א טאטע ביים סדר טיש / ט.ב. שאץ מאץ

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

Millionaire
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 10:40 pm

תגובהדורך Millionaire » מיטוואך אפריל 06, 2016 11:14 am

ארויף דערמיט.

לאמיר האפען דאס יאר מיט משיח אונאיינעם.

Efroiach
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » מיטוואך אפריל 13, 2016 4:08 pm

און ווי אזוי זיך אויפצופירן ווען מען פירט נאכנישט קיין אייגענע סדר,

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אפריל 13, 2016 4:40 pm

Efroiach האט געשריבן:און ווי אזוי זיך אויפצופירן ווען מען פירט נאכנישט קיין אייגענע סדר,

די ערשטע זאך מאך זיכער צו זיין אויסגערוט, ווייל אז מ'שלאפט איין ביים שווער איז נישט בא'טעמ'ט
אויב די שווער/טאטע האט ליב צו פירן לאנג, נעם דיר מיט א דיקע הגדה זאלסט האבן וואס צו קוקן אזוי אז דו זאלסט נישט צופיקעוועט ווערן, ס'איז סיי ווי נישט בידך צו ענדיגן פריער
אויב דיין שווער/טאטע איז נישט מקפיד אויף חצות און דו יא, דריי נישט איבער דעם טיש, יאג נישט, אויב זיצטו צווישן א גאנצע טיש מיט מענטשן, נעם דיר א קליין כזית'ל פאר דיר שטילערהייט קיינער זאל נישט באמערקן און זכה לך, טאמער ביסטו דער איינציגסטער איידעם, זאלסטו פרעגן א שאלה וואס איז וויכטיגער צו כבוד חמיו צו אפיקומן פאר חצות, ס'קען באדערן.
תן לחכם ויחכם עוד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

Efroiach
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » מיטוואך אפריל 13, 2016 4:59 pm

ווי אזוי פירט מען אויס די מצוה סיפור יציאת מצרים פאר איינער וואס פירט נאכנישט די סדר אליינס?

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג אפריל 15, 2016 1:02 pm

דער שווער / טאטע איז דער שלוח, און אליינס איז מען יוצא אויב וויל מען מחמיר זיין מיטן זאגן א קלייניקייט

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג אפריל 15, 2016 1:06 pm

ס'דארף צו זיין נאך 2 פסח ארטיקלען פון מיר,
א טאטע אין חודש ניסן, און א טאטע אין יו"ט פסח,
אז מ'קען עס ארויף ברענגען לתועלת הציבור וואלט געוועהן א גוטע זאך, איך ווייס עס נישט ווי צו זוכן.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג אפריל 15, 2016 1:19 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:ס'דארף צו זיין נאך 2 פסח ארטיקלען פון מיר,
א טאטע אין חודש ניסן, און א טאטע אין יו"ט פסח,
אז מ'קען עס ארויף ברענגען לתועלת הציבור וואלט געוועהן א גוטע זאך, איך ווייס עס נישט ווי צו זוכן.


ארויפגעברענגט ביידע,

א דאנק פארן אנצייכענען דעם ריכטיגן נאמען
(צו באדאנקן פאר די ארטיקלעך אליינס הייב איך אפי' נישט אן, ווייל עב איז נישט דא קיין ווערטער)

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג אפריל 17, 2016 2:39 pm

/איז דא נאך איינס מיטן נאמען "נאטיצן צום סדר" עפעס אזוי

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג אפריל 17, 2016 2:42 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:/איז דא נאך איינס מיטן נאמען "נאטיצן צום סדר" עפעס אזוי

מסודר!

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » מאנטאג אפריל 18, 2016 12:28 am

ווי קען מען זען די שיינע ארטיקלען פון שאץמאץ?
אויב מעגליך אויף pdf איך זאל עס קענען פרינטען

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג אפריל 18, 2016 12:33 am

א קאנאדער האט געשריבן:ווי קען מען זען די שיינע ארטיקלען פון שאץמאץ?
אויב מעגליך אויף pdf איך זאל עס קענען פרינטען

viewtopic.php?p=335543#p335543
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » מיטוואך אפריל 20, 2016 5:57 pm

עס איז אפשר אינטערסאנט צו-צולייגען צו דעם ארטיקעל, א שטיקעל דרך פיקודך, וואס ער האלט אז מצות שחיטת ואכילת הקרבן פסח, גייט אן בזמן הזה במלא מובן המלה.
הגם מען קען עס נישט (אין מען טאר נישט) מקיים זיין בפועל, איז אבער דא א "חיוב מדאורייתא" דאס מקיים זיין באמירה.

ע"כ זאל מען זעהן צוזאגען דעם סדר הקרבת הפסח ביי מנחה (כנהוג) מיט כוונה יתירה. דאס איז נישט בלויז א פיוט אדער יוצר וואס מען זאגט נאר כשיש לו פנאי.


עיי"ש מצוה ה-ו

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אפריל 21, 2016 2:50 pm

איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג אפריל 03, 2017 3:17 pm

איך בין ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען די מאמרים פון הרב שאץ מאץ, איך פיר שוין לאנגע יארן אייגענע סדרים, ביי אסאך חלקים האט זיך מיר געשפירט אז ביי כל דכפין ייתי וייכול האט שאץ מאץ זיך אריינגעכאפט צו מיר, אבער איך מוז מודה זיין, אז אסאך אינפארמאציע און ווארעמקייט נעם איך ארויס פון די מאמרים, עס איז ראטזאם פאר א יעדן נייעם 'סדר מאכער' עס דורכצוליינען, דעריבער ברענג איך עס יעצט ארויף.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 12:51 am

לכבוד חג הפסח הממשמש ובא
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
זזה
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דינסטאג אפריל 03, 2018 1:53 pm

;l;p-
נודה לך האט געשריבן:לכבוד חג הפסח הממשמש ובא
Amazon Daily Deals
https://amzn.to/2RFPDUV

Ebay Daily Deals
https://goo.gl/Rrje39
יש"כ

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אפריל 09, 2019 3:14 pm

נודה לך האט געשריבן:לכבוד חג הפסח הממשמש ובא
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

אפיקומן פאר חצות, אויף וועמענ'ס חשבון?!

תגובהדורך אילו זכינו » זונטאג אפריל 28, 2019 2:18 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:הוספה צום ארטיקל "א טאטע ביים סדר טיש"
ס'איז א אלטע טעמע אבער איך שפיר אז מ'דארף אנרירן די נקודה, דאס איז דער "חצות" מעיקרא דדינא אזוי שטייט אין שו"ע (סי' תע"ז) ויהא זהיר לאכלו קודם חצות, ווייל ס'איז א זכר לקרבן פסח, ס'איז אבער דא מענטשן וואס מאכן דעם חצות פאר א בייטש און זענען עובר עטליכע איסורים מיטן תי' חצות, קודם איז מען נישט מקיים געהעריג דעם סיפור יצי"מ מכח דעם געיעג, שנית ווערט צומאל בטל סעודת יו"ט, ועוד צומאל מצער זיין א ווייב (איר באשולדיגן אז נאר צוליב איר האט מען געשפעטיגט) וד"ל,

אמת אין חלק ההלכה האט דער חצות א שטארקע יסוד, ס'איז דא אפי' א לשון פון פרי מגדים אז מ'זאל אפי' אויסלאזן חלקים הגדה כדי צו קענען עסן אפיקומן פאר חצות,
אויך שטייט אין דרשות חת"ס אז ואכלתם אותו בחפזון א רמז אז מ'זאל מאריך זיין בסיפור יצ"מ און און עסן די סעודה שנעל א רמז צו יענעם בחפזון פון יצי"מ, (כאטש וואס אין מנהגי חת"ס גופא שטייט אז דער חת"ס אליין האט נישט מקפיד געוועהן אויף אפיקומן חצות, אפשר האט דער דרשות חת"ס אנגעדייט אויפן עלות)

עכ"ז א שטוב מיט קליינע קינדער איז שווער צו קאנטראלירן צו זיין פונקטליך ביי חצות מיטן אפיקומן, צומאל איז די מאמע פארנומען מיט א פיצל'ס אדער א זייטיגע פראבלעם, אוודאי לכתחילה איז דאס א וויכטיגע זאך, אבער אויב מ'זעהט אז מ'קען נישט יש להם על מה שיסמוכו, (עי' שו"ת מנח"א סי' נ"ה, אז ס'איז נאר א מנהג, וכן בשו"ת מנחת יצחק חלק ט' סי' מ"ח)

ועוד אויב איז מען טאקע אזוי מפקיד אויף חצות אז מ'וועט פארדעם מנהג טון פארשידענע נישט גוטע שריט, להוי ידוע אז גלייך נאך די ווערטער פון שו"ע ויהא זהיר לאכול קודם חצות זאגט דער רמ"א (וואס מיר בני אשכנז פסק'נען ) ויקדים עצמו שגם ההלל יקרא קודם חצות, אויב ביסטו אזוי מקפיד אויף אפיקומן פאר חצות ביטע זיי אויך מקפיד אויף דעם רמ"א פון הלל ווייל ביידע הלכות האבן כמעט דעם זעלבן תוקף.
כל טוב גוט יו"ט


כיהודה ועוד לקרא וויל איך צולייגן א מעשה וואס איך האב געזען ברענגען דעם פסח:

הגה"צ רבי בנימין ראבינאוויטש זצ"ל חבר הבד"ץ של העדה החרדית, פלעגט שטארק מקפיד זיין צו עסן דעם אפיקומן פאר חצות, איין יאר האט זיך פארלענגערט דאס הגדה זאגן, און מ'האט זיך געוואשן צום ערשטן כזית 20 מינוט פאר חצות.

צוויי פון די אייניקלעך זענען שנעל אריין אין קאך בעטן אז מ'זאל זיך צואיילן מיט די סעודה כדי מ'זאל קענען עסן דעם אפיקומן פאר חצות, ווען דער רב האט דאס באמערקט האט ער זיי געהייסן צוריקגיין אויף די פלעצער און זיי אנגעזאגט אז זיי זאלן מער גארנישט צואיילן, און וויאזוי עס וועט זיין, וועט זיין גוט.

שפעטער האט ער זיי מסביר געווען, אז הגם ער האט טאקע אלע יארן שטארק מקפיד געווען אויף דער חומרא צו עסן דעם אפיקומן פאר חצות, האט ער אבער באמערקט אויף זיין רעבעצין אז עס שטערט איר שטארק אז נאך איר גאנצער הארוואניע פון וואכן לאנג צוגרייטן פארן יו"ט וועט מען אפעסן די גאנצע סעודה אין אפאר מינוט, און זי האט געהאט חלישות הדעת דערפון, און ס'איז דאך קלאר אז די אלע חומרות פון דער סדר נאכט זענען נישט ווערט קעגן איין קרעכטץ פון א איד, דעריבער, כדי עס זאל נישט זיין יצא שכרו בהפסדו, האט ער געהייסן אז דאסמאל זאל מען זיך נישט צואיילן.

ע"כ המעשה, ובמקום גדולתו שם אתה מוצא ענוותנותו.

מ'דארף נאר איין זאך וויסן און געדענקן, אז אויב מ'וויל מקפיד זיין צו עסען דעם אפיקומן פאר חצות, דארף מען דאס האלטן פאר די אויגן במשך דעם גאנצן סדר, און מ'קען זיך נישט דערמאנען 15 מינוט פאר חצות.


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט