ויהי רעב בארץ אמעריקע

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

א הונגער? א מאנגל? אין אמעריקע?! מאכט נישט קיין סענס. הונגער און אמעריקע גייט נישט אינאיינעם אינעם זעלבן פאראגראף!

די לאנד וואס איז געבענטשט מיט שפע. אלעס איז דא צו באקומען. תיכף ומיד, אינסטענט אויף די מינוט! און אז נישט וועט מען ארלעדיגן עס זאל זיין צו באקומען. אימפארטירן פון ארום די וועלט איז פון די טאג-טעגליכע זאכן וואס פאסירן. וואס אימער איר זאלט נאר נישט חלומ'ען וועט איר האבן צו די האנט, ע"פ רוב דעליווערט צום טיר ווי מן ביי די צדיקים אין מדבר, מיט א בלויזן פאון קאל אדער קליק מיט עטליכע קנעפלעך. מיר זענען סאפיסטיקירט און פארגעשריטן, ממש ווי אין 2021... מיר קענען סייענס, מיר קענען מאניפיולירן די וועלט ווי אזוי מיר ווילן, מיר זענען מעכטיג און רייך, א סופער פאוער, א קאפיטאליסטישע לאנד, מיר דארפן זיך קיינמאל נישט זארגן אויף הונגער וכדומה...

הונגער? מאנגל? דאס זענען דריטע-וועלט-לענדער אויסדרוקן. מיר קענען רעדן דערוועגן היינט ביי סאפער, ווילסט ארויסקומען? איך האב ליב די רעסטוראנט ביי די דריטע גאס, זיי האבן די בעסטע סטעיק, פערפעקטלי געגרילט, מיט א ספעציעלע היימישע סאוס, א גוטע וויין דערנעבן, און אלעס אין עכטע דישעס. דארטן וועלן מיר רעדן און אויסשמועסן די הונגער אין אפריקע, אינדיע, סיריע, תימן, און נאך...

אבער השי"ת, דער רם על כל גויים, וואס שאקלט יעצט העפטיג וועלטן אזש מ'דארף זיין בלינד דאס נישט צו זען, איז גרעסער און שטערקער! מיט א קליינעם אומזעהבארן וויירוס'ל מאכט ער פאטאש פון אמעריקע, און פלוצלינג איז מער נישטא צו באקומען פשוט'ע זאכן ווי טוילעט פאפיר, האנט סעניטייזער...

אביסל שפעטער שטעלט מען אפ די פראדוקציע פון קאצקע צוקער... אוי ואבוי, ווי אזוי וועלן מיר טרינקען די קאווע אינדערפרי? דא אין אמעריקע זאל מען נישט קענען באקומען א שטיקל פשוט'ע קאצקע צוקער?!

צעביסלעך הערט מען אז די פרייז פון האלץ הייבט זיך עד לב השמים. טויזענטער קאנסטרוקציע ארבעטער זענען פארלוירן, טויזענטער מענטשן וואס האבן מיט עקסייטמענט אנגעהויבן בויען הייזער טרעפן זיך מיט א מאנגל אין האלץ, און מען לייגט אלע פלענער אויף PAUSE... לויט די בעסטע שאצונגען, וועט נעמען יארן זיך צוריקצוכאפן צו א נארמאלע פרייז! (אויך א באבל וואס השי"ת האט צושטערט פון איין מינוט אויפן צווייטן...)

דערנאך הערט מען אז עס איז דא א שרעקליכע מאנגל אין קאמפיוטער טשיפס! דאס רוקט ארויף פרייזן פאר קאמפיוטערס, עס הערשט א מאנגל אין פרינטערס, און בעיקר קלאפט עס אויס אויף די אויטא אינדערסטרי. כהיום האט יעדע קאר אין זיך לכה"פ עטליכע דאזען טשיפס, און אנדערע גאר צווישן 100-150 טשיפס א באזונדערע טשיפ פאר יעדע פונקציע! און דער עולם גייט געבראכן, עס ווערט א מאנגל אין קארס, די פרייזן טאנצן ארויף צווישן 3,000-10,000$ איבער סטיקער פרייז, און עולם גולם צאלט ווי טאטעלעך ווייל קיין אנדערע ברירה איז נישטא!

אינפלאציע שטייגט, מענטשן קענען נישט עפפארדן צו קויפן געהעריגע ברויט אויפן טיש, די רעגירונג באשליסט צו העכערן די פוד סטעמפס פאר די ארימע שיכטן....

א מעכטיגע לאנד גייט כאדאראם, מיר האבן די בעסטע שפיטעלער אין די וועלט, און מען קען נישט דערשטרייטן די פארלאנג פון קראנקע, מענטשן שטארבן אין די עמורזשענסי צימערן נישט ווייניגער ווי אין אינדיע...

אימפארטירן פראדוקטן גייט גענצליך ארויס פון קאנטראל, די פרייזן שטייגן נאכאנאנד, די צייט פונעם שיקן ביז'ן אנקומען ווערט פארלענגערט, שיפן און עראפלאנען כמעט נישט עוועילעבל, "מעיד אין טשיינע" איז מער גארנישט אזא גליק! אפעקטירנדיג מיליאנען פרנסות, אינקלודינג טויזענטער פרנסות פון היימישע אידן.

מען האט פארט געמיינט אז למעשה קען מען נאך אימפארטירן רוב פראדוקטן, איז געקומען טשיינע און אפגעשפארט אירע גרויסע פארטן, אין יוצא ואין בא, וויפיל קאמפאניס ווארטן פאר זייערע זאכן אויף די ימים טובים הבעל"ט, און להבדיל די גויים פאר זייערע סוף יאר חגאות, אלעס איז געבליבן איינגעשפארט עד יעבור זעם...

און אגב, איז די מעכטיגע אמעריקע ווידער פארשעמט געווארן פאר די וועלט מיט די אומבאלומפערטע ווירטשאפט אין אפגאניסטאן. ביידן אראפ ביידן ארויף, ס'איז אלץ דער יד ה'. לב מלכים ושרים ביד ה'. מיר אידן טארן זיך נישט נעמען צום הארצן פון די גאנצע געשעפט, און אז "אונזערע" וואפן זענען אריינגעפאלן צו די טאליבאנער (אונזערע? אונז האבן גארנישט מיט אמעריקע! מיר זענען גרים, ווארטנדיג אונטערוועגנס צוריקצוגיין צו אונזער לאנד מיט משיח צדקנו בקרוב). סייווי גייט שוין נישט לאנג געדויערן ביז די גאולה איז דא, די אלע סימנים פון חז"ל איז שוין WAY אווערדוא, די וועלט פאלט צוזאם ברוחניות ובגשמיות, אלזא וועמען אינטרעסירט אז די טאליבאנער האבן פאר געציילטע טעג אדער שעות אמעריקאנער עראפלאנען?

אמעריקע איז מער נישט די אמאליגע אמעריקע. לאמיר נישט אזוי ליגן אין די פאליטיק. סיי די רעפובליקאנער און סיי די דעמאקראטן (עכ"פ רוב פון זיי) האבן זיך דערקייקלט צו נידריגע שטופעס, ווי אידן ווילן נישט זיין און ניטאמאל הערן דערפון. לכבוד עצמם הם דורשין. זיי מיינען נישט די טובה פון די לאנד, נאר אייגענע נגיעות. פארדארבענע מידות. שלעכטע נאטורן. די ראשי עם אמעריקע ווערן געכאפט ביי דאס נידריגסטע, און מיר זענען זייערע פענס?

מיר האבן נאך א קורצע צייט אין גלות, לאמיר אריינכאפן ווילאנג מ'קען, און טון צו דער זאך! לערנען תורה און הייליגע ספרים, זיך מחזק זיין מיט די אמונה טהורה, ארבעטן אויף אהבת ישראל און אהבת חנם און זיך נישט קריגן, מחזק זיין אנדערע אידן און אקצעפטירן אפילו זיי האבן נישט די זעלבע היט ווי מיר ודי. זיך גרייטן צו די הייליגע ימים נוראים, און בעיקר צו דעם יום ה' הגדול והנורא, ווען וועלט וועט ווערן וועלט און מיר וועלן לאכן פון די היינטיגע אטמאספערע, אז ימלא שחוק פינו.

צום שלוס: יא, אמעריקע איז מער נישט די אמאליגע אמעריקע. כינע נעמט איבער געוויסע שטארקקייטן צוביסלעך, רוסלאנד איז אויך נישט אונטערשטעליג, צי אין מיליטער און וואפן וכו', נישטא מער וואס צו זיין עקסייטעד אדער זיך האלטן בגאוה אז "איך בין אן אמעריקאנער". איך בין א איד, איך באלאנג פאר'ן רבש"ע, אפגעזען אין וועלכע מדינה איך וואוין.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יישר כח אייך. פפין געזאגט וואויל געזאגט.

איין זאך, אמעריקא איז געהעריג די אלטע אמעריקא, אייביג געליטן דורכפאלן (וויעטנאם יוכיח..), און אויך זיגן..

אבער דאס'ז אמאל זיכער: מיר זענען טאקע נאר גרים, אמעריקא איז נישט אונזערס. אבער הוי דורש בשלום העיר און מיר מוזן זיך זארגן פארן וואוילזיין פון דאס לאנד וואו מיר וואוינען.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

;l;p-
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

פיין
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Wow ר דניאל מאסיוו!!!
סאיז מיר אסאך רואיגער יעצט....
סאיז גוט צו הערן אמאל דעם אמת, און זיך א שטיקל שאקל טון
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

שטארקע נקודה!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

זייער זייער שטארק און ריכטיג!
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

פליגל האט געשריבן:אבער הוי דורש בשלום העיר און מיר מוזן זיך זארגן פארן וואוילזיין פון דאס לאנד וואו מיר וואוינען.

אמת, אבער וואס כ'מיין ארויסצוברענגען אז די (פאלשע) פארזיכערונג וואס מיר האבן געהאט איז מיר זענען אין אמעריטשקע מיר האבן נישט די דריטע וועלט פראבלעמען, דאס ווערט שרעקעדיג צונישט, דער באשעפער ווייזט אונז אז מיט איין בלאז מאכט ער די מעכטיגע אמעריקע צו שאנד און צו שפאט, און אפילו פשוטע פראדוקטן קען זיין א מאנגל! אדער מעדעצינען (ווענטלעיטארס)! וכדומה.

ואין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. סיריעסלי.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:אבער הוי דורש בשלום העיר און מיר מוזן זיך זארגן פארן וואוילזיין פון דאס לאנד וואו מיר וואוינען.

אמת, אבער וואס כ'מיין ארויסצוברענגען אז די (פאלשע) פארזיכערונג וואס מיר האבן געהאט איז מיר זענען אין אמעריטשקע מיר האבן נישט די דריטע וועלט פראבלעמען, דאס ווערט שרעקעדיג צונישט, דער באשעפער ווייזט אונז אז מיט איין בלאז מאכט ער די מעכטיגע אמעריקע צו שאנד און צו שפאט, און אפילו פשוטע פראדוקטן קען זיין א מאנגל! אדער מעדעצינען (ווענטלעיטארס)! וכדומה.

ואין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. סיריעסלי.

יאפ דאס איז די פוינט! שרעקעדיג קלאר! יישר כח!!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פליגל האט געשריבן:יישר כח אייך. פיין געזאגט וואויל געזאגט.

איין זאך, אמעריקא איז געהעריג די אלטע אמעריקא, אייביג געליטן דורכפאלן (וויעטנאם יוכיח..), און אויך זיגן..

אבער דאס'ז אמאל זיכער: מיר זענען טאקע נאר גרים, אמעריקא איז נישט אונזערס. אבער הוי דורש בשלום העיר און מיר מוזן זיך זארגן פארן וואוילזיין פון דאס לאנד וואו מיר וואוינען.

מיינט עס דען אז מיר מוזן זארגן דערפאר?

לכאורה מיינט עס ווי חז"ל זאגן 'הוי מתפלל בשלומה של מלכות', אז מ'זאל דאווענען דערויף... נישט זיך זארגן.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

לא רעב ללחם ולא צמא למים, אלא לשמוע דבר ה'!

אכי"ר
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שטארק!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אייזן!!!
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:אבער הוי דורש בשלום העיר און מיר מוזן זיך זארגן פארן וואוילזיין פון דאס לאנד וואו מיר וואוינען.

אמת, אבער וואס כ'מיין ארויסצוברענגען אז די (פאלשע) פארזיכערונג וואס מיר האבן געהאט איז מיר זענען אין אמעריטשקע מיר האבן נישט די דריטע וועלט פראבלעמען, דאס ווערט שרעקעדיג צונישט, דער באשעפער ווייזט אונז אז מיט איין בלאז מאכט ער די מעכטיגע אמעריקע צו שאנד און צו שפאט, און אפילו פשוטע פראדוקטן קען זיין א מאנגל! אדער מעדעצינען (ווענטלעיטארס)! וכדומה.

ואין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. סיריעסלי.

שטארק גערעכט. חלילה זיך נישט מחולק געווען מיט אייך.
עס'ז נאר געווען אן הוספה אז נאך אלעמען זאלן מיר פארט געדענקען אז מיר האבן א אידישלעכע אחריות פון מתפלל זיין בשלומה של עיר.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:יישר כח אייך. פיין געזאגט וואויל געזאגט.

איין זאך, אמעריקא איז געהעריג די אלטע אמעריקא, אייביג געליטן דורכפאלן (וויעטנאם יוכיח..), און אויך זיגן..

אבער דאס'ז אמאל זיכער: מיר זענען טאקע נאר גרים, אמעריקא איז נישט אונזערס. אבער הוי דורש בשלום העיר און מיר מוזן זיך זארגן פארן וואוילזיין פון דאס לאנד וואו מיר וואוינען.

מיינט עס דען אז מיר מוזן זארגן דערפאר?

לכאורה מיינט עס ווי חז"ל זאגן 'הוי מתפלל בשלומה של מלכות', אז מ'זאל דאווענען דערויף... נישט זיך זארגן.

גערעכט, זעט מיין ענטפער.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

זייער שטארק!! ייש״כ
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

זאגסט דאך אזוי גוט...
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: ויהי רעב בארץ אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

פעמים הרבה קריתי לפניו בדניאל, שוין אסאך מאל געליינט דברי דניאל (אויערבאך) איש חמודות, און דער זאגט פיין!
---
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”