קענט איר עפעס אנטראגן.. וואס זוכסטו? ר' זלמן! אין איין ווארט! איר ווילט מיר העלפן? איך האב נישט פיינט וואס איר האט ליב.. און איך בין נישט קלייבעריש, אוודאי וויל איך חתונה האבן מיט א ערליכע פרוי, און אויך נישט מיט קיין קאליקע, אבער איך בין דווקא נישט מקפיד אויף מנהגים לבוש און דאס גלייכן. אוודאי קענסטו נישט מקפיד זיין.. נו אפשר קענט איר עפעס מציע זיין. דארפסט רעדן מיט די וואס טוען אין זיווג שני... אוי, איך האב שוין מיט זיי אלע גערעדט.. און געמוטשעט.. יעצט האלט איך שוין נאך אלע סגולות, נאך אלע קונצן, נאך אלע הבטחות, און גארנישט.. נו וואס קען 'איך' העלפן..? טראכטס עפעס, פרעגסט מענטשן.. העלפט מיר אביסל.. כ'וועל זען, כ'וועל האלטן מיינע אויגן אפען...
ר' בערל.. ס'יום טוב אויפן וועלט, און איך שפיר זייער קאלמוטנע, ווי און מיט וועם עס איך די סעודות, ביי יענעם אן קיין אייגענע שטוב, אן קיין אייגענע אטמאספער. ס'מיר ביטער אויפן סדר טיש. אוי, זאגסט מיר.. איך קען מיך פארשטעלן.. יא? וואס שטעלסטו זיך פאר? אז ס'דיר זייער שווער... און אז דער אייבירשטער האט פון דיר נישט פארגעסן.. גלייבסט?? יא אדער ניין... און איך זאג דיר צו.. אז ביז נעקסטע יאר ביסטו שוין חתונה געהאט און אפילו מיט א צווילינג אין די האנט.. מיין אנטווארט! אזא הרגש האב איך.. ר' בערל לאמיר רעדן תכלית, איך האב נישט ליב קיין פאלטשע האפענונגען וואס דו האסט אזא הרגש, איך וואלט זייער פריילעך געווען ווען דו קענסט מיר העלפן טרעפן א שידוך, כאטש עפעס מציע זיין.. די ערשטע זאך זיי פרייליך, מ'מוז זיין פרייליך יו''ט.. און דער אייבירשטער וועט זען אז ביסט פריילעך וועט ער דיר העלפן.. אזוי ווי איך זאג דיר אז איך שפיר אז ביסט א געהאלפענער...
ישעי' נחום עזרי פנחס מענדל אברהם יצחק יעקב משה אהרן יוסף דוד ראובן שמעון לוי יהודה יששכר זבולון.. די רשימה פארט ווייטער מיט אזעלכע שפיציגע קלוגע און טרעפליכע געדאנקן... וכשם שפרצופיהן שונות כך תירוצותיהם שונות... און איך בין גוט לעקיש.. קשיות טאר מען נישט פרעגן, טענות טאר מען נישט האבן.. מענטשן זענען פאריאגט, מ'כאפט זיך נישט.. מ'מיינט חלילה נישט.. אבער וואס האב איך פון דאס אלעס???
מנשה, כ'ווייס אז מיינע צרות קומען ניט צו צו דיינע. כ'קען זיך אין מיין לעבן נישט פארשטעלן וויאזי ס'שפירט אן אלמן אין די יארן, און זאל קיין שום איד עס נישט וויסן, און בעזרת השם יתברך דו אויך נישט. אבער איין זאך קען איך דיר זאגן, אז ווען נישט כ'זאל זוכן די גוטס וואס השי"ת טוט מיר אין מיין לעבן, העט איך שוין געוועזן אין טשיגאעם הויז, אדער אין נארן הויז ווי מ'פלעגט דאס רופן אין די אלטע היים.
הערויס, דיינע הערליכע פראזן און סעינגס אין די תגובות פון פארדעם, - וואס מען קען טאקע זען אז דאס קומט פון א טיפער דענקער, יאך וואלט מסתמא נישט אויפגעקומען מיט אזעלכע טיפזיניגע ווערטליך - איז א זאך וואס פילע אידן - און איך אינצווישן - זענען זיך מחי' דערמיט, מעגסט זיך אויך מחי' זיין דערמיט. אפילו ס'איז ביטער פון די אנדערע זייט. און כ'מיין אז אויב כ'וואלט געווען א שדכן, העטכעדיך שוין אנגערופן, יא? כ'האף אזוי....