ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

מאנ-יימער האט געשריבן:חחחח.... גוד פוינט מנשה!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ווען ס'האט פאסירט, האב מיין זיכרון מיר פארגעלייענט א אלטן עפיזאד – פון צען יאר צוריק – וואס שפילט זיך יעצט ממש ווידער אפ, פאר מיר.
ס'געווען א יוד מיטן נאמען 'חיים האלשטוק' שוין היינט עליו השלום.
ער איז געווען פון די שיריים פונעם שואה, וואו ער האט איבערגעלאזט זיין רייכע יחוס, אבער היינט איז ער געווען פאר זיך אויסגעברענטע קערפער, אן משפחה, אן פרנסה, אן חברים, אן קיין שום כבוד עצמי.
ווען איך האב עהם געזען אויסלייגן זיינע 'סחורה' צום פארקויפן אינעם מארק, האב איך שנעל פארשטאנען וואס דער מיטגעמאכטער יודל, מיטן צעקנייטשע פנים און אויסגעוויינטע אויגן, נעמט נאך חיזוק אויף דעם וועלט.
נישט האבנ'דיג גארנישט, האט ער דאך געזוכט עפעס, און ער שוין געווען זיכער איבער די אכציג יאר אריבער, ווען ער איז ארומגעקראכן פון געגענד צו געגענד, און אויפגעטון זיינע עסקים, אבי צו פארגעסן פונעם הווה, האט ער אלס געטון צו לעבן וויפיל ס'גייט עהם, און ווילאנג ס'גייט עהם.
פשוט איז ער געווען פאר'רעכענט אלץ א וואנזיניגער – א שוטה, אבער לויט זיינע עסקים – וויפיל ער האט זיך געטויגט פאר זיך אליינס, וואלט איך געוואונטשן זיינע קלוגע אקטיוויטעטן, פאר יעדער פערזאן וואס זוכט א לעקציע אין פארבעסערן א לעבן אין נויט, א לעקציע וואס איז אדורכגעווייגט מיט ערפארונג, אויף זיין אייגענע מיטגעמאכטע נפש'ל.
כ'האב געזען אויף עהם, דעם אלטן יודישע אויסדרוק, א יוד געבט זיך א עצה, און א גוי הענגט זיך ביים פלייצע.. ער האט זיך אלץ א עצה געגעבן, אין יעדע מצב.
איך געדענק עס ווי היינט, ווען א קורצע צייט פאר ער האט צוריקגעגעבן זיין נשמה, האט ער נאך היבש ארומגעקלעטערט מיט זיינע פארנומענע אקטיוויטעטן, און דאן האט ער אנגעהויבן מאכן בילדער ביי חתונות, ביי מסיבות, פאר בחינם.. און מיט א דיספאוזעבל קעמרע!..
איך האב שוין נישט געהאט קיין ספק, אז ער פראבירט מיט אלע כוחות זיך צו האלטן יונג, און פארגעסן פונעם מציאות זיינע.
און ביי איין היימישע חתונה, זע איך ווי ער שטעלט ארויף זיין נידריגע געוויקס אויף א בענקל, און הייבט אויף א קינדישן דיספאוזעבל קעמרע, און פראבירט צו כאפן פונעם חתן וואס טאנצט אינעם רינג – א בילד.
ריקט זיך צו א מיטל'יעריגע יוד, און רופט זיך אן צו עהם מיט שפאט: חיים ביסט אינגאנצן משוגע געווארן? אזא עלטערע יוד זאל נאך פאטשקענען מיט קינדערישע שפילצייגן? כאפ אריין ווילאנג דו לעבסט..
ווי נאר כ'האב דאס געהערט, האב איך אנגעקוקט דעם מיטליעריגער לויזער צונג, מיט ביטול, אז ער קען אזוי רעדן.
אבער! איך האב דאך נאכנישט טיף פארשטאנען דעם שרעקליכן זינד וואס יענער האט געמאכט, ביז חיים אליינס שפרונגט אראפ פון בענקל אויף וואס ער איז געשטאנען, און עפענט אויף אפאר אויגן אויף יענעם מיט רוגזא, און הייבט אן פארלאזן דעם זאל..
און חיים שרייעט צו יענעם אויפן וועג ארויס: פארשטייסט מיר? איך קלער יעדע רגע אין טאג, אז איך גיי אט אט שטארבן.. און דו ווילסט מיר דערמאנען!! הא?? און ער איז אהיימגעלאפן.. [צו די פיר ווענט!]
יעצט לעצטענס האב איך מיר פריש דערמאנט אין חיימ'ס תרעומת.
איך זיץ פארטיפט אין מיינע מחשבות, אין א מקום ציבור, זעצט זיך צו, נעבן מיר, א מיטליעריגע 'אדם חשוב' וואלט איך געזאגט, ווייל איך לגבי עהם איז בעיני הבריות א טרעפל נידריגער.
- ער הייבט מיר אן שטעלן אויף א קרייץ פארהער.. וואס טוט זיך? וואס טוסטו מיטן טאג?
האב איך געשמעקט אז דער וויל מיר אויסקוועטשן פאר אומזינסט, וועל איך אויסנוצן דעם געלעגענהייט און עהם פרעגן מיינע שאלות, וואס איך זוך צו פרעגן איינעם א ידען – איינער וואס קען אסאך.
נו אפשר זאגט איר מיר פשט אינעם מנהג פלוני? וואס איז די יסוד פונעם מאמר פלוני?
און דער יוד ענטפערט מיר נישט וואס איך פרעג, נאר הייבט מיר אן מוסר'ן..
דו מיינסט אז צו פארשטיין תורה, קען מען אריינפאלן אין א ליקוט הלכות, און אלעס וויסן? מ'הייבט אן לערנען חומש, נאכדעם משניות, נאכדעם גמרא, נאכדעם שלחן ערוך, אבער פון דיינע שטותים און ביכלעך וואס דו מאכסט, וועסטו קיין סאך נישט אויפטון אויפן וועלט.
כ'מיין ס'צייט זאלסט אנהייבן טראכטן וועגן א שידוך.. און נישט זיין פארטון אין הוילע שפילערייען און נארישקייטן.
- קודם כל ר' יוד, איך זיך יא א שידוך, און כ'האב שוין אסאך געטון דערין, און כ'טו נאך אלץ! מ'זאגט דאך, ''אליין זאל זיין א שטיין''.. אזוי האב איך עהם געענטפערט, קלערנדיג, מסתמא ווייסט ער נישט, אז איך בין גראדע יא זייער ערנסט אין וועלן א שידוך.
ניין, דו זוכסט נישט! אזוי צו זיצן און פרעגן אלע דיינע קשיות, וועסטו קיין שידוך נישט טרעפן..
הערטס מיך אויס, איך האב אייך געפרעגט עפעס אנדערש, און איר ענטפערט מיר נישט יענס, נאר עפעס וואס כ'האב – במחילת כבודכם – נישט געפרעגט.. אבער יעצט פרעג איך אייך יא! אפשר ווייסט איר עפעס פאסיגס פאר מיר?
קודם לאז אפ אלע שטותים, וועסטו 'אנהייבן' צו לעבן מיט א תכלית.
---
וואס האט יענער אויפגעטון? איך האב מיך דערמאנט באלד פונעם עפיזאד פון 'חיים האלשטוק'.
איך טראכט יעדע רגע פון טאג וועגן דעם, און ס'בייסט מיר די יסורי הנפש, אויף מיין מצב, און ער דערמאנט מיך!!!
אזעלכע פסוקים פאסירן, נישט דווקא אין די ניין טעג, און מער ווי איינמאל, דאך האט עס פאסירט אין די ניין טעג אויך, און כ'האב מיך מתבונן געווען, אז אויסער זיך אויסרעדן דאס הארץ, פאר ווער ס'וויל מיך אויסהערן – און געוואונען רחמנות פון אנדערע, וואס קען מען דערפון פארדינען ממשות.
האב איך אפגעשריבן א ארטיקל איבערן צער פונעם בית המקדש און די שכינה, וואס איז אויך 'כאלמנה', און וויינט אויך – עד מתי לא תרחם.. חדש ימינו..
אבער אז מ'רעדט שוין, וואס האט מען טאקע פון מיט-שפירן מיט יענעם?
ווייל מיר גלייבן וואס די הייליגע חז''ל זאגן, אז יעדע פיצעלע יסורים, בגוף ובנפש, איז אויפן וואגשאל פון גאר פונקטליכע חשבון לפני בורא הכל, און יעדע קרעכץ, סיי פון א חבר, סיי פון א אומבאקאנטער, אבער וועגן דיין פראבלעם, גייט עס אויף דיין חשבון לטובה, למען ייטב לך באחרית הימים, ווען ס'וועט קומען די לעכטיגע ישועה.
ווי דער הייליגער אריז''ל זיעועכ''י, האט געזאגט, אז היינט, איין קרעכץ פון א יוד, איז מער ווערד, ווי כמה וכמה תעניתים וסיגופים פון די גאר פריערדיגע ראשונים כמלאכים.
אבער מצד שני, וויפיל מ'דארף אכטונג געבן מיט די ווערטער וואס מ'זאגט פאר יענעם, מיט די אומזינסטע שנאה רייד, די שנאת חינם וואס די לעכטיגקייט פונעם וועלט איז צוליב דעם טונקל געווארן.. אז מ'קען יענעם צושניידן לעבעדיג, מיט א ווערטל אין די אומריכטיגע פינטל.
יענעם בין איך דן מיטן פסוק 'כי לכל העם בשגגה' אז ווען ער וואלט געוואוסט וואספארא חורבן ער זייעט אן מיט זיין צונג, וואלט ער אנטלאפן ביזן קוטב הצפוני, נישט נכשל צו ווערן אין דעם פליטת פה, אבער ער ווייסט זיכער נישט.. און ער מיינט אז ס'איז עת לדבר..
וועגן דעם האב איך גענומען דעם פענע, און קודם מפרסם געווען דעם ערשטן מאמר, און שפעטער יעצט ביישוב הדעת, די צווייטע מאמר. און אויב ס'וועט ברענגן התבוננות צום גוטן, זאל עס אוודאי אויפטון א גאולה כללי פאר אונז אלעמען – כלל ישראל דעם הייליגער פאטער'ס עם הנבחר. אמן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נורא!

(דעם ווערטל געדענק איך א משהו אנדערש: "א איד גיבט זיך אן עצה, און א גוי ברעכט זיך די פלייצע")
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

אין דבר בפי ובלשוני מלה...
הק' איש ימיני
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ה"חיים" וה"מות" ביד הלשון!
wow מנשה! אזוינע רייד הערט מען נישט פונעם בעסטן בעל דרשן, שארף געצילט צום מיטלסטן פונקט פונעם פינטל!

(איז ער אפשר געווען א משפחה מיטן אסטראווצער?)
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

/.,.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

סאכדעס האט געשריבן:/.,.

פארשידענע גוטע פונקטן, סאכדעס! ווי אפרישיעט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

איך האב לעצטע וואך געשריבן דא א מאמר, און די הנהלה האט עס אויסגעמעקט, כ'האב געשיקט פרעגן פארוואס, ואין מענה..
ממילא בין איך 'נאם' פון שרייבן יעצט ווייטער
זכרנו
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 27, 2015 10:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרנו »

דאנציגער האט געשריבן:איך האב לעצטע וואך געשריבן דא א מאמר, און די הנהלה האט עס אויסגעמעקט, כ'האב געשיקט פרעגן פארוואס, ואין מענה..
ממילא בין איך 'נאם' פון שרייבן יעצט ווייטער


בעפאר איר באשולדיגט די הנהלה, אפשר האט איר נישט געדריקט "שיק עס" וכדו'
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

דאנציגער האט געשריבן:איך האב לעצטע וואך געשריבן דא א מאמר, און די הנהלה האט עס אויסגעמעקט, כ'האב געשיקט פרעגן פארוואס, ואין מענה..
ממילא בין איך 'נאם' פון שרייבן יעצט ווייטער

די ווייסט נישט פארוואס???
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

געפרעגט וועם, וועגן וועלכע ענין?
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

דאנציגער האט געשריבן:איך האב לעצטע וואך געשריבן דא א מאמר, און די הנהלה האט עס אויסגעמעקט, כ'האב געשיקט פרעגן פארוואס, ואין מענה..
ממילא בין איך 'נאם' פון שרייבן יעצט ווייטער

דיין מאמר האסטו בטעות פלאצירט אינעם יסודי התורה פארום, ווען אן אחראי האט עס געוואלט ריקן צום ריכטיגן פארום האט ער עס בטעות ארויסגעפירט.

שוין צוריקגעלייגט אויפן פלאץ

viewtopic.php?f=3&t=29042

איך ווייס נישט וועם איר האט אנגעפרעגט אבער קומענדיגע זעה אנצופרעגן אן אקטיוון אחראי.

מיט אנטשולדיגונג.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

מאנ-יימער האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:איך האב לעצטע וואך געשריבן דא א מאמר, און די הנהלה האט עס אויסגעמעקט, כ'האב געשיקט פרעגן פארוואס, ואין מענה..
ממילא בין איך 'נאם' פון שרייבן יעצט ווייטער

דיין מאמר האסטו בטעות פלאצירט אינעם יסודי התורה פארום, ווען אן אחראי האט עס געוואלט ריקן צום ריכטיגן פארום האט ער עס בטעות ארויסגעפירט.

שוין צוריקגעלייגט אויפן פלאץ

viewtopic.php?f=3&t=29042

איך ווייס נישט וועם איר האט אנגעפרעגט אבער קומענדיגע זעה אנצופרעגן אן אקטיוון אחראי.

מיט אנטשולדיגונג.

א דאנק!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

א דאנק דאנציגער
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

הכל על מקומו איז שוין יבא בשלום
ביטע ר' דאנציגער זיי אונז מכבד מיט נאך א גוט'ס
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

אופס! א ווייסע האר!!!
יא יא.. ס'וואקסט מיר שוין ווייסע האר..
כ'בין דאך נאכנישט קיין זקן, און מארגן איבערמארגן וואקסן מיר צו נאך און נאך ווייסע הערעלעך, אין די פיאות אין די בערדעלע, און אויפן שטערן אויפן גענאק, ווי עזות פענימער..
מ'קען זיי שוין נישט פארהוילן.. זיי צייגן אז די יארן לויפן.. און די זייגער ריקט זיך.
מאנכע פלעגן זאגן, אז דאס ערשטע ווייסע האר, איז א מעסידזטש פונעם שווארצן מלאך, אבער ס'דאך ווייס?
מיר ווייסן גוט, אז ס'קוים וואס מיר האבן געגרייכט העלפט פון די יארן, און שוין שפראצן זיי די ווייסע שורות, בגניבה און שפעטער בגזילה אפען אן קיין רשות.
און אויב זאל מען זיין מער פונקטליך, האט זיך א ווייסע הערעלע געקאנט אריינ'גנב'ענען אפילו אין די יונגע יארן, און ס'האט נישט געמאכט עלטער נאר מער געצייגט, אז עפעס לעבט זיך אויפן וועלט און מ'בלייבט נישט מיט די מילעך האר.
דאך, האט ר' אלעזר בן עזריא געהאט גוט ניצן פון די אכצטן ווייסע שורות אינעם חתימת זקן, און דער אמרי חיים ז''ל האט געזאגט – ווייס איז דאך גאנץ א שיין קאליר.. און אין אלע ספרים שטייט דאך אז עס צייגט אויף רחמים, און אליבא דכולי עלמא איז עס קיין חסרון נאר א צייכן.
אמת טאקע אז דער ציגעלע האט אויך א ווייס בערדעלע, און ווען זיי וואקסן ארויס ביי אונז, צאפעלט דאס הערצעלע, וואס א פנים קריג איך..
אבער דאך, פארציילט יעדעס ווייסע האר, געשיכטעס און איבערלעבענישן, וואס ליגן באהאלטן אין געהיימניס, ווי די-ען-עי אין די מאלקאלן.
דאס ערשטע ווייסע הערעלע האט זיך באוויזן, נאך גאנץ יונג, בעפאר א שווערע פארהער אין הלכות שבת דיני בישול ומוקצה.
די גרופע פרישע ווייסע הערעלעך, האבן זיך בגניבה געצייגט אין די פריע דרייסיגער יארן, און האבן געזאגט, יא! מיר שפירן אז דו הייבסט אן כאפן וואס מיינט לעבן אויפן וועלט! ס'איז לעבן שוין מיט א צוועק, כאטש נישט לייכט, אבער מיט מער שכל און כוונה.
די אפציעלע מחנה ווייסע האר, וואס באלאגערן דעם בארד און פיאות געפעכט, זאגן שוין אן קלאר, מענטשעלע!!! ס'צייט זיך גארטלען מיט תכלית, וויפיל פוינטס האט איר שוין אויפן גוטן ליסטע, וואס א פנים שטעלט איר אלץ באלדיגע מחותן.
וויפיל לעבט איר פאר יענעם און וויפיל פארן בורא..
וואס ווייסע הערעלעך קענען טון, איינעם דערשרעקן און איינעם א הדרת פנים געבן.
אבער זיי וואקסן מיט גרויס אימפעט, צו איר ווילט צו נישט, און ווי מ'זאגט אין ענגליש נעם עס! צו לאז עס איבער..
ר' יוד, פארגלעט אייך דאס גרויע בערדל, און געגאנגן צום עבודה.. ווייל המלאכה מרובה והזמן קצר..
א זיס לעבן אלע פריינד.
לעצט פארראכטן דורך דאנציגער אום דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 7:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

געוואלדיג מנשה שפתים ישק
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

מ'זעט נאכנישט די ווייסע דארפסט איינטוישן דעם אוועטער :grin:
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, וועלקאם בעק מנשה די מען!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

עז זאל זיך מערן ביי דיר אומגעווענדליכע סיטואציעס אזוי וועל מיר דא הנאה האבן.

מיין טאטע פלעגט זאגן אז די מצוות בוך אויף יענע וועלט איז די ווייסע בוך, איז פאר יעדע מצוה וואס א אייניקל טוט וואקסט אים ארויס א ווייסע האר.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

ווי פארציילט נאר יענער:

געוועזן א בחור וואס זיין טאטע האט אים געשיקט גולה זיין למקום תורה אין א גוטן ישיבה אין א צווייטן שטאט. איין טאג רופט דער טאטע אן דעם משגיח פון ישיבה און פרעגט וואס מאכט זיין תכשיט, צו לערנט ער ווי ס'בעדארף צו זיין, נו, דער משגיח האט מיט א פארווייטאגט הארץ געענטפערט פארן טאטע אז זיין בחור איז אביסל שוואך געווארן און ער קומט נישט געהעריג צום דאווענען און צו די סדרים. די טאטע לייגט אראפ דעם טעלעפאון מיט א צובראכן הארץ און שיקט א בריוו פארן זוהן. אפאר טעג שפעטער באקומט דער בחור דאס בריוול פונעם טאטן, זעהט ער אז אינעם בריוו ליגן אפאר ווייסע הארעלעך, און דער טאטע שרייבט צו 'מיין טייער זוהן, די ווייסע הארעלעך זענען א דירעקטן תוצאה פון דיינע מעשים'. שיקט דער זוהן צוריק א בריוו צום טאטן שרייבנדיג דערינען, 'טאטע זיסער יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס זיידי האט אזא שניי ווייסע בארד'...
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

אממממ מחי'.. א פיינעם מאכל!
מסתמא..
ניטאמאל טראכט ער וואס ער עסט, אבער ס'איז לכאורה געשמאק פאר די גוימען, אזוי קוקט אויס זיין פנים, צופרידן און רואיג, ווען ער קוקט אריין אין א ספר – א בלעטל דברי תורה, און קייעט און שלונגט, נאך א שורה פונעם שיינעם גליון, צו פונעם ספר וואס ער האט מיט זיך געשלעפט פון היכל התורה.
ביז ער כאפט אז ער האלט אינמיטן – ניין, ער האט שוין געענדיגט דאס טעלער, און דער גליון צו ספר איז נאך היבש אסאך געבליבן צו פארקייען..
ס'ברעקלט אריין, און קלעבט זיך אן אויפן הייליג בלעטל, בשר וחלב, קאלטס און ווארעמס.. אה מחי'! א גוט ווארט! וואס?
נו לאמיר גיין.. בענטשן!
און ער נעמט א סידור, אויך א פארלוירענע נשמה – סידור, וואס האט פארבלאנדזשעט דא, פון א אנדערער פרומער ערליכער, וואס בענטשט 'נאר' אין א סידור, און בענטשט טאקע על המזון, ווען ער איז מכוון צו לייגן דעם בענטשער'ל אויף די שפייז ממש!
און אז איר וועט פרעגן וואס מ'האט דא געגעסן פינעף חדשים צוריק? עמממ ס'געווען מיין איך לאקשן.. אזוי קלעבט עס אויפן סידור, בלאט נומער 186
אמממ א חודש צוריק איז געווען גראדע א ראש חודש סעודה דא, און יענער געגעבן... איין מינוט! יא.. אויף בלאט 188 ליגט פערפל מיט... ס'שוין פארטרוקענט, מ'זעט שוין נישט וואס ס'געווען, אבער מ'האט געבענטשט דעמאלטס אויף אינעווייניג...
אינעווייניג כל עצמותי תאמרנה, מיט אלע ברעקלעך און קלעבעכטץ, דא זענען זיי עדות כלפי שמיא, איך טו א טובה דעם רבונו של עולם..
און איך טוה וויי דעם סידור, און אז ס'איז א נדבה לעילו נשמת א גוטע יוד.. זאל ער שפירן אין גן עדן, וואס מיינט א פיינעם גוט ווארט – אינמיטן סעודה, צו א ברכת המזון בכוונה, במכוון אינעם טייכל זופ וואס האט זיך 'בטעות' אויסגעגאסן.. ווען כ'האב דווקא געלערנט א 'גוט ווארט', אין א צווייטע ספר.. א נדבה פון א צווייטע 'גוטער יוד'..
פרעג איך אייך רבותי, איז דאס נארמאל? איז דאס יידיש? איז דאס נקיות? איז דאס נישט גניבה גזילה?
ווילאנג קען אזא ספר – וואס מאכט מיט פרישטיג לאנטש סאפער, מאריך ימים זיין אין עס-זאל?
און וואס איז דער נדבן שולדיג, אז דו ווילסט בענטשן אין א סידור, אין די טעלער אריין, אין די אפ'פאל פון אייער קארטאפל, און איבריגע טשולענט און קוגל..
אפילו ס'איז דיין אייגן ספר, האלט איר באמת ס'איז אזא גלייכע זאך צו לערנען אינמיטן עסן? און אז יא, דווקא אריינטונקן דעם ספר צו בלעטל אינעם שמוציגן געמויזעכטץ דערונטער? און אז ס'איז בשוגג, האט איר עס אפגעווישט נאכדעם? און אז יא, האט איר עס כאטש מכבד געווען, און צוריקגעטראגן אין ספרים שאנק, צו מקום ראוי?
די ענטפער איז ניין ניין ניין ניין!!!!
לא די, ס'נישט דיין ספר, האסט שמוציג געמאכט א גע'גנב'טע סידור, און עס איבערגעלאזט אין א הויפן שיריים, און נאך מקיים געווען והגית בו יומם ולילה, און געבענטשט מיט כוונה עצומה, אז דער סידור איז גרייט פאר שמות, נאך א קורצע צייט.
און א בלעטל תורה מעג מען יא אזוי גרינגשעצן? שוין! איר טראגט יא אריין דעם לוח היום אין בית הכבוד.. איר זענט נישט שולדיג אז דער מחבר האט אייך מזכה געווען מיט א ווארט פון חובת הלבבות און א בליץ פונעם הייליגן ר''ר העשל..
און עס קומט דער ערל, און שארט אריין אין גארביטש קען אלעס אלעס..
ווי זענען מיינע ספרים וואס כ'האב מנדב געווען? זיי ווערן אדורכגענעצט, צווישן די הויפן ספרים, וואס אין בהם חפץ.. אין א ווינקל ערגעץ אין זאל.
איר האט געלערנט בשעת'ן עסן.. געבענטשט אין א סידור.. אה! א קניפ אין בעקעלע.. ביסט א חסיד!
שוטה.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

א וויכטיגע פונקט
אראפגעלייגט כדרכך בקודש מיט אסאך שמאלץ
;l;p-
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

דאנציגער האט געשריבן:ווען ס'האט פאסירט, האב מיין זיכרון מיר פארגעלייענט א אלטן עפיזאד – פון צען יאר צוריק – וואס שפילט זיך יעצט ממש ווידער אפ, פאר מיר.
ס'געווען א יוד מיטן נאמען 'חיים האלשטוק' שוין היינט עליו השלום.
ער איז געווען פון די שיריים פונעם שואה, וואו ער האט איבערגעלאזט זיין רייכע יחוס, אבער היינט איז ער געווען פאר זיך אויסגעברענטע קערפער, אן משפחה, אן פרנסה, אן חברים, אן קיין שום כבוד עצמי.


אגב:
מנשה!
היינט איז די יארצייט פון ר' חיים ע"ה
זיין נאמען איז חיים ב"ר יודא ארי' הלוי ע"ה ומנו"כ ב'ענפיעלד לונדון נפטר געווארן א כסלו תשס"ו
ער האט נישט איבער געלאזט קיין קינדער ל"ע - דער וואס קען זאל זאגן א משנה לטובת נשמתו
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

יויש האסטו מיך אויפגעברענגט זכרונות, נעבעך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”