איי בלעם! בלעם......

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

איי בלעם! בלעם......

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג יולי 07, 2008 5:43 pm

איי בלעם! בלעם......

נעבאך אזא מפלה....
א מפלה פאר בלעם, ממש ווי גאווענער שפיצער....

דער אלטער בלעם, נעבאך, אמאליגע צייטן האט זיך יעדער גערעכנט מיט זיינ'ס א ווארט, ביי יעדע געשעניש האט זיך א לאז געטון דער המון עם, צום שטעטל פתורה, הערן דעם וויכטיגן חוות דעת פונעם נביא בלעם,
דאס לעצטע מאל וואס דער נביא בלעם האט זיך געלאזט הערן, איז געוועהן בערך 38 יאר צוריק, ווען ס'האט זיך געהערט אין די וועלט מורא'דיגע קולות, עטליכע שעות נאכאנאנד, די גוים זענען ממש משוגע געווארן, געכאפט די הענט און פיס, געלאפן צום נביא, פלעגן מה זאת?, אפשר גייט קומען נאך א מבול?...

בלעם לאכט א גוטס, ער לאכט אויס זיינע פאנאטישע חסידים, וואס האבן מורא פון אפאר דינערן און בליצן, און בארואיג זיינע מענטש, עה ס'איז גארנישט, די אידן באקומען יעצט א תורה, און דאס איז א חלק פון די חגיגה, מ'האקט מ'קלאפט, ס'איז גארנישט..., ס'איז נישט קיין מבול, גייט'ס אהיים שלאפן....

אבער ווינדער איבער ווינדער, זייט יענעם טאג, זעהט מען מער נישט א נברא אריבער טרעטן זיין שוועל, אמאליגע צייטן האט דאס גאנצע שטעטל פתורה, געווירבלט מיט חסידי בלעם, מ'פלעגט זיי רופן די בילעם'יסטן, דאס גאנצע שטעטל האט געלעבט, אלע געשעפטן מיט די עקענאמיע איז געוועהן הויעך, עס האט זיך ממש געלוינט צו האבן א סטאר אין פתורה, ווייל די אלע בלעם'מיסטן, וואס זענען געקומען צום נביא זיך דורך רעדן וועגן זייערע חלומות, און בעטן א כישוף ישועה, האבן גלייכצייטיג איינגעקויפט אין פתורה,
אבער לעצטנ'ס איז געווארן א טויט שטילקייט אין שטעטל, דער נביא ארבעט עפעס נישט, מאנכע זאגן ער איז גאר אריין געפאלן אין דיפרעסיע, עד כדי כך אז ביי בלעם אין שטוב הונגערט מען ממש צו ברויט, ער רעדט כסדר פון מאכן געלט, (אם יתן לי מלא בית כסף וזהב), דאס גאנצע שטעטל פתורה איז כמעט אראפ פון די מאפע, די געשעפטן מאכן זיך צו איינס נאכן צווייטן, און בלעם זעלבסט דערמאנט זיך פון די אלטע גוטע צייטן, ווען יעדן טאג זענען געקומען מענטש נאך כישוף, און באצאלט געלט, איי מי יתן והי'.

אין א שיינעם טאג האט זיך צו בלעם'ס גרויסע ווינדער, אפגעשטעלט צוויי וועגענער (כלומר לימא'ס) מיט אפישל פליעטס, פון מואב און מדין, א דלעגאציע פון הויכע געשעצטע עלעמענטן, מיט א פערזענדליכע פארלאנג פון קעניג בלק, צו קומען שעלטן די אידן....., פשוט און גראד, שעלטן, די מיניסטארן האבן מרמז געוועהן אויפן דיפלאמאטישן אופן, אז ס'וועט זיך אים לוינען, און אנדערע ווערטער אז ער וועט שיין פארדינען דערביי, דער קעניג בלק האט מיט זיי מיטגעשיקט אייניגע קינדערישע כישוף שטיק, וואס ווער עס הייבט אן צו לערנען כישוף קען דאס פראטקצירן, כדי צו ווייזן אז ער איז אויך אין די כישוף ליין, (רש"י)

דער נביא איז געוועהן שיכור פאר גליק, דא זעהט ער נישט קיין מענטש פאר א רפואה, און דא קומען שוין עטליכע מענטשן מיט א דעלעגאציע, נישט סתם נאר פון די סאמע העכסטע דיפלאמאטן פון 2 מדינות, מיט געמישטע געפילן ער האט ממש נישט געהאט וואס צו ענפערן.

לרוב צערו זאגט ער זיי, זייט'ס מוחל, לייגט'ס ענק אנידער, שלאפט'ס דא, מארגן וועט מען מחליט זיין, צו מען גייט צו נישט, דא מוז מען באמערקן, אז אמאליגע צייטן ווען דער שטעטל איז געוועהן אויף א העכערע סטאנדארט, האט מען גערייניגט די גאסן, די הייזער, אבער אזויווי לעצטנ'ס איז אלעס געוועהן בתחתונה, זענען די גאסן און הייזער געוועהן שטארק נאכגעלאזט, די גאסן פול מיט מיסט, די בינען און מאסקיטאס האבן געטראפן א מקום ווי זיך צו דרייען, און דערפאר האבן די הויעך געשעצטע דיפלאמאטן נישט געקענט צומאכן א אויג יענע נאכט,

צופרי זענען זיי אויפגעשטאנען מיט מידע אויגן, צוביסן פון די נאכט קריכער'ס, בלעם האט דאך באקומען א באפעל פון אויבן אז ער זאל נישט גיין בשום אופן, האט ער זיך ארויס געדרייט אויף א דיפלאמאטישע אופן, כאילו דער פראבלעם איז מיט זיי, זאגנדיג אז זיין העכערע כח לאזט אים נישט פארן מיט אזעלכע קליינע שרים ווי זיי....., אפשר מיט גרעסערע דיפלאמאטן קען ער יא גיין.

די מדין'ישע דיפלאמאטן האבן גלייך באשלאסן אז דאס איז נישט קיין געשעפט פאר זיי, און גלייך געמאלדן פונעם אמבאסאדער אז פון זייער זייט, האקן זיי גענצליך אפ די באציאונגען מיט מואב, בנוגע דעם שעלטן פלאן, איבער די אידן פראבלעם, בכלל זענען מדין ומואב געוועהן שטארק אנגעשטרענגט איינער צום צווייטן, אבער דא האבן זיי געהאט א ב'שותף'סדיגע פראבלעם האבן זיי געמאכט דיפלאמאטישע פארהאנדלונגען,

דער מעלדונג פון די פאלאטישאן'ס האט דעגרייכט צו די אויערן פונעם קעניג בלק, אבער ער האט נישט אזוי שנעל אויפגעגעבן, און האט טאקע געשיקט גאר הויכע מיניסטארן קיין פתורה, זאלן איבער רעדן דעם נביא אז אפשר דאך זאל ער קומען לעזן דעם אידן פראבלעם, פאר סיי וועלכע פרייז, די מינסטארן האבן דעגרייכט דעם שטאט פתורה, שוין באלד ביים אנקומען איז די גאנצע שטאט געוועהן אויף רעדער, זענדיג די הויכע דיפלאמאטן, וואס קומען אהער צום נביא, אלע איינוואוינער האבן פראבירט צו זאגן א דמיון וואס די דיפלאמאטן פארהאנדלען מיט בלעם, איבעראל האט זיך געקופקעט, שוין לאנג נישט געוועהן אזוי לעבעדיג אינעם פארשלאפענעם שטעטל פתורה.

ווי פאריגע'ס מאל האט בלעם געגעבטן זיי זאלן איבערשלאפן, און צופרי איז געקומען די לאנג ערווארטע ענפערן, אז דער נביא איז מסכים צו קומען, דער נביא האט נישט פארציילט אז ער איז געווארן באווארנט אז ער זאל נישט רעדן פון זיך אליין, נאר ער מוז רעדן בלויז וואס מ'וועט אים הייסן פון אויבן,

בלעם איז געוועהן אזוי צוהיצט און פריילעך, אזש ער האט נישט געקענט שלאפן יענע נאכט, שוין באלד פארטאג'ס איז ער אריין אין גאראדש צוגרייטן דעם אייזל, מיט וואס ער וועט פארן, די דיפלאמאטן שטייען אויף פון שלאף, נאך פאר וואס ווען ווי, יאגט זיי בלעם שנעל שנעל מ'דארף שוין גיין, אבער שוין, דא איז דער חרון אף געווארן שטארק איבער בלעם, פון הימל האט מען געהאט טענות צו בלעם, וואס איז די געיעג?, ווי אהין לויפסטו אזוי שנעל?

אונטערוועגנס ווייסן דאך אלע, דער נביא האט זיך פארשטעפעט מיט זיין אייזל, געשלאגן דעם אייזל ווי א מטורף, דאס האט שטארק אראפ געברענגט זיין אימעדש קעגן די דיפלאמאטן פון מואב, זיי האבן נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, צו וואס דער נביא שלאגט, און כאפט א שמיס מיטן אייזל, זיי האבן צווישן זיך געטראכט אז די אלע שמועות אז דער נביא איז אין דיפרעסיע, איז וואר.
(עי' אין אונזער פי' אויף פרקי אבות פרק ה', פי האתון, אז פון ששת ימי בראשית האט הקב"ה צוגעגרייט דעם פי האתון, צוריק צו האלטן בלעם רעדן שלעכט'ס, עיי"ש)

אנקומעדיג צום ציל, האבן שוין די דיפלאמאטן פארציילט פארן קעניג אז דער נביא איז אביסל... גאגא, ער האט זיך פארשטעפעט מיטן אייזל, ס'איז נישט אזוי איי איי יי...., אבער דער קעניג קימערט נישט, זיין ברענדיגן שנאה צום אידן פראבלעם פארדעקט אלעס, ער נעמט אויף דעם נביא מיט גרויס כבוד, און מיט דיפלאמאטיע האלט ער פאטר דעם נביא, צו וואס ער איז נישט געקומען פריער, ביים ערשטן מאל רופן, אבער דער נביא זאגט אז די העכערע כוחות לאזן נישט אלץ קומען, דאן האבן זיי זיך ארויס געלאזט אויף א געמיטליכע שפאציר, דער קעניג גיבט דעם נביא א גאנצע טור ארום די שטעט, ווי מ'קען זעהן א ביסל פון די אידישע הייזער, כאפן א בליק און האבן א השגה וואס דא טיצעך....

דא הייבט שוין דער נביא אן מיט זיינע שטיקעס, ער הייסט בויען מציבות, קרבנות, מ'שעכט, מ'פרעדיגט, מ'שעפשעט, מאכט העווייעס, פליט אין די הימלען, דער קעניג שטייט מיט אפענע אויגן, אנגעשפיצטע אויערן, די הענט פון אונטן, די פיס גלייך, די קאפ אויף ארויף, אט גייט שוין קומען די מעכטיגע געשעלטעכס....

איינס, צוויי, דריי....... מה אקוב.... כי מראש צורים.....

ס'איז ביטער דער מצב, אפשר איז דאס ווייל דער פלאץ טויג נישט דא, דא איז א פלאץ פון ברכות, לאמיר גיין עגעץ אנדערטש, שלאט דער קעניג פאר, דער נביא איז מסכים, ער איז אויך היבש צוחוש'ט פון די גוטע ברכות זיינע, מ'גייט ערגעץ אנדערשט פראבירט מיט די זעלבע שטיקעס, די זעלבע מעשה, ברכות אנשטאט קללות,
מה טובו אהליך יעקב....

דער נביא פראבירט זיך צו פארענטפערן, מיט תירוצים שונים ומשונים, אז ס'האט נישט מיט אים, דאס זענען די מזלות מיט די כוחות, און מ'שיקט אים פון הימל אט די ווערטער, ער אליין זאגט נישט גארנישט, און פארן קעניג אליין ווערט אויך קאלאמוטנע אויפן הארץ, ווייל וואס ער פראבירט צו טון גייט קאפויער, און אלעס גייט מיט קאפ אראפ, באין ברירה געזעגנט ער זיך פונעם נביא מיט א שווער הארץ, און מיט טרערן אין די אויגן, בעט אים דער קעניג א עיצה צום אידן פראבלעם, אויב שעלטן נישט, וואס יא?,

דער נביא דער שונא ישראל להרע, ווייסט ווי צו לייגן א פאסטאקע, ווי מ'קען אנרייצן אידן מיט נסיונות, מיט ריאות אסורות, התבוללות, מלובש אין הנאת עוה"ז, דער נביא פארט אהיים מיט ליידיגע הענט, דער קעניג בלק איז אזוי אנגעווייטאטגט, אז אפילו די שפעזן האט ער נישט געגעבן פאר בלעם...., עס איז מסתבר צו זאגן, אז בלעם האט געמוזט קויפן א נייע אייזל אהייים צו פארן, ווייל מיטן לאנג יעריגן גבאי-אייזל, האט ער זיך מיאוס צוקריגט אויפ וועג אהער, און געהאט א שווערע ווערטער אויסטויש.....

און ליידער מעשה שטן הצליח, ס'האט זיך נעבאך נישט גוט אויסגעלאזט, די שלעכטע עיצות פון בלעם, האט ליידער געווירקט, און בני ישראל זענען אריין געפאלן אין נעץ, פון בלעם, עד כדי כך, אז א נשיא האט זיך פארגליסט חתונה צו האבן מיט איינע פון זיי, ביז פנחס קנאה, האט מיט גרויס גבורה און העלדישקייט, אפגעשטילט דעם גרויסן פייער, און אפגעשטילט צווישן אידן דעם גרויסן עקסטאז, וואס זיי האבן געהאט צו די בנות מדין, און צוליב זיין קנאות האט ער משתיק געוועהן דעם חרון אף, און אידן האבן אויףגעהערט צו שטארבן.

בלעם וואס איז שוין יעצט געוועהן אין א דאפלטע דיפרעסיע, בנוסף צו זיין אויסגעשפילטקייט פון פריער, איז יעצט געוועהן אסאך מער צובראכן, אז ער האט דא פארשפילט אזא גאלדענע געלעגנהייט, ווען ער האט געהאט די מעגליכקייט צו ווערן א עושר כל ימי חייו, האט אים דער מלך בלק פארשיקט מיט בזיונות, אבער לעצטנס באקומט ער שוין יא גוטע גריסן, די שטאטישע מידיע ברענגט נייעס, אז די אידן זענען געווארן אין גוטן מיט די שכנים, און ס'האט אויסגעבראכן א מגיפה צווישן די אידן, אז איבער 20 טויזנט אידן זענען געשטראבן ר"ל, בלעם איז געווארן משוגע פאר א וויילע, געשפרינגען אין די לופטן, ווי א מטורף, ענדליך זעהט מען שוין עפעס פירות און תוצאות פון זיינע וויסטע פלענער, אבער גלייך דערנאך פאלט ער צוריק מיט א צארן, פרעגנדיג צו זיך אליין (נאר צו זיך, קיין אנדרער איז נישט דארט געוועהן), פארוואס האט מען פארגעסן פון אים?, אים קומט דאך עפעס שכר פאר אזא עסק.

ער קלערט נישט קיין סאך, כאפט דעם אייזעלע (די נייע, ווייל מיטן אלטן האט ער שוין געהאט א שלעכטע עקספיריענס) מ'רייזט אפ קיין מואב, אפנעמען א מתנת יד, פאר די קלוגע עיצה, פון מכשיל זיין אידן, בלעם האט נישט געוויסט איז במשך הימים האבן זיך אפגעשפילט ענרסטע געשענישן דארט ביי די גרעניצן פון מדין – מואב, כלל ישראל האט ארויס געשיקט א מיליטער פון 12 טויזנט מאן, מיט כלי קודש, פירן קריג קעגן די מדינים, צוליב זייער שעדליכע אטאקעס אויף אידן, די אידן האבן מיט זייער הייליגן כח באזיגט איינס צוויי די מדינים, און גענומען א גרויסן רויב, מיט א גרויס פארמעגן,

אינמיטן קריג איז בלעם אנגעקומען, גלייך ביים אנקום האט ער שוין געזעהן אז ס'איז צרות, די איינוואוינער האבן אים געהייסן גיין צו די 5 קעניג זיך צו באשיצן לעבן זיי, ווי נאר בלעם קומט אן, זענען זיי ארויף געפאלן אויף בלעם, מיט א בהלה און פארלוירנקייט, וויינענדיג פאר עיצה, ווייל די בני ישראל זענען שוין זייער נאנט, ס'קוקט אויס ווי נאר א קורצע צייטן גייען זיי ווערן געכאפט, בלעם זאגט, נאו פראבלעם, יעדער כאפט זיך אן אין מיר, און זאגט..... אוקעס פאקעס טשירי בירי באם......,
און ויסעו, אלע קעניגן פליען אין די לופטן, ווי פויגל, די אידן ריקן זיך שוין נענטער, זיי זענען שוין אונטער די קעניג מיט בלעם, זיי קוקן ארויף און זעהן ווי די חברה פליען אין די ליפטן מיט די פייגל צוזאמען, וויאזוי ברענגט מען זיי אראפ?,
דער הייליגער כהן אלעזר נעמט ארויס דעם ציץ, מיטן שם דער קודש קדשים, מיט א שנעלע שאקל קעגן די אויגן פון די מלכים, ווי נאר די מלכים האבן געזעהן דעם הייליקייט, זענען זיי מיט א ווילדן שנעלקייט אראפ געפלויגן, פליענדיג אראפ האבן זייערע שווערדן זיך ארויס געריקט פון פלאץ, אזוי אז ביים טראסק אראפ האבן זיי זיך צושטאכן אינעם שווערד, און געפגר'ט,
איין איינציגער איז געבליבן לעבן, אפילו נאכן פאלן, דאס איז דער נביא בלעם, דער ארכיטעקט פון די שלעכטע פלענער, ווי נאר ער איז אראפ געפאלן, האבן זיך די אידן מיט א הייליגע נקמה א לאז געטאן צו דעם צאפלדיגער בלעם, גענומען א שווערד און דער'הרג'ט.....

כן יאבדו כל איביך ד'.......

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג יולי 07, 2008 5:50 pm

פרינטער, פרינט!!!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 07, 2008 5:53 pm

שוין אסאך מאל געלערנט די מעשה,
אבער אזוי וויא דער יונגערמאן,,,,

הערליך!
שאץ-מאץ
the SCY is the limit

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 07, 2008 5:57 pm

WOW, יגר'ל, האסט א קאמפאט מיט אישן.

בלעם, כ'מיין שאצ'ל, גוט געלערענט, כעדער שיקן א צעטל פאר דיין רבי, אז דו האסט גוט געקענט.

נהניתי, יישר כח.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 07, 2008 6:13 pm

WOW!!!

איך האב נישט די ווערטער דעראויף, שאץ'ל, די האסט מיך שוין סורפרייזט עטליכע מאל און יעצט איז עס געגאנגען צו א העכערן שטאפל.

די מעשה איז אראפגעלייגט מיט הערליכע פארבן באגלייט מיט א אויסקוק פון די היינטיגע וועלט, געפלאכטן מיט מאמרי חז"ל. הערליך!

יגר'ל, עעעממממ.. אקעי, איך הער האט עס שוין געזאגט, ווייסטע וואס איך וועל שוין גארנישט זאגן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג יולי 07, 2008 6:16 pm

א גרויסן יישר כח הרב שאץ, איך האב זייער הנאה געהאט.

יגר, איך האף אז ס'וועט זיין קנאת סופרים תרבה חחחכ('ס)מה.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 07, 2008 6:19 pm

זיכער אז שאץ_מאץ און יגר זענען נישט דער זעלבער מיט צוויי ניקס?
the SCY is the limit

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יולי 07, 2008 6:39 pm

הרב ש"ץ מו"ץ,

איר זענט א מין גאגא, איר האט אראפגעלייגט אן ארבעט ווערט פילע פון די גרינע, מיט מלח און תבלין, בשעת'ן ליינען האב איך געקלערט אלע קאמענטארן וואס אלע מגיבים דא האבן קאמפלעמענטירט.

דזאב וועל דאן, יישר כח.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג יולי 07, 2008 6:47 pm

אריין אין בית המדרש, אוואו פונקטליך אין ידיעות התורה אדער אין מדי שבת בשבתו זאלן די מנהלים באשליסן.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מאנטאג יולי 07, 2008 7:06 pm

שיץ אריין אינעם... ווי? זוי ווי בגתן זאגט: אין תורה אשכול...
געוואלדיג שיין געפלאכטן מאמרים, זיסליכע רעיונות. שכח! א נחת געוועזן צו ליינען.

יגר; איצטעט מאך מיר נאר קלאר די ווערטער וואס דער בלעם האט געשאלטן, זעה נאר אריינצופארבן דיינע זיסע כוריזמע.

נאר אזוי, זאל זיך גיסן אשכולות.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 07, 2008 8:24 pm

איך האלט אז רבי יגר איז געפארן אויף וואקאציע און ער האט געשטעלט א סאבסיטוט! און זייער א גוטע סאבסיטוט גראדע...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 07, 2008 11:28 pm

צוויי שאץ-מאץ ארטיקלן אין איין טאג? רבונו של עולם, אזוי שטארק האסטו ליב די קרעטשמעריסטן?

איבריג צו זאגן אז איך האב געקוואלן פון יעדע איינציגע ווארט פון דעם הספד אויפן פארשאלטענעם היימלאזן-שעלטער מר. בלעם, וואס ווי שוין ארומגערעדט אין קרעטשמע בימים ההם איז ער אדער א זוהן פון לבן געווען, אדער גאר לבן זעלבסט.

ר' שמחה האט עס שטארק ארויסגעברענגט: ווי דער יונגערמאן דערציילט די מעשה, האבן מיר דאס נאכנישט געהערט!

2 קליינע הערות: בתוך הדברים ברענגסטו 2 מאל ארויס אז פילייכט האט ער זיך פארשאפט א נייעם אייזל ווייל ער האט זיך שארף צוקריגט מיטן אלטן. רש"י הקדוש ברענגט אבער קלאר פון חז"ל אז דער מלאך האט גע'הרג'ט דעם ערשטן אייזל כדי נישט צו פארשעמען בלעם'ן, עיין שם.

די צווייטע הערה: זיין שטעטל האט געהייסן פתור, פתורה באדייט "צו פתור" (דאס האט מיר שוין "ליפא" מעורר געווען פאריגן שבת ביי מנחה).

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » דינסטאג יולי 08, 2008 1:05 am

WOW און די וואכעדיגע (וועלכע????) סדרה שטייט,ניבא ואינו יודע מה.......
האביך ענק שוין היינט געזאגט אז ער קען נאך זאכן אויך? יגר, זעה דיך צו באפלייסן, אונז געב מיר נישט אויף דיין שיעור.
אבער ש"ץ, ביסט מעכטיג, ווי עס קוקט יעצט אויס, נאך סאך מער ווי מעכטיג, געמיינט האבמער אז אונז ווייסמער וואס מיר פארמאגן,
וואס?ווי?ווען? א נעכטיגן טאג......
ש"ץ ביז שמחת תורה קען מען נאך משלים זיין, זעה משלים צו זיין ביז אהער.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג יולי 08, 2008 10:11 am

שוץץץץץץץץץץץץץץץץץץץץץץץץץץץ.. וואס האסטו מיר דא געטון?? ווייסט נישט אז די וואך שעלט מען? דו ווילסט צוויי אזעלכע קניפעלעך אין די בעקעלעך זאלסט נישט וויסן צו מתוך אהבה צו פארקערט?

ווי האט עשו געשריגן: הברכה אחת לך אבי? אייעם שסאטר אז בלעם האט אויך געלאזט עפעס פאר מיר, אבער וואס?? רבוש"ע וואס גייט מען יעצט טון?

פארשטייסט שאץ מאץ: יעצט ווען ס'איז דא א אינטערעסאנטע מעשה אין די סדרה ביסטו דא, ווי ביסטו געווען ביי די פרה אדומה, צו פרשת תרומה און תצוה הא?

איין עצה האב איך נאר קעגן דיר, איך וועל מוזן שרייבן מיין סדרה זונטאג!

-

ישר כח שאץ, יעצט איינמאל שפיר איך ווי געשמאק ס'איז צו ליינען א סדרה געמישט מיט חז"ל און אויפן היינטיגן סטאנדאר. זאל דיר צו וואויל באקומען, נאר אזוי, יזל מים מדליו ס'זאל זיך גיסן פשטים אז די קרעטשמע איינוואוינער'ס זאלן צוגיין, און ווער ס'ליינט נישט די קרעטשמע וועט וויסן צו זאגן: איך קען נאכנישט די פרשה ווייל איך האב נישט קיין אינטערנעט..!

נעקסט פליז.. קאמפעטישאן איז גוט פאר די קאסטומער'ס זאגט אן אלטע ווערטל.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג יולי 08, 2008 12:46 pm

ווער געדענקט אז אין פאריגע וואכעדיגע סדרה שטייט אז ישיר ישראל, אוי ווי דאס ווערט דא מקויים יגר'ל האט צו זינגען און צו זאגען.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג יולי 08, 2008 2:31 pm

יגר'ל תרומה און תצוה, האבעך אפילו נישט געוויסט אז ס'עקזיסטירט אזא ווינקל ווי דער קרעטשמע,
נאר ווען וויכטיג מאכער האט מיר אריין געשלעפט אהער,
מקיים צו זיין דעם משכיהו לביהמ"ד, בין איך אריין געקומען, און איך טריי מיין בעסט,
אפשר וועט דער תרומה תצוה אויך האבן א ביאור,, קומענדיג צו יענע סדרות....
יגר'ל אדרבה! לאמיר ארבעטן צוזאמען.....
(דא ווערן שוין די שפעקעלאציע'ס צומישט, ס'איז איינער אדער ?2, יגר מיט שץ זענען איין מענטש אדער נישט?......)

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג יולי 08, 2008 2:44 pm

שאץ'ל תרומה און תצוה האבן אפי' נישט געוואוסט אז ס'עקזיסטירט אזא ווינקל ווי דער קרעטשמע,
נאר ווען קרעמער האט מיר אריין געשלעפט אהער,
מקיים צו זיין דעם עם עקש תתפתל, בין איך אריין געקומען, און איך טריי מיין בעסט,
אפשר וועט דער מר. בלק און מר. מטות'ל אויך האבן א ביאור,, קומענדיג צו יענע סדרות....
שאצ'ל אדרבה! לאמיר ארבעטן צוזאמען.....
(דא ווערן שוין די שפעקעלאציע'ס זייער שטארק צומישט, ס'איז איינער אדער ?2, יגר מיט שץ זענען איין מענטש אדער נישט?......)

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג יולי 08, 2008 3:12 pm

חחחחחחח הא הא,
יגר'ל די מאכסט מיר לאכן, ס'איז אבער גוט....

(האסט שוין געהערט א מענטש לאכט צו זיך אליין?......)

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג יולי 08, 2008 4:12 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:חחחחחחח הא הא,
יגר'ל די מאכסט מיר לאכן, ס'איז אבער גוט....

(האסט שוין געהערט א מענטש לאכט צו זיך אליין?......)


עס איז נישט אליין, איך לאכט מיט, מיט ענק (דיר).
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יולי 08, 2008 6:20 pm

יעצט געלערנט דיין סדרה יגר. שיין איז נישט דאס ווארט!


פונעם 'ויגר' מואב האסטו אינגאנצן נישט גערעדט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25364
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 08, 2008 6:29 pm

זייער שיין הרב משאץ, ירבו כמותך בגבולונו.

יגר,
ווי דערמאנט פארנעמען מיר צוויי א וואך אויך, איך בין נישט מוותר אויף היי-וואכעדיגע פי' סהדותא

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 08, 2008 7:30 pm

שוועמל האט געשריבן:יעצט געלערנט דיין סדרה יגר. שיין איז נישט דאס ווארט!


פונעם 'ויגר' מואב האסטו אינגאנצן נישט גערעדט?

א שגגה שיצאה מפי שוועמל, וואס קען בעקיפין גענוצט ווערן דורך שאץ-מאץ אלס קאמפלימענט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 09, 2008 10:24 am

קרעמ,
ס'האט מיר גענומען א וויילע צו כאפן.... וואס דו ווילסט.

אוי שאצ'ל דו פארדרייסט מיר א קאפ דא.. איך ווייס נישט דו צי יגר'ל.


עניוועי יגר, פלאחק ארויס דיינע סחורה די וואך, עס קוקט אויס פאן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג יולי 13, 2008 2:36 am

א וויכטיגע נקודה בנוגע די אויסערן פאליטיק צווישן מאוב און מדין:
דער מאבים האבן באשלאסן אז פאר זייער הצלחה קעגן אידן, דארף מען אויפנעמען א מדיני, ווייל לויט זייער אינפארמאציע איז משה רבינו געוועהן א מדין'י ווען ער האט פארברענגט עטליכע יאר אין מדין, און דערפאר האבן זיי גענומען א מדינישע פירער, וואס דאס איז געוועהן דער וואפן שטילשטאנד צוויישן מאוב און מדין,
למעשה ווען בלעם האט נביאות געזאגט אז די אידן וועלן נישט טשעפענען מואב, האבן די מאבים באשלאסן אז דער בלק איז אינגאנצן איבריג, און מ'דארף מער נישט קיין מדינישע פירער, האבן זיי משלח געוועהן דעם בלק מיט בזיונות, און די שטימונג צווישן מואב און מדין איז ווייטער געווארן געשפאנט.....
(עפ"י הוהחה"ק בראשית הפרשה ובסוף)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יולי 13, 2008 5:14 pm

שוין העמער נישט פלעין ארויסלאזן דעם בלעם.. כ'מיין ארטיקל פון שאצי, וועגן בלעם.

שוין ס'דריטע וואס כ'ליין היינט פון עם, און יעצט ווען כ'גיי שלח'ן, קען שוין זיין א פערטע.

שאצי דיינע ארטיקלען זענען עפעס אויסערגעווענדליך.

ביידעוועי, בלעם איז נישט געווען אויף די ליסט פון מענטשן וואס דו גייסט שרייבן טאג-בוכער, דעיס איז שוין עקסטערע ספעשעל!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט