ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 10:34 am

הדא דכתיב: קורץ און שארף!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
יעדע רגע איז אפן די גרוב, און אז אז איך בין אריבער נאך א טאג
׳אודך ה׳ בכל לבבי כי חסדך גדול עלי והצלת נפשי משאול תחתי׳! אין אזא שווערע וואקלדיגע וועלט. דאך ׳איך בין ווייטער דא׳!


אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 4:11 pm

הכלל, איך גיי מיר אויפן טראטואר, ווען אין די זייט זענען אנגעפלאנצענע גארטנס, און א מאוקאש נישטערט דארט צווישן די אראפגעפאלענע הערבסט בלעטער. אפשר וועט ער טרעפן דארט עפעס וואס ער האט באהאלטן – אוצרות פאר'ן קומענדיגע ווינטער, ווי באקאנט באהאלטן זיי די וועווערקע ניסלעך אין די ערד און ווי נישט.
יעצט זוכט ער שוין טועם צוזיין פונעם אוועקגעלייגטע אפיקומן, ווייל קוקט אויס ס'האט עהם אנגעכאפט א ערב ווינטער הונגער, און הילד איננו.. ס'קוקט אויס – לויט זיינע ווילדע זוכענישן, אז ער טרעפט נישט דאס באהאלטענע.. ס'האט פאסירט א גניבה צו א אבידה, ס'נישטא וואס צו קייען און פארדייען..
ווי האב איך דאס באמערקט איינמאל פארדעם, רייב איך מיר דאס שטערן מיט א האלבע שמייכל, ווייל כ'ווייס אז די ענטפער וועט מיך מאכן לאכן. אזא נבואה זאגט מיר מיינע געוויסן.
ווי האב איך דאס לעצטע מאל געזען אזא ערשיינונג..
אה, יא, איך געדענק שוין.. היינט אין מקוה.
יאנקל זוכט - ביי די אנגעהאנגענע זייטן מיט זייף זעקלעך..זיין בעג זייף, העד און שאלדער, שעמפא, דיאודירענט, קעמל, אויערן פיצער, באדע קאַלאָשן – אבער ס'נישט צום געפונען..
ער האט עס געלייגט נעכטן – ווי יעדן טאג – אויף מזרח, און טיילמאל געפונט ער עס אויף צפון, אדער אויפן ערד אדער אויף א צווייט הענגער, אבער נישט ווי ער האט עס באהאנגן. ער האט שוין ווי חזקה, אז דאס ערשטע הענגער אויף מזרח נעבן די אונטער-טיר פונעם בוילער, דארט הענגט ער אויף זיין מקוה געצייג, און גארנישט.. דער שמש צו א צווייטער אנשיקעניש, קלייבט עהם צוזאם זיינע זעקלעך יעדע פעריאד, און לייגט עס – ווי שיריים ביי די פארלוירענע חפצים.
אמאל איז זיך איינער אפילו מכבד מיט זיינע שויער קאלאשען אויך.. אדער געפונט ער עס בואכה סדום.
און נישט נאר יאנקל האט א מקום קבוע ל'מקוָה'תו, און חזקה הענגער פאר זיינע וואש געפעס, נאר אסאך האבן זיך זייערע לעכער און גריבער.. דאס האט מיר דערמאנט דעם מאוקאש.. אלע טרעפן זיך לעכער און שטעלכעלעך.. פאליצעס און פארשטעק פלעצער פאר זייער אייגן געברענגטע שאמפא קריגלעך און זייף קעסטלעך.
איינער זוכט עס זונטאג אינעם אפענעם דעכל, א צווייטער טרעפט זיינס העכערן שטעקער קאסטן, בין לפרוכת ולמזבח ליגט אריינגעשטופט איינעמס קאלאשן, און א דריטענס זייף ליגט טיף באהאלטן העכער די שויבן. און אויך העכערן דרייעדיגע מקוה טיר, האבן גע'נעסטעט אפאר חזקה פלעצער.
און מ'זוכט און מ'טרעפט – יענעמ'ס.. און מ'שעלט און מ'ברענגט פרישע.. און מ'נעמט עס נאכאמאל אוועק יעדע שטיק צייט, וחוזר חלילה.. די מאוקאש באהאלט, דער ווינטען פארטרייבט, דאס וועווערקע איז זוכט נאכאנאנדער זיינע אפיקומן ניסלעך און שמערל געצל זענען מזכה האדם שלא בפניו, און זייפן יענעם אן מיט פרעמדע תכריכים..
ווילאנג אלע פיין שמעקערס וועלן זיך אויסלערנען צו האלטן זייערע חפצים ביי זיך אין רשות, וועלן אלע חזקה האלטערס בלייבן חוזק, ולא יעלה לו אלא רגזנותו, אויפן שמש אויפן גבאי, אויפן שכן און אויפן חבר.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 5:05 pm

געשמאק יעדעס ווארט

יונה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:19 pm

זיס זיס יישר כח פארן מהנה זיין

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:34 pm

א זיס שפראך, מנשה! האסט מיר ארויפגעברענגט א ברייטע שמייכל :grin:

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 8:55 pm

טריסקער האט געשריבן:א זיס שפראך, מנשה! האסט מיר ארויפגעברענגט א ברייטע שמייכל :grin:

זאנוויל'ס זוהן
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 2:26 pm

פון מנשה דארף מען זיך לערנען

תגובהדורך זאנוויל'ס זוהן » זונטאג נובעמבער 19, 2017 6:37 am

-
חוץ זיין גאר תוכנ'דיגע אינהאלטסרייכע שרייב טאלאנט, איז ער:

א איד וואס לערענט יעדן טאג בקביעות בלי הפסק אפאר שעה.

ענדיגט מסכת נאך מסכת בעיון.

האט א פעסטע קביעות אין חסידישע ספרים.

מי כעמך ישראל.

ס'איז נישט נאר א משל וואס וואלט 'געקענט זיין', נאר ס'איז א פאקט וואס מ'קען זעהן.

ממנו ילמדון וכן יעשו!
לעצט פאראכטן דורך זאנוויל'ס זוהן אום זונטאג נובעמבער 19, 2017 1:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » זונטאג נובעמבער 19, 2017 8:55 am

ער איז אויך א שוחט און א כהן גדול, שוין זעקס און פופציג יאר מלוא לוגמא בלי נדר..
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » זונטאג נובעמבער 19, 2017 12:38 pm

דאנציגער האט געשריבן:ער איז אויך א שוחט און א כהן גדול, שוין זעקס און פופציג יאר מלוא לוגמא בלי נדר..

מודה על הראשונות...
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

yakovb
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:47 pm

תגובהדורך yakovb » זונטאג נובעמבער 19, 2017 1:46 pm

דאנציגער האט געשריבן:ער איז אויך א שוחט און א כהן גדול, שוין זעקס און פופציג יאר מלוא לוגמא בלי נדר..

שחיטה כשר בזר....

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » זונטאג נובעמבער 19, 2017 2:50 pm

צ]
~ צו זיין נערוועז דארף מען האבן כח..
ק]
~ קוקן בילדער איז זייער געשמאק, נאר די מציאות טוהט וויי..
~ קשיות האט דער גרעסטע צדיק, תירוצים האט דער מינדעסטער פורק עול.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

תגובהדורך שמרי' קערנקרויט » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 12:27 pm

דאנציגער האט געשריבן:~ קשיות האט דער גרעסטע צדיק, תירוצים האט דער מינדעסטער פורק עול.

שטארק ווארט!
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 12:44 pm

די וועווערקע מיטן מקוה איד, זייער זיס.

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

יישר כח ראבאיי דאנציגער

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 14, 2018 5:35 am

ווערי ווערי גוט
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מיטוואך פאברואר 14, 2018 1:26 pm

זענדל האט געשריבן:ווערי ווערי גוט

כ'נעם עס אלץ א דערמאנט און זירוז, ווייל כ'וואלט עכט שוין לאאאאנג געדארפט מוסיף זיין נאך חכמה'לעך.. אבער הזמן קצר.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך פאברואר 14, 2018 1:37 pm

דאנציגער האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:ווערי ווערי גוט

כ'נעם עס אלץ א דערמאנט און זירוז, ווייל כ'וואלט עכט שוין לאאאאנג געדארפט מוסיף זיין נאך חכמה'לעך.. אבער הזמן קצר.

ס'ווערט שוין חודש אדר, סאיז דיין אושפיזא, :lol: קאמאן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » זונטאג מארטש 11, 2018 3:05 pm

~ ווען דער אקטיוויסט שלאפט, חלומ'ט ער פון נייע אקציעס.

~ שיינקייט, איז די שטריכן פון הארוואניע.

~ שתיקה איז א גוטע שפיל.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג מארטש 11, 2018 3:07 pm

דאנציגער האט געשריבן:~ ווען דער אקטיוויסט שלאפט, חלומ'ט ער פון נייע אקציעס.


;l;p- איך גלייב אז דו גייסט נישט ליידיג אפילו ווען דו נעמסט א ברעיק פון שרייבן דא. עפעס פריש חלומסטו. :lol:

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » זונטאג מארטש 11, 2018 9:03 pm

זיכע זיכע...
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט