בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 8:14 pm
דורך cano
אוי ביסטו אינטער געשאצט, איך מיין צו זאגען אנדערעיטעד,

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 10:26 am
דורך לעווי
הרב שאץ מאץ יר"ה

מה נאמר ומה נדבר, איך בין ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דיין בלעם ארטיקל, איך האב קיינמאל געלערנט דער סדרה מורא'דיג גוט ווייל אין קעמפ/קאנטרי לערנט מען נישט. אבער היי יאר האב איך עס איינמאל פאר אלעמאל גוט אדור געלערנט מיט אלע מפרשים, דא יעצט פאר אפאר מינוט צוריק.

יישר כח שאצי, מיר קוקן אלעמאל ארויס פאר דיינע ארטיקלן.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 4:40 pm
דורך פוילישער
שאץ, אן הערליכער ארבייט אראפגעלייגט.

זיך געפילט ווי איך ליין יעצט אן עדיטאדיעל אינעם "פתורה טיימס"...

פארעפענטליכט: שבת יולי 18, 2009 10:25 pm
דורך שאץ מאץ
כ'האב פונקט געלערנט (דעם שבת) די גמ' אין סנהדרין ווי עס שטייט די פרשה פון בלעם האב איך מיר געכאפט אז ס'איז ממש די וואכעדיגע סדרה ווי מ'האט געהרג'עט בלעם, עניני דיומא, האב איך אפיר געזוכט יגר'ס ארטיקל, האב איך גזעהן אז ער ציטירט שוין די גמ' אין סנהדרין, מיט אלע פרטים וואס נעמט ארום דעם מציאות פון בלעם, ע"כ לאמיר מאכן אביסל סדר וויאזוי די צייטונגען וואלטן געשריבן די פרשה.

מיטלענדישע וועלט צוטרייסטלט נאך טויט פון לאנג יעריגע נביא בלעם


מדין - אין א שווערע מלחמה געפעכט וואס האט אויסגעבראכן אינערהאלב מדין ווי אידן האבן אטאקירט די מדינים, צוליב פארשוועכן זייער הייליגן גלויבן, און אונטעשטעלן אומאראלישע שטיקלעך קעגן אידישע קינדער.
די אידן זענען געוועהן גאר סאפיסטיקירט, גראדע איז די צאל זעלנער געוועהן געציילט צו בלויז 12 טויזנט מאן, איין טויזנט פון אלע דיוויזיעס (שבטים) זיי האבן מיט געברענגט עטליכע גאר סודות'פולע מכשירים וועלכע האט מיסטעריש אנגעזייט א שרעק און א פאניק צווישן די מדינים,
בלעם וועלכע האט געוויילט אין די לעצטע טעג אין מדין האט אויך ארויס גענומען זיינע מיסטישע קונצן און געפלויגן אין די לופטן, אבער די כלי מכשרים פון די אידן האבן אים באוויזן אראפ צו ברענגען און דערמארדערט אויפן ארט.
בלעם איז געבוירן צו זיין טאטן בעור, פאר דריי און דרייסיג יאר צוריק, פון אנדערע קוועלער האבן מיר געהערט אז ער איז געבורין געווארן איבער 200 יאר צוריק (רש"י סנהדרין קו) נאר צוליב לעגאלע פראבלעמען האט ער זיך איינגעגעבן פאר בלויז 33 יאר, פון באהאלטענע קוועלר הערן מיר אז ער איז גאר דער זעלבע לבן הארמי, די שווער פון יעקב אבינו, (עיין יעקב)
נאך זייענדיג אין מצרים איז ער שוין געוועהן פון די מיניסטארן ווי ער האט שוין דאן ארויס געוויזן זיין שטארקע פיינטשאפט צו אידן מיטן געבן עיצות פאר פרעה וויאזוי צו פייניגן אידן,
היות ער איז געוועהן א בלינדער און א הונקעדיגע האט ער קיינמאל קיין געהעריגע שידוך נישט געקענט טרעפן, מאנכע האבן געזאגט ער ער האט געלעבט אין גוטן מיט איינע פון זיינע אייזלען במקום א פרוי, (גמ' שם)
נאך די אומגעלונגע אקציע פון בענטשט אנשטאט שעלטן אידן מיט די פערזענדליכע אויפזיכט פון בלק, איז דער נביא נאך אלץ געוועהן גרויסהאלטיג און שטאלצירט אז ער האט געמאכט אידן זינדיגן, און דערפאר איז ער געקומען שפעטער אפנעמען דאס געלט,
ביים אפנעמען האט אים אבער ערווארטעט א סופרייז, אז די אידישע קינדער האבן אים פארכאפט, און דערמארדערט,
קלוגע מענטשן האבן געזאגט, אז אויף אים זאגט זיך דאס ווערטל א בהמה איז געקומען בעטן הערנער האט מען אים אפגעשניטן די אויערן.... (גמ' שם סנהדרין)
.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 19, 2009 11:00 am
דורך שמאטע
חחחחחחחחחחחחחח :lol: :grin: ;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 19, 2009 12:11 pm
דורך קעכער
איי שאץ מאץ, פארוואס טוסטו אונז נישט מהנה זיין יעדע וואך מיט אזא שיינע באשרייבונג פון די פרשה!?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 10:17 am
דורך thefact
קעכער האט געשריבן:איי שאץ מאץ, פארוואס טוסטו אונז נישט מהנה זיין יעדע וואך מיט אזא שיינע באשרייבונג פון די פרשה!?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 11:31 am
דורך איך_הער
שאצ'ל, כ'זע אז דו קענסט שרייבן קורץ און גוט אויך.

זייער שיין, און יישר כח פארן מיך מאכן שמייכל'ן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 12:39 pm
דורך פארדינט
האב איך געלאכט ווען איך האב דאס געטראפן........!!!!!!!!
חחחחחחחחחחחחחחח ייווווו איז דאס גוט
שאץ, א_ווי בוסטו???

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 2:42 pm
דורך גראדער
יישר כח פארדינט פארן עס ארויפברענגען, (שאצ'ן האט שוין דער עולם ביז אהער באדאנקט, פעלט נישט אויס נאכאמאל... אבער צווישן מיר און דיר, ער דערציילט שיין...)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 3:35 pm
דורך פארדינט
האב איך שוין "פארדינט" מיין צווייטן שכח היינט....
שכח פארן שכח........

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 4:24 pm
דורך i follow
שכח פארדינט פארן ארויפברענגען
און א צווייטן שכח פארן לאזן וויסן אז די האסט עס ארויפגעברענגט
האסטו שוין פארדינט א טאטעל פון פיר שכח-ס היינט
וועל דיזערווט

און א עקסטרען שכח פאר שאץ מאץ האסט סהייסט הערליך
אפגעטייטש א שטיקל חומש רש"י

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 4:55 pm
דורך אייער_קיכל
יישר כוח ר' שאץ'ל מאץ'ל, עס איז גאר א שעהנער ארטיקל!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 5:02 pm
דורך צים פינטעל
ווער סוויל עס פרינטן

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2012 10:22 am
דורך derech eretz
ארויפגעברענגט לכבוד שבת בלק

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 11:42 am
דורך שלומי אמוני ישראל
שאץ מאץ האט געשריבן:בלעם איז געבוירן צו זיין טאטן בעור, פאר דריי און דרייסיג יאר צוריק, פון אנדערע קוועלער האבן מיר געהערט אז ער איז געבורין געווארן איבער 200 יאר צוריק (רש"י סנהדרין קו) נאר צוליב לעגאלע פראבלעמען האט ער זיך איינגעגעבן פאר בלויז 33 יאר, פון באהאלטענע קוועלר הערן מיר אז ער איז גאר דער זעלבע לבן הארמי, די שווער פון יעקב אבינו, (עיין יעקב)



א שיינער ארטיקל

פון אר"י הק' זאגט מען נאך אז ער איז געווען פיר און דרייסיג יאר אלט.

און ער איז געווען א גלגול פון לבן הארמי
ומיושב כל השיטות

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 12:45 pm
דורך פליגל
שאץ מאץ א גרויסן יישר כח פאר די ארבייט, איינס אין די וועלט.

איין הערה; אונקלוס רופט יענע שטאט "פתור" נישט "פתורה", די "ה" צום סוף איז אלס כל תיבה שצריכה למ"ד בתחילתה הטיל לה הכתוב ה"א בסופה.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 2:00 pm
דורך אויפריכטיג
פליגעל, איינער האט שוין בשעתו דערמאנט די הערה איבער "פתור".

שקויעך פארן ארויפברענגען.

און צו דיר שאצי מוז איך זאגן, יעדעס מאל איך ליין איבער דיינע ווערק האב איך פריש הנאה!

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 2:20 pm
דורך שנאפס
גרויס נאע געהאט, wי wאנט מאר

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2012 11:08 am
דורך ווינקל
נאכאמאל הנאה געהאט פון די שיינע מעשה.