א שפאציר אין מצה בעקעריי / טאג בוך – שאץ מאץ

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

א שפאציר אין מצה בעקעריי / טאג בוך – שאץ מאץ

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מארטש 27, 2009 12:32 pm

א שפאציר אין מצה בעקעריי / טאג בוך – שאץ מאץ

ווי נאר מ'שפאצירט אריין אין מצה בעקעריי קומט גלייך אנטקעגן די אלעמען באקאנטע בענקעדיגע ריח הניחוח פון מצה באקן, וואס באגלייט יעדן מענטש מיט א בינטל זכרונות פון ווען ער איז נאך געוועהן א קינד און געגאנגען זעהן ווי מ'באקט מצות ביז היינט צו טאג, יאר יערליך בלייבט די מצה בעקעריי מיטן זעלבן שמעק, אויב איז עס דעמאטץ געוועהן אינטרעסאנט איז עס פונקט אזוי אינטרעסאנט היינט צו טאג, דער פיינעם ריח ערוועקט דעם גאנצן פסח'דיגן טעם מיט אלעס ארום איר.

בכלל האבן מענטשן זייער ליב צו זעהן דעם פראצדור פון מצות באקן, מענטשן קענען שטיין שעות קוקן וויאזוי מ'באקט מצות, דאס איז ווייל מענטשן האבן ליב צו זעהן פראדאקשן, ס'איז מורא'דיג אינטרעסאנט צו זעהן ווי מ'נעמט מעל מיט וואסער וואס ווערט קינצליך פארוואנדלט אין א טייג דורך די געשיקטע פינגערס פונעם קנעטער, און פון די קליינע טייגלעך ווערט פלינקערהייט צווועלגערט א מצה, און דער רעדלעך מיט זיין אינטרעסאנטע געצייג בארט און שניידט אריין די לעכער אין די מצה וואס דאס איז דער דירעקטע גורם צו די ברוינע פינטעלעך אויף די מצה וואס אט די פינטעלעך זענען דאך די מציאות און די פשוט'ע אפטייטש פון א מצה, ווייל ווען מ'וויל אויסמאלן א מצה קען מען דאס נאר אויסמאלן מיט אזעלכע פינטעלעך..., דערנאך קומט דער באליבטע געשריי "א מצה אין אויבן אריין", און מ'קען טאקע קוקן שעה'ן ווי דער שיבער לייגט אריין טייגלעך און נעמט ארויס פיינע פרישע שמעקעדיגע מצות, דאס איז אלעס ווייל מענטשן גלייכן צו זעהן פאבריקאציע, א ראי' האסטו אז דוקא דאס איז די אינטערעסע, ווייל מענטשן אינטרעסירט נישט אזוי שטארק צו קוקן ווי מ'פיצט שטעקעלעך אדער ווי מ'פאקט איין די מצות אין די באקסעס ווייל דאס איז נישט קיין שום פראדאקשן, דאס איז בלויז פשוט'ע און סימפל ארבעט, ממילא איז דאס נישט אזוי אינטרעסאנט.

אבער לאמיר כדרכינו ארום שמיסן איבער די טעמעס פון די אנדערע זייט וואנט און גלייכצייטיג ארויס האבן וואס און וויאזוי ווערן מצות געמאכט,

יעדער האט ליב פרישע מצות, פשוט ווייל ס'איז פריש, און פריש איז גוט, און דערפאר איז דא א שטארקע פארלאנג אויף פרישע מצות אחר פורים, און ס'האט טאקע א באזונדערע פרייז... (אז דו ווילסט פרישע מצות באצאל מער), ס'איז באמת א טעמע וואס מ'קען אסאך מאריך זיין, ראשית ס'האט באמת א מקור אז מ'זאל ניצן מצות צום סדר פון חודש ניסן (אזוי איז משמע פון ב"ח), און היות יעדער ראש המשפחה האט נאר 6 ערב פסח מצות, און מ'וויל אז די גאנצע משפחה זאל עסן די כזיתים פון חודש ניסן (כשיטת הב"ח) ניצט מען צום סדר מצות פון חודש ניסן, אפגערעדט די מענטשן וואס ניצן נישט קיין ערב פסח מצות די ווילן זיכער נאר יוצא זיין מיט חודש ניסן מצות כדעת הב"ח.

ווידער הערט זיך א טענה פון אסאך מענטשן, אז מצות פון פאר פורים איז גאר בעסער, ס'איז געמאכט רואיג אנע בהלה, ס'איז אפי' דינערע מצות ווייל מ'יאגט נישט אזוי אין די חדשים פון טבת שבט, איי מצות פון פאר פורים איז נישט אזוי פריש, איז דא א עיצה מ'קען דאס איבער באקן אין אויבן וכו', ס'איז אפשר גאנץ א שטארקע סברא, אבער מיין מיינונג איז (איך זאג בלויז מיין מיינונג איך בין נישט קיין אחרון און אוודאי נישט קיין ראשון ס'איז בלויז א סברא כריסי) אז ס'איז דא א נקודה און א מעלה וואס איז דא אחר פורים וואס איז אגאנץ ווינטער נישטא,
דהיינו אז די ארבעטער'ס פונעם בעקעריי האבן דאך שטארקע און שטרענגע רעגעלאציע'ס איבער די כשרות איבער זיי און איבער זייער ארבעט וואס זאל זיין אויסגעהאלטן כשר לפסח ווי דער לאקאלע משגיח שטייט און גיבט אכט, אבער דער ארבעטער זעלבסט האט נישט אגאנץ ווינטער אזא פרעשור פון חמץ, ער גייט ארויס ער קען עסן א דעניש ער קומט צוריק ער וואשט זיך טאקע אפ זיין מויל און די הענט אבער ס'איז נישט מיט אזא לחץ, משא"כ אחר פורים האט דאך יעדער איד א אייגענע פרעשור פון חמץ, אויב האט ער נישט גענוג אייגענע פרעשור קען אים זיין ב"ב צוגעבן פרעשור..., ממילא איז ער מער וואַכזאם און מהודר'דיג צום חומר החמץ נישט אריין צו ברענגען חמץ אין מצה בעקעריי, ווייל אינדערהיים האט ער אויך פרעשור זיך אפצושאקלען בעפאר ער גייט אריין אין בעדרום, ממילא האט דער אחר פורים מצה עטוואס מער חומרא און הידור ווי לפני פורים, און פאר א חומרא באצאלט מען, איז דאך פשוט פארוואס אחר פורים קאסט מער.

ווידער מוזן אבער מענטשן פארשטיין אז ס'איז נישט מעגליך פאר א בעקעריי צו צושטעלן פארן גאנצן ציבור אחר פורים מצות ווען אזא גרויסע טייל מענטשן ווילן האבן אחר פורים מצות, ווי איז דען מעגליך פאר א בעקעריי וואס באקט פון חודש כסלו, טבת, שבט, און האלב אדר, זאל אין בלויז דריי וואכן צושטעלן פאר אזא ציבור מצות, נאר וואס, אויב וויל א איד מחמיר זיין און האבן אחר פורים מצות זאל ער אפמאכן א געוויסע מאס וויפיל ער דארף נאר פאר די סדרים, וואס דאס זאל זיין פון אחר פורים, און דאס איבריגע נעם פון פאר פורים, למעשה שטעלט זיך ארויס אז זייער אסאך מענטשן מ'קען אפי' זאגן באלד 80 פראצענט מענטשן פירן ממש קריג מיט די איינגעשטעלטע צו באקומען ווי מער אחר פורים מצות, ס'איז דאך באמת נישט מיט שכל.

מיר האבן געווענדליך ליב צו בארירן נקודות וואס דער המון עם ווייסט נישט אזוי, כדי מקיים צו זיין למען ידעו ולמען תדע, וואלטן מיר געזאגט אז די שווערסטע חלק פון פירן א מצה בעקעריי איז "די קאסע", כדי צו פארשטיין בעסער וואס איך מיין צו זאגן איז כדאי צו ציטירן א ווערטל וואס דער באקאנטע ראש ישיבה און חכם וידען רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל פלעגט זאגן, אז דער פראבלעם מיט די ישיבה איז אז פרייטאג'ס ווען מ'באצאלט געהאלט איז דא יעדע וואך און 50 מאל א יאר, אבער דער מלוה מלכה פאר די ישיבה איז בלויז דא איינמאל א יאר, ס'וואלט ווען געדארפט זיין פארקערט מלוה מלכה'ס יעדע וואך, און פרייטאג'ס נאר איין מאל אין יאר.....,
דאס ווערטל איז טאקע א ווערטל אבער באגלייט מיט א שטארקע יסוד, ווייל א געהעריגע מצה בעקעריי וואס איז אפן פון אנהייב ווינטער מיינט אז ער האט אויסגאבן 4 – 5 חדשים צו באצאלן ארבעטער'ס און מאטריאל, ווידער די קונים צו קויפן מצות זענען נאר דא בערך 4 צו פינף וואכן, פון בערך א וואך פאר פורים ביז אפאר טאג פאר פסח, וואס פון דעי פיר פינעף וואכן איינקונפט דארף ער זיך אויסהאלטן אגאנץ יאר, ער קויפט ווייץ אינמיטן זומער, צאלט געלט צו ברענגען די ווייץ, אוועק לייגן, עפענען די בעקעריי, און לעבן אגאנץ ווינטער וכו' וכו', בקיצור א קאסע פון א בעקעריי איז א מוציא ואינו מכניס, ער האלט אין איין צאלן, און בלויז פיר וואכן א יאר קומט ארייין געלט, קומט אויס אז צו פירן א מצה בעקעריי מוז מען זיין א געשולטע ביך האלטער צו קענען פירן חשבונות אגאנץ יאר פון בלויז א סעזאן פון עטליכע וואכן, האט איר אמאל געקלערט דערפון????, (זייטס ענק מודה) ניין....

אז מ'רעדט שוין פון געלט, מענטשן מיינען אז דאס וואס ס'שטייט אויפגעשריבן אויפן טאוול און אויפן פרייז צעטל די אלע פרייזן וויפיל ס'קאסט א פונט מצה איז טאקע די עכטע פרייז וואס יעדער צאלט, אויך א טעות, ראשית איינער וואס נעמט אסאך מצות פראבירט גלייך אראפ צו דריקן דעם ביל, שנית איז דא קהילות און האלסעילערס, יעדע ביהמ"ד כמעט האט א סערוויס אז מ'קען ביי זיי קויפן מצות, זיי קויפן האלסעיל אין עטליכע בעקערי'ס אין דער ציבור קויפט ריטעיל ביי זיי, אט די קהילות באקומען א האלסעיל פרייז ביים בעקערי, און די פאקט איז אז זיי מאכן אויס א גרויסע פראצענט פון די קונים אין בעקעריי, ווייל זייער אסאך מענטשן ווילן זיך איינשפארן די טירחה פון אליינס גיין קויפן מצות און דארטן זאל ער מוזן צוקומען צו טובות פון די איינגעשטעלטע מ'זאל קוקן אויף אים, ווידער ביי זיך אין שול באקומט ער זיין ארדער וואס ער דארף, חוץ דעי מענטשן וואס האלטן אז מ'נער'ט זיי אפ און זיי ווילן האבן אחר פורים מצות און שטיין דערביי זעהן ווי מ'פאקט אריין די יעצטיגע מצות אין באקסעס, אט די מענטשן וועלן טאקע אליין אראפקומען צו מאכן אן אפוינטמענט און באקן זייערע מצות,
(איך וויל נישט וויי טון דעי אידן און מוציא לעז זיין אויף די בעקערייען, אבער בעיני ראיתי אז ביים פאקן שמירט מען יענעם אריין אפאר אלטע באקסעס נישט פון די היינטיגע געבאקענע מצות ואכמ"ל וד"ל)

האט איינער געטראכט וויפיל הוצאות א מצה בעקעריי האט?, פאפיר, ברוינע פאפיר אויף די טישן, ווייכע פאפיר צו ווישן די הענט, די הארטע פאפיר צו פיצן שטעקעלעך, דאס איז א ערנסטע אווערהעד, יעדע דריי מיטן ראל פעיפער צווישן יעדע אכצן מינוט, איז לכה"פ 10 – 20 דאללאר, ווענט זיך ווי גרויס די בעקעריי איז, אבער לאמיר נישט כאפן, לאמיר אנהייבן פון אנפאנג פונעם שניידן די ווייץ.

קצירת חטים איז א אויסגאבע וואס באלאנגט אויסשליסלעך פאר די בעקעריי, וואס איז כולל אין זיך די הוצאות פון די טלטול הדרך פאר די רבנים ומשגיחים, דער קאמביין זעלבסט, די קוואנטום ווייץ, די טרעקלעך אוועק צו פירן דאס ווייץ, און די נייע זויבערע זעק אוועק צו לייגן דאס ווייץ, ועוד, בעצם דאס שניידן גייט צו מיט אסאך קאפ וויי ווי דער עולם איז מסתמא אינפארמירט, ס'דארף זיין ביי א געוויסע מאס הויכעקייט וויפיל די שטאנגען זענען געוואקסן און ביי א געוויסע גרויסקייט פון די ווייצלעך, דאס מיינט אז מ'קען נישט שניידן אגאנץ זומער, ס'איז נאר א קורצע צייט פון בלויז עטליכע וואכן אפשניט, און די וועטער מוז צושפילן מיט אסאך מזל, עס איז א נארמאלע זאך מ'זאל ארויס גיין שניידן ווייץ עטליכע מאל און דורך פאלן וועגן דעם רעגן אדער וועגן די מציאות פון די ווייץ זעלבסט, דאס אלעס קאסט צייט און טירחה און אוודאי געלט.

די ווייץ זענען געשניטן, (די הויט אויך, ווייל זייענדיג אונטער די זון האט מען פארשטייט זיך געכאפט א ברי אויפן פנים) מ'לייגט דאס אוועק אין א ספעציעלן סטארעדש ווי דער קלימאט אינעם געסילטן סטארעדש מוז זיין קאנטראלירט און געמאסטן נישט צו קאלט און נישט צו הייס, ס'זאל נישט שוויצן, ס'זאל אויך נישט צוקומען קיין אינסעקטן, די ווייץ ווערן נישט געמאלן אויף אמאל, נאר צוביסלעך ווייל מעל האלט זיך נישט אזוי פריש ווי ווייץ, ממילא האלט מען אין איין מאלן און זופן אגאנצע צייט, דאס מיינט א באזונדערע מענטש פארן מאלן און זופן אגאנץ ווינטער, אויך צייט און געלט.

די ארבעט זעלבסט אין מצה בעקעריי איז א פיזיש שווערע ארבעט מער ווי ביי סיי וועלכע ארבעט, ווייל פאקטיש שטייען די ארבעטער'ס אויף די פיס אגאנצן טאג, (אין די צייט וואס דו פילסט ר"ה ביי שטילע שמו"ע אינמיטן מוסף סוף זכרונות אז די פיס קומען שוין אראפ...), שטייט דער ארבעטער אויף די פיס, לא די ער שטייט, ער ארבעט אויך, צו ער קנעט, צו ער וועלגערט, צו ער רעדלט, צו ער לויפט מיטן מצה און אויוון מיט זיין געשריי, אפגערעדט א שיבער וואס זעהט סתם אזוי דעם גיהנום פאר די אויגן רוב טאג, דאס איז אלעס שווערע ארבעט וואס ווערט באצאלט מיט ווייניג געהאלט,

יעדע נאכט דארף איינער אינזינען האבן צו שעפן וואסער פאר מארגן, אויב דער בעקעריי האט נישט קיין לאקאלע קוואל מוז מען ברענגען וואסער יעדע נאכט פון א קוואל, און דער ברענגער דארף זיין מהודר און זיין טרעקל דארף זיין פסח'דיג, אויך א ארבעט.

די מעל און די וואסער געבער דארף'ן קענען זייער פעלד, וויסן וויפיל וואסער מ'גיסט צו וועלכע מעיל, יעדע מעל האט א אנדערע מאס וויפיל וואסער מ'לייגט אריין צו איר פונקטליכקייט,

דער קענטער, שטייט אויך אויף די פיס און ניצט אסאך כח, אנפאנג ווען מ'גיסט אריין די מעל אין וואסער מישט ער טאקע נאר זיינע פינגער'ס הין און צוריק ווי איך קיצל א בעבי, אבער נאך א האלבע מינוט לייגט ער ארויף זיין גאנצע כח מיט היפש פרעשור, ס'קומט אויס אז א קענטער קען מאכן א גוטע 7 – 8 מיירעס אין א אכצן מינוט, מיט אסאך כוח און פיזישע פרעשור, און דאס ברענט אויס אסאך ענערגיע,

דער גרויסע טייג ווערט געגעבן צום ערשטן מענטש ביים טישל, און ער ארבעט עס אויס ווייטער און טיילט טייגלעך, (לעצטנס האב איך געזעהן אין פסקי תשובות ווי ער איז מרעיש עולמות אז מ'זאל נישט מאכן א רינדעכיגע טייג ווי א גרויסן פיקל אדער ווי א שטעקל און אזוי וועלגערן מיט די הענט ווי מ'מאכט שטעקעלעך צו פלעכטן א חלה, און הערש דערנאך צושניידן אויף טייגלעך ווייל דאס מאכט אז די טייג זאל ווערן ווארעם פון די הענט און דאן איז עס מחמיץ אפי' א רגע אויב ס'גייט ליידיג, נאר מ'זאל ענדערשט לאזן די טייג מיט קליינע עסקים האקן מיט א כלי אדער לאזן גרויס און רונדעכיג וואס דאן ווערט נישט דער טייג אזוי אנגעווארמט פון די הענט אזוי ווי ווען מ'מאכט דערפון אזא שטעקן, מ'קען מאריך זיין אינעם חלק ההלכה אבער דערוילעם איז דאך נישטא צו לערנען הלכות...)

די טייגלעך ווערן צוטיילט פאר די וועלגער'ס און מ'הייבט אן צו פארמירן מצות, אין די א"י'דיגע בעקערייען איז איינגעפירט א סיסטעם אז דער טישל ווי די וועלגער'ערס ארבעטן איז ווי א בעלט, ווי א מאשין, דהיינו דער ערשטע הייבט אן ער הייסט א מתחיל, דער צווייטער נעמט איבער פונעם מתחיל און מאכט עס פאר א שטיקל צורה פון א מצה, און דערנאך נעמט עס איבער דער נעקסטער און מאכט דאס ווייטער ביז צום גומר, ווי דער גומר גיבט דאס איבער פארן רעדלער און פון דארט צום אויוון אריין, עס זענען באמת דא אסאך מעלות אין דעי סיסטעם,
ראשית ס'איז שנעלער, ווייל די מצות פארן שנעל, פון איינס צום צווייטן,

שנית דער גומר איז א מומחה ער ענדיגט די מצה – טייג זאל זיין גוט, דאס מיינט אז די מצה זאל זיין אייניג איבעראל, ווייל דער פראבלעם פון מצות אין אויוון ווערט געשאפן ווען א מצה איז נישט אייניג ער איז פון איין זייט דיק און און איין עק דין, וואס דאן ווערט דער חלק וואס איז דין פארברענט צו אש אין די צייט וואס דער חלק וואס איז דיק איז נאכנישט אדורך געבאקן, וואס צו דעם דארף מען נאר האבן אפאר מומחים וואס אייניגן אויס די מצה גלייך איבעראל פארן רעדלען און פארטיג, און נישט יעדער ביים טישל מוז זיין אזא מומחה,

שלישית, די ארבעטע'ס ווערן נישט אויסגעמוטשעט אזוי שנעל, ווייל אויב וואלט דער ארבעטער געדארפט סיי אנהייבן סיי וועלגערן און סיי ענדיגן טוט ער דאך דריי מיני מלאכות, ווערט ער שנעלער מיד,

רביעית, מ'דארף נישט אזוי סאך רעדלער'ס, ווייל אויב יעדער מענטש ביים טיש איז סיי א מתחיל און סיי א גומר, קומט אויס אז רוב וועלגער'ערס ענדיגן וועלגערן די זעלבע צייט זייער מצה, און שיקן דאס צום רעדלען, וואס דאן ווערט א אנלייג ביים רעדלען, מוז מען האבן אסאך רעדלער'ס וואס זאלן ארבעטן גענוג שנעל צו קענען אפרעדלען יעדנס מצה וואס קומט אן אין די זעלבע צייט צום רעדלער טיש, דאס קען מען זעהן בעיקר אין די ערב פסח כיתה'ס, אז אנהייבן אכצן מינוט שטייען די רעדלער'ס ליידיג, און נאך א מינוט צוויי ווערט א בהלה ביים רעדלען ווייל יעדער ווערט פארטיג אויפאמאל מיט זיין מצה און די רעדלער'ס קענען נישט נאכקומען די שטראם פון די מצות, רין דערנאך גייט דער שטראם מצות אריין צום אויוון, משא"כ ווען עס ארבעט ווי א בעלט, דאן איז דא לאמיר זאגן 2 – 4 גומרים, דער גומר גיבט דאס איבער פארן רעדלער און ס'פארט ווי א מאשין, דער רעדלער וועט קיינמאל נישט האבן ביי זיך מער ווי 2 מצות,

חמישית, אויב אזוי אז ס'גייט ווי א בעלט און ס'לייגט זיך נישט אן די מצות ביים רעדלען, איז אין אויוון אויך דא מנוחה, דער אויוון מוז נישט זיין אזוי גרויס, ווייל ער גייט צוביסלעך ס'קומט קיינמאל נישט קיין 15 – 20 מצות אויפאמאל ווייל ס'לויפט דאך ווי א בעלט, פונעם גומר צום רעדלער פון רעדלער אין אויוון און פון אויוון ארויס, משא"כ אויב אז אלע מצות – טייגלעך ווערן פארטיג אויפאמאל לייגט עס אן דעם אויוון אויך און דער טרעפיק ביים אויוון ווערט געדעכט, וואס דאס איז א חסרון אינעם רואיגקייט פונעם שיבער, און אויך א חסרון אינעם טעמפעראטאר און די היץ פונעם אויוון זעלבסט.

און יעצט קומט עס, איינס... צוויי... דריי... (אלע צוזאמען) ""א מצה אין אויוון אריין לשם מצות מצה""

איר מיינט אז דער לויפער איז סתם א ארבעטס לאזע איד וואס האט בלויז געטראפן א צייטווייליגע דשאב אין מצה בעקעריי?, ניין, ער האט אויך א פאך, אין אסאך בעקערייען איז דער שרייער – לויפער אליינס א האלבע שיבער, דהיינו אז ער לייגט אליינס אריין די מצות אין אויוון אריין, ער איז א נאה דורש ונאה מקיים...., סיי ער שרייט א מצה אין אויוון און סיי ער איז מקיים פסק און ער לייגט טאקע אליין אריין די מצה אין אויוון, דאס איז א מעלה כלפי דער שיבער אז דער שיבער מוז נישט זיין פארנומען מיטן אריין לייגן, ער קען אייביג האלטן דעם שאוול אין די הענט, ווייל אז נישט מוז ער אראפ לייגן דעם שאוול און איבער נעמען די מצות אין אויוון אריין, און דעי האלבע מינוט וואס ער בייגט זיך אויפצוהייבן צוריק דעם שאוול קענען ווערן צוגעברענט אפאר מצות, ווידער אסאך שיבער'ס ווערן נערוועז צו האבן שותף וואס באלעבאטעוועט מיט זיי אין אויוון, זיי מוזן האבן אליין גענצליך קאנטראל,

ווידער אויב דער לויפער איז טאקע נאר א לויפער, מוז ער זיין געשיקט אז ווען דער שיבער ווינקט אדער זאגט קום, מוז ער קומען אין די סעקונדע ווייל יעדע סעקונדע ציילט און אז ער צעגערט א רגע ברענען שוין צו די אנדערע מצות,

צו זיין א שיבער וואלטן מיר געדארפט מאכן א באזונדערע באשרייבונג "א טאג ביך פון א שיבער", ווייל ס'איז באמת דא 100'טער יסודות און הלכות און מומחיות וואס ליגט אין די האנט פון א שיבער, ממילא וועלן מיר זיך נישט אפשטעלן אדורך צו טוען בארוכות די נושא פון שיבעריי,

דער מצות סארטירער איז אויך א מלאכה, ער ווייסט גלייך לעבן אויוון וועלכע מצה איז ווייעך און וועלכעס איז נאכנישט אדורך געבאקן, און ווען די מצה איז שוין אויסגעקילט און איז ראוי אריין געלייגט צו ווערן אין קוישל, אבער דאס איז נישט גלייך אין אלע בעקערייען, אסאך שיבער'ס לייגן ארויס די מצות פון אויבן גלייך אין די קוישל אריין, ס'איז אבער מער מהודר'דיג ווען מ'ווארט אז די מצה זאל זיך אויסקילן און הערשט דערנאך אריין אין קוישל כדי די מצה זאל נישט שוויצן, און ס'האלט זיך אפי' מער פרישער אזוי, אויב מ'לייגט נישט ארויף ווארמע מצות איינער אויפן צווייטן בלייבט עס לענגער פריש.

די באקסעס פאקער'ס האבן אויך א מערכה, מעסטן, וועגן, אראפ האקן די כפולה'ס, נפוכה'ס, נעמען חלה, אנצייכענען וויפיל דער באקס וועגט, און דער מעין ארבעט איז דאך צוזאמען צו בינדן די שטריק... צו מאכן אזאנע קניפעס וואס מ'קען עפענען יו"ט כדי די קינדער זאלן האבן פסח'יגע שפילצייג, ווי מ'זעהט אלע אכט טאג פסח די קינדער שפילן זיך מיט די שטריק פון די מצה באקסעס, פארדעם אליין מוז מען האבן שטריק....

אויך איז דא א מקום אין בעקעריי ווי מ'פיצט שטעקעלעך, די פיצער'ס האבן גאנץ א שווערע ארבעט קודם איז דא א שטארקע שטויב דארט ווייל זייערע קראצער'ס מאכן א שטארקע שטויב, שנית מ'דארף טאקע אויספיצן די שטעקלעך זאל זיין זויבער אן קיין שמץ טייג דערויף,
און איין ווינקל איז דא א גליעריי, מ'גליט די רעדלער'ס, וואס איז אויך נישט אזא זויבערע ארבעט, אבער דאס איז נישט לעין כול ממילא ווייס מען אפי' נישט אז ס'איז בכלל א מלאכה.

ועל כולם איז דער משגיח און די מענעדשמענט פון די גאנצע בעקעריי א היפשע שווערע ארבעט, ער שטייט אויך אויף די פיס, וואשט זיך אויך די הענט יעדע 18 מינוט, (מיט קאלטע וואסער אפי' אינמיטן ווינטער) און לויפט ארום האלטן א אויג אז אלעס זאל קלאפן, קומט נאך צו די פרעשור פון די דרויסנדיגע מענטשן, די שיינע אידן באגלייט מיטן כולל יונגעלייט וואס קומען באקן און לייגן פרעשור מיט זינלאזע אייגן געמאכט אזויגערופענע חומרות, אדער אפי' ס'האט יא א האפט זייערע חומרות מאכן זיי דאס מיט א מורא'דיגע דריק און לחץ, און דער משגיח דארף דאס דילדן און זיך ספראווענען דערמיט,

מיר ווילן בארירן א קאנטערוועשל נושא וואס ווען איך שרייב דאס אין א אויסגאבע וואלט מען מיך באשטיינערט, אבער דא האב איך נישט מורא, ס'איז מיין אייגענע אשכול און דאס ערגסטע וואס איינער קען מיך טון איז צומאכן דעם אשכול און ארויס גיין העכסטנס שרייבן א תגובה מיט א קעגן זייטיגע מיינונג,
דאס איז א ענין פון אייגענע חומרות וואס נישט אייביג איז דאס אזא הייליגע זאך, למשל זייער אסאך אידן ברענגען מיט זייער אייגענע מעל וואס מ'האט אליין'ס געקליבן און אליין געמאלן, זייער א שיינע זאך אז א איד האט חביבות המצוה, מיין פראגע איז נאר עפעס אנדערשט, יעדער ווייסט אז א שטרענגע בעל מכשיר וואס גיבט א השגחה אויף א שמחה זאל, וועט דער בעל מכשיר נישט לאזן ברענגען קוכן אדער סיי וועלכע פראדוקט פון דערהיים, כאטש וואס דער בעל שמחה וועט שרייען ס'איז היימיש ס'איז געמאכט ביי מיר אין שטוב, וועט דער משגיח ענפערן זייער פיין אבער דאס האט נישט קיין השגחה, און אין דעם שמחה זאַל קען נאר זיין א זאך מיט א השגחה, (אזוי פירן זיך רוב בעלי מכשירים אין א"י און אפי' אין ב"פ עטליכע שטרענגע בעלי מכשירים)

יעצט ווען א איד ברענגט מעל פון דערהיים ס'איז טאקע עכט הייליגע מעל רחיים של יד, האט במציאות דער מעל "נישט" קיין השגחה, אין די צייט וואס דער בעקעריי שרייבט אויף זיין באקס ס'איז שמירה משעת קצירה, קומט אויס אז ווען ער לאזט אריין יענעמ'ס מעל אריין אין זיינע כלים אין זיין אויוון ווערט דער בעקעריי אויס שמירה משעת קצירה...., ווייל יענעמס מעל איז נישט קיין שמירה וואס דער בעקעריי קען זאגן אז ער האט דאס אפגעהיטן, אפשר האט יענער געמאלן דאס מעל און אראפגעלייגט דעם זעקל אויף א טיש וואס זיין ווייב האט אקארשט געבאקן המן טאשן?, האט איר אמאל געטראכט דערפון?, ווער זאגט אז דער סתם עמך איד וואס נעמט רעגולער מעל פון די בעקעריי איז מסכים אז א אנדערע איד וואס האט נישט קיין השגחה אויף זיין מעל זאל איבערלאזן בליעות און פסולת אויף זיינע מצות, קומט אויס אז דאס איז א חומרא הבא לכלל קולא,

א ענדליכע דוגמא, איר ווייסט אפשר אז אויב מ'נעמט ארויס א וויין פון א ליקאר סטאר קען מען דאס מער נישט צוריק ברעגנען אלס חשש אז אפשר איז דאס געווארן נסך, א נארמאלע ליקאר סטאר אדער מקוה איד נעמט נישט צוריק קיין ארויס גענומענע וויין, צו קען דען דער געשעפט וויסן צו דער איד האט דאס אהיים געטראגן און זיין גוי'טע האט דאס אנגערירט, דערפאר נעמט מען נישט צוריק קיין געקויפטע וויינען (חוץ מבושל) יעצט פארוואס זאל דער בעקעריי צוריק נעמען מעל נאכדעם וואס ער האט ארויסגעגעבן ווייץ וואס איז געוועהן שמירה משעת קצירה פאר א איד פריוואט צו מאלן, און ער ברענגט דאס צוריק אין די צייט וואס דער בעקעריי קען נישט זאגן און וויסן וואס האט זיך אפגעטון מיט די ווייץ – מעל במשך די צייט וואס זי איז געוועהן אינדרויסן, איך פארשטיי בכלל נישט וויאזוי בעקערייען לאזן דאס צו....

(הגה"צ סערדעהעלער רב שליט"א – נייטרא טענה'ט: די זעלבע זאך אויף רוב היימישע וויינען ער זאגט אז היימיש מיינט ס'האט נישט קיין השגחה, ווער גיבט אחריות אז א גוי האט עס נישט געזעהן, אדער אז ס'איז טאקע געמאכט בתכלית הכשרות פאר פסח?, קיינער, נו! וואס איז דא חכמה?, (וויין איז באמת שייך פאר א באזונדערע ארטיקל).

הייסט אזוי, דו ווילסטו סתם אזוי אראפרייסן די אלע אייגענע רחיים של יד'ס?, א הידור וואס אלע חשוב'ע אידן טוען?, סתם א מלעג אויף מנהג אבות?, ניין, נאר וואס, איין אפציע איז אפשר יא אויסגעהאלטן, דאס איז ווען דער בעקעריי ענדיגט די לעצטע שעה צוויי פונעם טאג, זאל זיך דער איד ברענגען זיין אייגענע מעל און דער בעקעריי וועט אפבאקן זיינע מצות מיט זייערע כלים, און דערנאך כשר'ן דעם אויוון מיט די כלים פארן קומענדיגן טאג, און פאר אזא סערוויס זאל זיין א באזונדערע פרייז!,
זייער פשוט, איך בין נישט מסכים צו האבן בליעות אין מיינע מצות פון יענע'מס נישט אפגעהיטענע מעל,

אדער זאל דער מהדר במצות אראפ קומען אין בעקעריי אין דא אונטער די השגחה פון די בעקעריי מאלן זיינע ווייץ, אזוי איז טאקע איינגעפירט אין א"י, ס'איז נישטא אזא זאך א מענטש זאל קענען מאלן אינדערהיים און ברענגען זיינע מעל באקן אין בעקעריי, להוי ידוע אז די אלע בילדער וואס מ'זעהט אין כל העולם כלו ווי די שיינע אידן רבנים ואדמורים מאלן ווייץ איז טאקע אונטערן שוץ פון די בעקעריי אדער די לאקאלע השגחה.

אמת זייער אסאך אידן מאכן הידורים שונים, אבער יעדע מענטש האט נגיעות, מ'קען נישט פסק'נען פאר זיך ס'מוז האבן א השגחה, לאמיר אייך פארציילן א מעשה, אין די ערשטע יארן דאהי אין אמעריקא האבן זיך צוזאמען גענומען עטליכע פרומע אידן צו מאכן מצות מיט א חבורה מיט די גרעסטע הידורים וואס איז שייך, אנגהויבן האט זיך עס נאך אינמיטן זומער ווען מ'האט געשניטן די ווייץ אן קיין מאשין נאר געריסן ווייץ מיט די הענט, אויפגעהאנגען אויף א שטריק, געקליבן, געמאלן, געזופט, און אויסגעקליבן א טאג צו באקן נישט נאר אחר פורים און נישט נאר חודש ניסן נאר ממש 2 טעג פאר פסח ס'זאל זיין ממש סמוך ונראה צו פסח, ווער רעדט נאך דאס באקן אליין איז געוועהן מהודר אויפן שענסטן אופן, מ'האט זיך פארבינדן מיט שמאטעס אויפן מויל מ'זאל נישט שפייען, מ'האט געלעכערט די מצות מיט ציין שטעכער'ס, געטוישט די שטעקעלעך נאך יעדע מצה, בקיצור מיט יעדע מין חומרא וואס איז נאר מעגליך, מ'ענדיגט ענדליך אפבאקן אלע מצות דערמאנט מען זיך אז..... מ'האט זיך פארגעסן און מ'האט געבאקן די מצות מיט פשוט'ע וואסער, נישט מיט קיין מים שלנו...., א דורכפאל!...,
זענען זיי אריבער געלאפן צום כ"ק מרן מהריט"ב מסאטמאר זצ"ל, דער רבי האט אויסגעהערט זייער פארלאנג צו טרעפן א היתר, זיי האבן אראפגעלייגט אלע מיני חמרות און הידורים וואס זיי האבן געהאט וכו' וכו',
זאגט דער רבי ער מיינט אז די מצות זענען זייער פיינע מצות, אבער.... פאר פסח שני...., די חומרות און הידורים איז טאקע זייער פיין, אבער מים שלנו איז מדינא דגמרא!
סך הכל זעה מיר אז נישט אלע חומרות איז אמאל כדאי ווען די הלכה לויטעט פארקערט, אז איינער איז מחדש א חומרא בתוך ההלכה מה טוב ומה נעים, אבער נישט אויפן חשבון פון אנדערע הלכות ודי בזה.

סך הכל קאסטן מצות טייער!, ווי די וועלט טענה'ט אז די אפטייטש פון לחם עוני מיינט "לחם" א ברויט וואס מאכט א מענטש "עוני", און זייער אסאך מענטשן קרעכצן טאקע אויף די טייערע מצות, לאמיר טאקע פארשטיין אפשר קען מען א עצה געבן.

ראשית לויטן דעת תורה פון ר' הערשל מייזליש פון קול מבשר דארף מען זיך בכלל נישט אנעסן מיט מצות, ער טענה'ט אז ווען א מענטש עסט אנדערהאלבן מצה איז ווי 6 – 7 ברויט און דאס איז צו סאך סטארטש וואס איז בעצם ציקער ווייל ס'איז אסאך קארבס און דאס איז פיל מער וויפיל מ'עסט אגאנץ יאר און דאס איז דער גורם צו זיין הוגעריג עי' בהדרשות שלו בקול מבשר ותמצא נחת, ממילא דער וואס גלייכט אים צו פאלגן מוז לכתחילה נישט קויפן אזויפיל מצות,

שנית מ'דארף מאכן א חשבון וויפיל מ'צאלט פאר אנדערע שטותים אן א קרעכץ, לאמיר אייך פרעגט שטילערהייט זאגט'ס נאר אויס דעם סוד וויפיל האט געקאסט דיין (דיין ווייב'ס) פורים'דיגע שלאך מאנעס משוגע'תן?, אסאך געלט?, ס'איז קלאר אז דאס איז איבריגע אויסגאבן און נישט קיין מצוה, משא"כ מצות איז דאך א מצוה, מ'גלייבט דאך אין חז"ל אז הוצאות שבת ויו"ט קומט צוריק,

שלישית זענען רוב בעקערייען אונטער קהילות, דאס מיינט אז ווען איר בעט א הנחה זענט איר א נהנה מן הצדקה, דאס איז גאנץ א ערנסטע מערכה ווייל אויב מ'איז נישט קיין נצרך טאר מען נישט זיין קיין נהנה מן הצדקה, מענטשן כאפן זיך נישט אויף דעם, די זעלבע איז אויך גולטיג ביים נעמען אומזיסטע פראדוקטן און באקסעס וואס ווערט געטיילט ביי פסח אויסטיילונגען, אויב זענען די טיילער'ס געגאנגען נאך געלט אדער נדבנים האבן מנדב געוועהן די פראדוקטן פאר נויטבאדערפיגע משפחות איז דאס געהעריג צדקה, און אז מ'נעמט איז מען א נהנה מן הצדקה, דארף מען וויסן צו האט מען א דין ווי א נצרך צו נישט און אויב נישט שטייט זייער הארב אויף דעם, אפגערעדט אז מענטשן פארלירן זייער דיגנעטי און זעלבסט שטאלץ נישט צו נעמען אימזיסטע מתנות.

אבער העיקר מאכט מען נישט דעם חשבון וויפיל צאל מענטשן ארבעטן און באקומען געצאלט פאר זייער ארבעט איבער דיין מצה,

דער פעלד פון די ווייץ
משגיחים ביים שניידן
טראק צו ברענגען ווייץ
סטארעדשן ווייץ
מאלן
זיפן
גיסן – וואסער / מעל
קענטן
אויסארבעטן – וועלגערן
מתחילים – גומרים
רעדלער
לויפער
שיבער
פאקער
ועוד

די אלע מענטשן באקומען געצאלט פאר די ארבעט וואס זיי ארבעטן אויף דיין מצה, די בעקעריי בעט נישט ביי זיי קיין הנחה, צו איז דאס אזוי גלאט און פשוט אז 30 – 40 מענטשן ארבעטן פאר דיר און פאר דיינע מצות און דו ריקסט אזוי אראפ די פרייז נישט מיר נישט דיר?, ס'איז דאך אלעס עבודת יד, איר ווייסט וויפיל מ'צאלט אין די גאנצע וועלט פאר א זאך וואס איז הענד מעיד?!

און דאס איז אויסער די סתם הוצאות פון וואסער געז לעקטער, האלץ און קוילן צו הייצן, הארטע פאפיר, און ווייכע פאפיר צו ווישן די הענט (ביי יעדע 18 מינוט), ס'קומט אויס נאך אלעמען אז ס'איז נישט אזא רויבעריי וואס מ'צאלט פאר מצות.

ולסיומא דמילתא זאגט מיר א מענידשער אין מצה בעקעריי ווען איך האב אים באצאלט פאר די מצות מיט א טשעק, וואס אויף דער טשעק איז געשטאנען אונטן אינעם מעמאו "שמחת פורים", אז זיין באבע פלעגט זאגן "המן באצאלט פאר פרעה", דהיינו אז די הכנסה פון פורים דעקט די הוצאה פון פסח, נו, אויב אזוי זאל זיך טאקע דער המן מיט פרעה ארום רייסן ביי די קעפ און זיך אנפראסקענען איינעם דעם צווייטן און אונז לאזן במנוחה ושלוה....,

ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים

וויפיל פונט מצות נעמסטו?...... דו?...... איך?..... 24,800 קערקטערס.....
גענוג אסאך?
.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » פרייטאג מארטש 27, 2009 12:38 pm

געוואלדיג געוואלדיג שאצל!
שיינע אמת'דיגע נקודות און רעיונות...

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » פרייטאג מארטש 27, 2009 1:04 pm

שאץ איך האב נאך נישט געליינט דעם ארטיקעל איך האב קודם אראפ געסקרוילט צי זען וויפיל קערעקטערס סאיז
אין יאפס סאיז דא וואס ציליינען
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 27, 2009 1:19 pm

שאצ'ל

וואן אף ע קיינד !!!
די מצות וועלן זיך אנדערש עסן היי יאר.....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מארטש 27, 2009 1:22 pm

הערליך הערליך, קאניינעהארע, (אויף די קערעקטער'ס.) ארויס געברענגט יעדע פינטל וואס נאר שייך לגבי א מצה בעקעריי, יישר כחכם.

(כ'מעג נעמען קרעדיט פאר די עטליכע פאר טויזענט קערעקטער'ס מיט וואס ס'איז געווארן לענגער פון די ערשטע ווערסיע?)

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » פרייטאג מארטש 27, 2009 1:59 pm

שאץ מאץ אנבעליוועבל זייער צי דער זאך יישר כח

בנוגע חומרת
איך האב אמאל געבאקען אין מיט א כיתה אין די סאטמארע מצה בעקערי אויף בראדוועי אין דער ראש פין די כיתה האט געהאט א חומרה אז מזאל נישט רעדלען נאר לעכערן מיט א פלעסטיק גאפעל...

פיין אזוי דארף מען נישט צי קימען צי גליען דען רעדלער איך האב אבער דעזען וויפיל אויפגעבלעזענע מצות סאיז געווען אין וויפיל סזענען נישט געווארען געהעריג געלעכערט דאס הייסט חומרות אויפען חשבון פין הלכה
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג מארטש 29, 2009 1:20 am

ויהי ערב ויהי בוקר יום השישי...

עס איז ווידער פרייטאג אויף דער וועלט, און שאץ מאץ האט באשאנקען די אידישע וועלט מיט נאך א רייכע קאפיטל אין די טאג בוך סעריע.

איך האב אסאך הערות אויף דעם ארטיקל, ווייל איך האב א שטיקל עקספיריענס אין די פעלד. (איך עס דערפון יעדע יאר פאר אכט טאג פלאס ווילאנג נאך איך האב...), נאר היות עס איז שפעט וועט עס דארפן ווארטן אויף מארגן.

מיר אלע ווארטן אויף די שיבער'ס טאג בוך, מיר וועלן מסכים זיין אפילו עס וועט זיין אונטער 10,000 קערעקטערס....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג מארטש 29, 2009 9:34 am

רעגולער שאצי בוק, טענקיו.

דיין אראפרייס אויף די מחמירים מוז איך אביסל דיסעגריען, עס איז ווי יעדע זאך, די מענטשן וואס פעגערן א גאנץ יאר ביי יעדע זאך וועלן פעגערן ביי די מצות אויך, און דיעזע וואס זענען נייס גיי'ס אלץ וועלן דא אויך זיין, און ווי נישט ווי האט ער רעכט צו אבאכט געבן אויף זיינע מצות זינט ער צאלט געהערגי געלט.

אבער ס'איבעריגע איז אמעזינג עס אללוועיס.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג מארטש 29, 2009 10:22 am

שכוח שאץ מאץ פארן מיך מהנה זיין!
אן עקסטערע דאנק, ווייל איך האב אלעמאל געהאט א געפיל צו מצה בעקערייען און צו מצות באקן בכלל. (כ'האב קיינמאל נישט גע'ארבעט אין א מצה בעקערי אויסער ערב פסח כנהוג), איך פלעג זיך אלעמאל טענה'ן מיט ממינע ארימיגע אז די מצה בעקעריי איז בארעכטיגט צו בעטן 20$ א פונט (אדער 24 $ אפונט אריזאנע), כ'האב עס אבער קיינעם נישט געקענט אויפווייזן, יעצט האב איך שוין גענוג שטאף עס אויפצווייזן, יישר כח נאכאמאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » זונטאג מארטש 29, 2009 11:55 am

אן הערליכער ארטיקל הרב שאץ מאץ, ישר כח.

אפשר לייגסטו אראפ א סדר פון א טאטן. דיינע געדאנקן קענען מיר מאכן גלייב איך פירן א בעסערן סדר.

איין נקודה וויל איך ארויסברענגן. איך פלעג נעמען מצות פון א געווייסע בעקעריי. עס איז מיר אבער אויסגעקומען אריינצופאלן דארט איין טאג ביי די ארבייט, איך האב געזען ווי אזוי מען מען פירט זיך דארט אויף צו די ארבייטערס, ווי אונטערדריקט די ארבייטער שפירן זיך, האב איך באקומען אן עקל צו יענע בעקעריי, איך בין געווען אינגאנצן צושאקלט, ווי אזוי אידישע קינדער קענען זיך אויפפירן אזוי שלעכט איינעם צום צווייטן.

איך האב געטראכט אפשר ווי באלד די ארבייט אין א מצה בעקעריי איז אונטער אסאך פרעשור צוליב די פיל חומרות און הידורים, דערפאר איז עס אזוי.

איך בין דערפאר געגאנגען קוקן ביי נאך בעקערייען, און דארט האב איך געזען אז אפילו אין א מצה בעקעריי - און איך האב געזען אז זיי האבן גאר מער חומרות - באהאנדלט מען שיין די ארבייטערס. איך האב געקענסלט מיין ארדער,און באשטעלט מיינע 27 פונט ביי א צווייטע בעקעריי.

איך וויל נישט מקיים זיין מצות השם, מיט מצות וואס האט אין זיך אידיש בלוט!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג מארטש 30, 2009 10:00 am

געדולד האט געשריבן:איך וויל נישט מקיים זיין מצות השם, מיט מצות וואס האט אין זיך אידיש בלוט!


אויף דעם איז דאך שוין געוועהן אזויפיל בלוט בילבולים!!!!.....
.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 30, 2009 10:25 am

שאץ, פרעגסט אויב די פיר און צוואנציג טויזענט פלאס קערעקטערס זענען גענוג? אוודאי יא, אבער איך וואלט זיכער געקענט ניצן נאך אביסל.

האסט אראפגעלייגט א מייסטערפולע ארבייט דא. ווען איך קען דיר ווען נישט וואלט איך געזאגט אז די ארבייט'ס אין א מצה בעקעריי, נאר איך האב שוין געליינט גענונג ארטיקלן פון דיר און איך וויל נישט טראכטן אז די טוישט יעדע וואך דיין דזשאב..

איך קען פארשטיין דיין טענה איבער אריינברענגען פרעמדע מעל אין בעקערי, אבער אויב יענער ניצט דאס אויסשליסלעך נאר פאר זיין כיתה און דערנאך ווערן געטוישט די טישטיכער, וועלגער העלצלעך און איבעריגע זאכן פארוואס זאל דאס זיין א פראבלעם, די בעקעריי פארקויפט דאס נישט פאר אנדערע און זייער מעל איז ווייטער שמירה משעת קצירה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » מאנטאג מארטש 30, 2009 11:30 am

שאץ'ל שכויח שיין אראפגעלייגט, בנוגע די רש"י מעיל איז דא בעקעריי'ס וואס מען קען ביי זיי מאלן אין דורט אוועק לייגן די מעל אין א קאנטענער צוגעקלעבט מיט א חתימה, אז קיינער זאל עס נישט אנרירן.
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » מאנטאג מארטש 30, 2009 1:17 pm

רב שאץ, א הערליך ארטיקל, שטארק הנאה געהאט.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג מארטש 30, 2009 3:21 pm

הערליך שיין אראפגעלייגט, די געלט פאר די היי יעריגע מצות וועט זיך גרינגער געבן ווי פאריאר.

שכוח שאץ מאץ.

צייטליך, איך האב קודם אזוי געקלערט ווי דיר, אבער פון די אנדערע זייט, די אלע זאכן טוישט מען טאקע, אבער עס איז דאך פארהאן אסאך זאכן וואס ווערן נשיט געטוישט, די כלים ווי די מעיל ווערט געהאלטן, די כלים ווי די פארטיגע מצות ווערט געהאלטן.

אמינה
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 1:44 pm

תגובהדורך אמינה » מאנטאג מארטש 30, 2009 4:32 pm

באמת שיין געווען

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 30, 2009 5:34 pm

יישר כח שאץ מאץ, א הערליכע באשרייבונג.

גראדע טוען מיר יעצט די פינגער און ביינער וויי פון די נעכטן-נאכטיגע מצות-באקן ביז שפעט ביינאכט. ב"ה אז מ'האט די זכיה צו שוויצן אביסל און ליידן יסורים של אהבה צוליב א הייליגע מצוה.

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » מאנטאג מארטש 30, 2009 6:22 pm

ס'שאדט נישט אביסל עקסערסייז...

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מארטש 30, 2009 7:00 pm

איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, די כלים וואו די מעל ווערט געהאלטן, ווייל מ'ברענגט די מעל אין אייגענע זעקלעך, און די קנעט שיסל גליט מען סייווי, די איינציגסטע פראבלעם וואס דו האסט איז דארט ווי מ'לייגט די מצות ווען ס'קומט ארויס פון אויבן, אבער די מחמירים האבן געווענליך אליין סחורה אדער פאפיר אויף וואס זיי לייגן עס אראפ.
די איינציגסטע זאך וואס מ'דארף ווען טאקע זאגן איז אז די מחמירים זאלן טאקע "מוזן" האבן א אייגענע פאפיר אדער האנטוך ווי צו לייגן זייערע מצות ווען ס'קומט ארויס פון אויבן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אפריל 03, 2009 11:44 am

ר' שאץ, דער ארטיקל, איז אזוי גוט ווי שטענדיג.

און איצטערט איין הערה'לע:
שאץ מאץ האט געשריבן:דער קנעטער, שטייט אויך אויף די פיס און ניצט אסאך כח, אנפאנג ווען מ'גיסט אריין די מעל אין וואסער מישט ער טאקע נאר זיינע פינגער'ס הין און צוריק ווי איך קיצל א בעבי, אבער נאך א האלבע מינוט לייגט ער ארויף זיין גאנצע כח מיט היפש פרעשור, ס'קומט אויס אז א קענטער קען מאכן א גוטע 7 – 8 מיירעס אין א אכצן מינוט, מיט אסאך כוח און פיזישע פרעשור, און דאס ברענט אויס אסאך ענערגיע,
.


די שווערסטע ארבעט פון דעם קנעטער איז דאס וואשן די הענט פון די טייג און דאס באקוקן דערנאך, די קנעטן אליין איז א חכמה ואינה מלאכה, ווער עס נוצט יא כח ביים קנעטן דער יכול'ט נישט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג אפריל 03, 2009 11:52 am

טענק יא מר' שאצי!

איך האב עס נאך נישט אדורך געליינט, ווייל ס'איז צי לאנג, איך מיין אז איינער וועט עס דארף'ן איבערשרייבען בקיצור ווייל ס'איז צו לאנג פאר די ביזי ערב פסח טעג,

ביי ביי
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » זונטאג אפריל 05, 2009 3:00 pm

טענקס שאץ

איך האב עס שוין יא אדורך געליינט, אין אדרבה ווי לענגער אלטס בעסער ווייל אין יעדעס ווארט ליגט אסאך.
אין סאיז נישט שייך קיין קיצור.
ווי וויעטינג פאר מאר....

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מאנטאג מארטש 15, 2010 5:51 pm

יישר כח שאץ'ל
טאקע פאראיעריגע ווייץ, אבער שאדט נישט...
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג מארטש 15, 2010 11:37 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:ראשית לויטן דעת תורה פון ר' הערשל מייזליש פון קול מבשר דארף מען זיך בכלל נישט אנעסן מיט מצות, ער טענה'ט אז ווען א מענטש עסט אנדערהאלבן מצה איז ווי 6 – 7 ברויט און דאס איז צו סאך סטארטש וואס איז בעצם ציקער ווייל ס'איז אסאך קארבס און דאס איז פיל מער וויפיל מ'עסט אגאנץ יאר און דאס איז דער גורם צו זיין הוגעריג עי' בהדרשות שלו בקול מבשר ותמצא נחת, ממילא דער וואס גלייכט אים צו פאלגן מוז לכתחילה נישט קויפן אזויפיל מצות,

אבער נאך אלעם, פון מצות, קארטאפעל, אייער, אפילו מיט שמאלץ ביינעזאם נעמט מען נישט צו קיין וואג, בדוק ומנוסה.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מאנטאג מארטש 28, 2011 7:09 pm

כ'מיין סישוין צייט ארויפצברענגען לכבוד יו"ט הבעל"ט.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט